בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2011 19:17 לינק ישיר 

מלך וואס איז דיין פראבלעם? מען טאר נישט שמועסן פון די וואלן אין וויען?

דעם ווינער קאץ דארף מען שיקן לופטערן ער איז דא נאר צו באשמוצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 21:26 לינק ישיר 

בארואיגט אייך, א פארום וועלכע באשמוצט טאג טעגליך איינעם פון די גרעסטע רביס אויף א גאר ביליגן אופן, ווערט עס אויטאמאטיש דער מקום צו באשמוצן סיי וועלכן רב אדער רבי.

גאנץ פשוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 22:10 לינק ישיר 

וואס זענען די רעזולטאטן פון די וואלן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 00:40 לינק ישיר 

עםהארץל.....

יא, די ביסט גערעכט, די וואלען האבען ציטוהן מיטן ווינער רב וועלען זיין זוהן זאל ווערן רב הצעיר.....הער די פרטים.

פאריאהר האט דער ווינער רב געגרידעט א בית הוראה אין קהל, אין באשטימט זיין זוהן אלץ א דיין אין דעם בית הוראה.-  ער האט דעס אללעס געטוהן אהן צו פרעגן אדער דורך רעדן מיט די טובי הקהל, נישט מיט די ראשי הקהלה נישט מיט די פארשטאנד,-
דער רב האט טאקע נישט געוואלט רעדן מיט די טובי הקהל ווייל ער האט מורא געהאט אז זיי וועלען נישט מסכים זיין, נישט צום בית הוראה און אוודאי נישט אז ער איז ממנה זיין זוהן אלס דיין. -
יעדער פארשטייט אז אין א קהלה, באזונדער אין א לאנג עסטעבלישט קהלה, טוט מען נישט אזוינס,
די ראשי הקהלה, טאקע דעם רב'ס מענטשען- די ביידע ראש הקהלס האבען געהאט א מיטונג מיטן רב  (פרטים פונם מיטונג, וועל איך שרייבען אנאנדערע מאהל)  און זיי האבען קלאר געזאגט פארן רב אז מען איז מבטל דעם בית הוראה.
די פרשה האט זייער וויי געטוהן פארן רב,  דעמאלט האט ער באשלאסען אז מען מוז האבען נייע וואלען אין ער מוז אריינברענגען אין דעם פארשטאנד נאר זיינע געשוואירענע מענטשען, און נאכדעם וועט ער קעננען טוהן אין קהל וואס ער וויל.-
יא, זייט יענע פרשה ארבעט דער רב טאג אין נאכט אז מען מוז מאכען נייע וואלען אין אריינברענגען זיינע מענטשען אפילו אז לויט תקנת הקהלה האבען זיי נישט קיין רעכט צו ווערען געוועהלט אדער אפילו נישט קיין רעכט צו וואטען ווייל זיי האבען קיינמאל געצאהלט מעמבערשיפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 00:53 לינק ישיר 

די פראגע איז פארוואס מאכט מען נישט קיין וואלן? פארוואס האט מען נישט אנגענומען קיין נייע מעמבערס ביז יעצט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 03:58 לינק ישיר 

גביר-אדיר וכו'
עס זעיט אויס אז עטץ זענטץ בכלל  נישט באקאנט מיט די ווינער קהלה,
ארום 15 יאהר צוריק האט די קהלה פארמאגט דריי שיינע מתיבתות, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי.
די קול תורה האט געהילכעט אין אללע דריי מתיבתות לשם ולתפארת,
וויליאמסבורג איז געוועזען מער אונזער דרך, אביסל מער ווארעם און חסידיש געשטימט, בארא פארק און מאנסי זענען געוועזען מער די געווענליכע ווינער טייפ, פון פיינע שטארק ערליכע אשכנזישע טייפ משפחות, די מוסדות אין בארא פארק און מאנסי זענען געפירט געווארען דורך איידעלע אינגעלאט, מיט גרויס מסירת נפש, בעיקר תלמידים פון דעם פריערדיגע ווינער רב,    
די צוויי מתיבתות האבען געהאט 250 תלמידים, זיי האבען געבליעט, און עךטערן האבעו זיך געבעטען מען זאל זייערע בחורים אריינעמען אין די מתיבתות, 
די מתיבתות האבען גיגעבען א גלאנץ צו די קהלה, די קהלה איז געוועזען בתפארתה, די עסקנים האבען געארבעט לטובת הקהלה און דערבייא אויך לטובת הרב,       אבער, אבער לדאבונם......
האט דער יעצטיגער ווינער רב נישט ליעב געהאט די בחורים אדער זייערע משפחות, ער האט אזוי לאנג אונטער געגראבען ביז די מתיבתות האבען זיך פארשפארט, בידיים אוועקגעווארפען די בחורים, זייערע עלטערען און משפחות, ועל כלם פארטריבען די עסקנים וואס האבען אזויפיעל געארבעט להצלחת המוסדות.
אט די משפחות אללע זענען געוועזען עכט ווינער טייפס, זיי האבען אללע געוואלט באלאנגען, זיי און זייערע קינדער צו די קהלה, אבער מען האט [באמת נישט מען, נאר דער רב] זיי פארטריבען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 05:49 לינק ישיר 

