בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2011 01:21 לינק ישיר 
הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

הגה"צ אב"ד וויען שליט"א האט דעם שבת קודש ביי שלוש סעודות שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די מחרחרי ריב פון די וויענע קהילה

די מעשה גייט אז לויט די שטאטוטן פון די וויענע קהילה דארף יעדעס יאר פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און וואלן פאר פארשטאנד און ראשי קהילה, די לעצטע זיבן יאר איז נישט פארגעקומען קיין וואלן צוליב דעם וואס די יעצטיגע ראשי קהילה (די אלטע יעקערס) פון מאנסי און בארא פארק ווייסן אז זיי גייען פארלירן מיט א איבערוויגענדע מערהייט ממילא האבן זיי יעדעס יאר מאנופולירט מיט אנדערע תירוצים אז די וואלן זאלן נישט פארקומען,

היי יאר האבן זיך צוזאמגענומען אפאר אינגעלייט און אנגעפאנגען פארפירן היתכן מען מאכט נישט קיין וואלן און בנוסף צו דעם לאזט מען זיי נישט ווערן קיין מעמבערס און פארלאנגט אז מען זאל מאכן וואלן אזויווי די שטאטוטן שרייבן פאר, די ראשי קהילה האבן ווייטער גענומען ארומדרייען מיט פאלשע תירוצים ביז עס איז געווארן א גרויסע מהפיכה,

די וואך ביי שלוש סעודות האט וויענער רב שליט"א שארף ארויסגעטרעטן און געזאגט אז יעדעס יאר האט ער פארלאנגט מען זאל מאכן וואלן און די ראשי קהילה האבן אים פשוט אריינגעפיפן און פארלאנגט אז היי יאר זאל מען מאכן וואלן געהעריג און ער וועט זען אז אלע תקנות זאלן ווערן איינגעהאלטן,

דער רב שליט"א האט צוגעלייגט אז די ראש הקהל פון וויליאמסבורג האט יא יעדעס יאר געוואלט מאכן וואלן נאר די אנדערע ראשי קהילה האבן אים נישט געלאזט,

העמיר צו ווארטן און זען צו די ארונים פון וויען וועלן אויך פרובירן צו חרוב מאכן א קהילה נאר צוליב תאוות השררה והכבוד.


תוקן על ידי עםהארץל ב- 30/05/2011 01:22:56





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 01:35 לינק ישיר 

די היתר פונעם שיפלאד קען צוהעלפן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 04:00 לינק ישיר 
באקומען אין אישי





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 04:01 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 20:09 לינק ישיר 

געוואלדיג, מען קען יעצט איבערנעמען ווינע קהילה..... ווין האט אויסגעטראטן א שיינעם מהלך אז מען שרייבט איין אייגענע מעמבער'ס און א קהילה, אזוי ארום מאכט מען נאכדעים וואלן און דער רוב געווינט.... און דערנאך ווארפט מען אראפ די בית מדרש און ווינער רב שרייט אז אלעס ווערט געטוהן בהוראתו הקדושה....

אזוי האט ווין געטוהן מיט א קהילה אין וויליאמסבורג, דאס פשוט באגנב'ט אויף אזא אופן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 22:22 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן ווינער רב
אבער דוכט זיך ווינער רב האט מען אויפגענומען געהעריג מיט וואלן (אויב האב איך א טעות פאררעכט מיר) נו אז מען האט אים אויפגענומען אלס די העכסטע אוטיראטעט קען ער טון וואס אים שמעקט (ווי לאנג ס'איז נישט אלימות...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 22:24 לינק ישיר 

ער רעדט פון די קליימער סט. שול, ואכמ"ל.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 23:11 לינק ישיר 

ער איז אויפגענימען געוורען אין אן אלטע קהילה מיט א דרך, מנהגים אין מעמבערס פון כמה דורות, צי ארבייטען פאר זיי, נישט אוועקציווארפען די גאנצע קהילה אין ברענגען נייע אינגערלייט אויף די חשבון פון די משפחות וואס זענען א חלק פון די קהילה פאר דורות. אויב ער קען נישט ארבייטען מיט/פאר די קהילה אין אויפבאוין אירע מעמבערס אין אירע מנהגים איז ער דארך געפאלען אין זיין מישיון אין זאל זיך אפשר טרעפען אן אדערער פאסט אדער צירוק גיין צי סאמבאטהעל אין דארטען ארבייטען מיט די אינגערלייט אן קיין גדרים פין א קהילה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 23:15 לינק ישיר 

ער טוט טאקע דא די זעלבע וואס ער האט געטוהן מיט די קליימער שוהל, נאר דארט איז געווען מער בולט די פראסטע גניבה על פני השמש, מסתמא האט ער געהאט א היתר אין שופלאד 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2011 23:54 לינק ישיר 

yidste כתב:
ער איז אויפגענימען געוורען אין אן אלטע קהילה מיט א דרך, מנהגים אין מעמבערס פון כמה דורות, צי ארבייטען פאר זיי, נישט אוועקציווארפען די גאנצע קהילה אין ברענגען נייע אינגערלייט אויף די חשבון פון די משפחות וואס זענען א חלק פון די קהילה פאר דורות. אויב ער קען נישט ארבייטען מיט/פאר די קהילה אין אויפבאוין אירע מעמבערס אין אירע מנהגים איז ער דארך געפאלען אין זיין מישיון אין זאל זיך אפשר טרעפען אן אדערער פאסט אדער צירוק גיין צי סאמבאטהעל אין דארטען ארבייטען מיט די אינגערלייט אן קיין גדרים פין א קהילה...