איך הער די בני יואל קהלה האט זיך אנגעטראגן פארן ווינער רב שליט"א, צו מאכן א שלום אין ווינער קהלה, צווישן ווינער רב מיט די ראשי הקהלה, אזוי ווי דער ווינער רב האט אויסגעארבעט א שלום צווישן חרדים קהלה מיט די קרית יואל ווילידש,
זיי זענען שולדיג א הכרת הטוב פאר ווינער רב, יעצט ווען ווינער רב איז אויף צרות מיט זיין פעקל ווילן זיי אים העלפן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2011 21:49 לינק ישיר 

ביזדערווייל זעננען די וואלען פאר טובי הקהל- [פארשטאנד]  נאך נישט געשעהן,  ווען און וויאזוי עס וועט זיין איז נאך נישט קלאר,

כנראה אז די מיספארשטענדעניש און חילוקי דעות צווישען דער ווינער רב און זיינע מענטשען אויף איין זייט, און די טובי הקהל אויף די אנדערע זייט זענען אין פול שוואנג און עס ווערט נאך שטערקער.

דער רב האט געהאט א גרויסע פלאן און א פראגראם אויף דעם קומענדיגען יום טוב, שבועות, אבער ער איז יעצט אין א קלאם,

בכלל ער לאזט איבער די הויפט בית המדרש אין וויליאמסבורג, און פארט צו בארא פארק אויף שבועות,  עס פלעגט צוזיין א גרויסע געפאראכטס צו זיין ביי איהם (אין וויליאמסבורג) אויף שבועות. תלמידים פון בארא פארק און מאנסי, סתם אנ"ש פון בארא פארק זענען געקומען צופארען, די בית המדרש אין וויליאמסבורג איז געוועזען געפאקט,  אבער לעצטענס האט זיך דאס אויסגעטרוקענט, מען האט אויפגעהערט צו קומען, די גרויסע ביהמ"ד אין וומסב"ג איז געוועזען ליידיג, א פשוטע בושה,   -  
נו, די עצה איז, אז מען קומט נישט צו איהם, פאהרט דער רב  צו זיי,  זיינע עסקנים ארבעטען מוראדיג שווער אז ער זאלל האבען א עולם שבועות, עס זאלל נישט זיין א דורךפאל מיט גרויס בזיונות


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/06/2011 23:29:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:51 לינק ישיר 

די וואלען אין וויליאמסבורג זענען שוין יא געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:59 לינק ישיר 
שלוש סעודות תורה פון גאב"ד וויען שליט"א





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 05:02 לינק ישיר 
אויסגאנג פון די וואלען אין וויליאמסבורג

אין ב.פ. און מאנסי איז נאכנישט געווען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 07:21 לינק ישיר 

סאו ווער האט געווינען און ווער פארלוירן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 08:20 לינק ישיר 

לצים זאגן אז אלע "ווינער'ס" זענען היינט אויף צרות, און זענען געפלאגט מיט סקאנדאלן וועלכע פאדערן רעזיגנאציע. קאגרעסמאן ענטאני ווינער און ווינער רב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 15:16 לינק ישיר 

אה! וויען זיכט גרויס צי ווערן, זיי פאנגען אן מיט פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 22:03 לינק ישיר 

איך קען די אלע מענטשן וואס האבען געווינען די וואלען, אלע זענען יונגעלייט מיט וויניג עקפיריענס ווי אזוי עס פירט זיך א קהילה, און זיי ערזעצט מען אונשטאט דע אלטע ערפארענע ראשי קהילה ??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.