זאג נאר, דו ווייסט ווי אזוי סאטמאר האט אויסגעקוקט פאר תרצ"ד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 00:54 לינק ישיר 

אזויפיל פערדעריי  אין איין אשכול

וויענע רב האט איבערגענומען די וויענע קהילה אין א תקופה ווען די אלטע יעקישע אידן זענען נעבעך געגאנגען בדרך כל הארץ, איינער נאך איינער, און זייערע קינדער זענען נישט ממשיך אין זייערע וועגן, אדער זענען זיי געווארן ליטוויש, אדער חסיד'יש, חוץ אפאר געציילטע יחידים.

וואס האט ער געזאלט טון, אפשר האט ער געדארפט באשאפן נייע מענטשן. וואסא שטותים רעדט מען דא. איר האט נישט קיין השגה וואס טוט זיך אין וויען. ער קען די קהילה בויען נאר מיט די מענטשן וועלכע ער האט. און די ווילן טוישן דעם גאנג פון די קהילה. און אפאר פארביסענע אידן זענען גרייט ענדערש חרוב צו מאכן די קהילה אינגאנצן, ווי איידער עס שיין אויפבויען, מיט אביסל אן אנדערן אויסקוק ווי אמאל.

דאס זענען די זעלבע אידן וועלכע האבן געפייניגט דעם אלטן רב ז"ל. פאר די וויענע אידן דארף איך נישט מסביר זיין פון וואס איך רעד. זיי ווייסן.

ווידער מיט די קליימער סט. שול, איז אויך וויענער רב נישט שולדיג אז עס איז פונקט פאר אים געלונגען עס איבערצונעמען און נישט פאר דיין רבין.
ער איז גארנישט אנדערש ווי דער קלויזענבורגער וועלכער האט אפגע'ירש'נט די יוז סט. שול. אנטשולדיגט מיר, די גניבה פון דעם ביהמ"ד חרדים אין מאנסי דורך סאטמאר איז געווען פיל ערגער. און דארט איז עס נאך צוגעקומען מיט רדיפות קעגן דעם רב, א אויסגערופענער גאון וצדיק ועובד ה' נפלא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 01:18 לינק ישיר 

איך האף קיינער האט נישט ארויסגענומען פון מיין תגובה עפעס קעגן וויענער רב, איך האב פשוט אראפגעלייגט די פאקטן, וירא הקהל וישפוט

אז מען האט שוין דערמאנט די קליימער שוהל מעשה מוז מען צולייגן אז באמת האט וויען געטאן זייער א שמוציגע מעשה און היינט צוטאגס דארפן זיי עס שוין נישט, זייער חדר און סקול שרינקט יעדעס יאר סא זיי האבן געטאן די שמוץ און זיי האבן עס ניטאמאל פארוואס צו נוצן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 17:34 לינק ישיר 

עס זעהט אויס, דער איינציגער מחרחר ריב אין דער ווינער קהלה איז דער רב
דער וואס האט געהערט דעם שלש סעודות תורה וואונדערט זיך אויף די נארישקייטען וואס דער ווינער רב האט צוזאם גערעדט,  ער רעדט פון זיך מיט א זעלטענעם גאות און גרויסקייט, ער זאגט " עס איז נישט דא אין גאנץ אמעריקא א רב וואס ארבעט אזויפיל פאר זיין קהלה אזוי ווי ער" איך האב געזעהן אויף די פנים'ער פון עטליכע חשובע אידען [וואס זעננען געוועהן דארט ביי שלש סעודות] גרויס באוואונדערונג אויף די סאך שטותים וואס ער האט זוזאם גערעדטץ
עד איז נעבאך א גרויסע לאזער,big time loser און ער לייגט דעם שולך אויף אנדערע,  ער איז טאקע א גרויס רחמנות,
ער וויל מאכען זיין זוהן (ר מענדלע וויזניצער איידעם) א דיין אדער רב הצעיר, אבער רוב עולם וויל דאס נישט,[ ער איז א גאנץ גרויסער עם הארץ]
און דער רב האלט עס נישט אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 17:48 לינק ישיר 

הייסט דו גאנצע זאך האט נאר מיט די התמנות פון זיין זוהן אלס רב הצעיר? און דאס איז די תירוץ פארוואס מען האט נישט געמאכט וואלן די לעצטע זיבן יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 18:11 לינק ישיר 

דער ווינער רב, ער איז גאנץ אוםפארשעמט, זיין קהלה צופאלט, עס איז נישט דא קיין אמתדיגע צו וואקס אינערהאלב די קהלה,  יא, עס איז דא מנינים וואכענטאג, אבער עס האט נישט באמת מיט איהם אדער די קהלה,  זיינע מוסדות צופאלען, מתיבתות האבען זיך פארמאכט, מען רעכנט זיך נישט מיט איהם, מען רופט איהם נישט צוזאגען דרשות אלץ גאסט רעדנר, וכו' וכו',  זיינע חשובסטע חסידים וואס האבען געפייט אין זיך מוסר נפש געוועזען פאר איהם האבען איהם איבערגעלאזט, ער איז געבליבען מיט א הייפעלע ריקים ופוחזים, כידוע,  און ער האלט אין איין באשולדיגען אנדערע מענטשען פאר זיין שלאמזל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 19:09 לינק ישיר 

וואס גייט דא פאר? איז דא טאקע דער פלאץ פאר אלע לשון הרע'ס פון די גאנצע וועלט? איינער שפירט אז דאס אין אין גדר פון נארמאלקייט? 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext