|
|
| נשלח ב-2/6/2011 23:16 |
|
| |
דו מיינסט ראשי קהילה ווערן געבוירן אלט? מען דארף זיך אמאל לערנען
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 23:25 |
|
| |
עס איז צרות אין וויען,
די ראשי הקהלה, די ביידע ראש הקהלס וועם דער רב איז משבח, זענען אויפגערעגט און זענען מלא בושה אויף דעם וואס דער רב האט געטוהן און פארלאנגט אין זיין שלש סעודות תורה, אויך דער רב זאגט מען קען פרעגען ר' חיים שטערן, און ער וועט זיין עדות אז וואס ער זאגט איז אמת, אבער ר, חיים שטערן האט געלייקענט צו די ראשי הקהלה אז ער קען עדות זאגען, בקיצור עס איז פורים אין די קהלה, ביזדערווייל איז געווזען ליצנותדיגע וואלען אין וויליאמסבורג, עס גלייבטזיך נישט ווען מען זאלל עס נישט זעהן מיט די אייגענע אויגען, עס האט אויסגעזען מער ווי פורים נאכט ענדערש ווי וואלען פאר טובי קהל אויב דע זענען די וואס דער רב וויל זיי זאלען פירען די קהלה איז א רחמנות אויף די קהלה און א ביטערע רחמנות אויף דעם רב
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 23:46 |
|
| |
| עםהארץל כתב: |  |
|
|
דער וויענער רעדט דא זייער פארלוירן און שומפיג. ער שרייט אז ער איז א איש השלום, ווען פאר קנאפע צען יאר צוריק האט ער געהאט גאר א גרויס חלק אין דעם אש המחלוקת וואס האט געברענט אין סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 21:59 |
|
| |
לאמיר זיך צוגרייטען צו נאך א שטערקערע שלש סעודות תורה פון דעם רב דעם קומענדיגען שבת, דער רב איז גאנץ צעבראכען און שטארק נערוועיז, און זיין משפחה קאכט און רייצט איהם אין נאכמערץ עס לוינט זיך צו ווארטען און הערן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 23:33 |
|
| |
איך האב געזען א מודעה אז דער ווינער רב איז שבת און בארא פארק און דע תפילות ועריכת השולחנות וועלן פארקומען אין באבוב אויף 49 באלקאני
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2011 01:58 |
|
| |
ער גייט זיין אין בארא פארק אויף שבועות, נישט די וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2011 16:56 |
|
| |
דע מצב אין וויען איז מוראדיג אנגעצויגען, דער רב טראסט נישט קיינעם פון די אלטע בני הקהלה, אפילו זיינע נאנסטע מענטשען וואס האבען איהם געהלפען מיט מסירת נפש די לעצטע 18 יאר, ער סטראשעט מיט ווילדע קללות טאמער מען טוט נישט [בלינדערהייט] זיין רצון, אין שרייט ער איז בעל הבית אויף קהל, ער איז דע אטאריטעט הן בעניני רוחניות הן בעניני גשמיות - "כל שתה תחת רגליו" ער האט אללע רעכטען צו טוהן בנכסי הקהל ווי אזוי ער וויל, ער דארף קיינעם נישט פרעגען, ער דארף נישט קיין שום רשות פון די טובי אדער ראשי הקהלה,
מען פארשטטייט נישט וואס גייט פאר דא, וואס איז פליצלינג געשעהן מיטן רב, עס איז ביטער ווי א זית, די ראשי הקהלה האבען פשוט מורא פון חלילה א גאנצע גייסטישע צוזאמענבראך, חס ושלום, עס איז גארנישט אזוי פשוט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2011 19:40 |
|
| |
וואס הייסט ער טראסט נישט קיינעם פון די אלטע ראשי קהילה? ער אליינס האט דאך געזאגט ביי די של"ס תורה פאריגע וואך אז די ראשי קהילה שטערן אים נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2011 00:59 |
|
| |
עס איז צו האפען אז די הייליגע יום טוב טעג פון שבועות וועלען אדורך גיין בשלום אינערהאלב די ווינער קהלה, - שלא נכשל ולא נכלם, ליידער רודערט זיך [ביזדערוואל] שטילערהייט, וועגען די ערנסטע חששות פון מסירה אויף די אללע נישט לעגאלע שווינדלערייא וואס די רב'ס מענטשען האבען געמאכט אויף קהל'ס נאמען, וואס סיי עפ"י תורה און סיי שטאטישע געזעצען פאר נאן פראפיט און רעלידשעס ארגעניזעישאנס זענען מיאוס פארלעצט געווארען, יעדע זאט סטראשעט שטילערהייט, עס איז צוהאפען אז למען השם וקידוש שמו יתברך זאללען ביידע צדדים נוצען שכל און נישט וואשען די שמוציגע וועש אין די גאס און אוודאי נישט טוהן קיין שום מסירה אדער זאכען וואס קען ברענגען צו אינוועסטיגעישאנס, מען זאאללען אללע האבען א גוטען יום טוב
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2011 02:01 |
|
| |
ס'דא א באוויסטע מעשה, ווען מ'האט אויפגענומען ווינער רב, האבן זיך די ראשי קהילה אויסגענימען, אז זיינע קינדער וועלן עס נישט איבערנעמען, האט ער געזאגט דאס איז נאר ווילאנג איך בין 'רב', איינמאל איך ווער ''רבי'' בין איך בעל בית
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2011 06:48 |
|
| |
אין די נעקסטע קומענדיגע פאר טעג פאנגט זיך אן די עכטע פאן ביי דער ווינער קהלה, עס הייסט אז עס דארף זיין וואלען אין בארא פארק און אין מאנסי צו וועהלען א נייער פארשטאנד אבער ביזדערווייל איז נאך נישט מסודר דע ענין, אין וויליאמסבורג, ווי עס איז שוין געוועזען וואלען, זיצען שוין די ניי געוועלטער פני הקהל, נייע פארשטאנד טובים, אין זענען דן בקלות ראש, ביי סיקרעט מיטינגס, ווי אזוי פטור צו ווערען פון די אלטע טובי הקהל אפילו פון דעם ראש הקהל פין בארא פארק ר' אברהם שיינבערגער, אויך זענען זיי דן ביי די סיקרעט מיטינגס וויאזוי אויספירען דעם רצון קודשו פון דעם ווינער רבין, פטור צו ווערען פון די צוויי חשובע דיינים פון די קהלה, הרב הערשל האלפערן פון בארא פארק און הרב מנחם פישער פון מאנסי. און פארשטייט זיך נאכדעם אויף נעמען אלץ נייער דיין אין די קהלה,דעם גרויסען עם הארץ אין באקאנטער מחרחר ריב (נאך ווען ער האט געוואוינט ביים שווער ר' מענדעלע פון וויזניץ בני ברק, האט מען איהם געמוזט אהיים שיקען צום טאטען אין וויליאמסבורג) , ר' יואל משה מרדכי כ"ץ, זון פון דעם ווינער רב.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/06/2011 03:20:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 05:46 |
|
| |
היינט איז געווען וואלן אין מאנסי און אין בארא פארק
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 17:42 |
|
| |
ווי עס קוקט יעצט אויס האבן די אלטע ראשי קהילה פון בארא פארק געוואונען מיט א שטארקע מערהייט נאכן אריינברענגען אלע זייערע מעמבערס פון פלעטבוש
תוקן על ידי עםהארץל ב- 20/06/2011 17:42:19
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 21:54 |
|
| |
דער ווינער רב איז זייער דיסעפוינטעד, ערשטענס, עס איז נאך נישט געוועזען וואלען ביי אללע חלקים פון די קהלה, די גרויסע הויפט קהלה אין מאנסי אויף 306 האט נאך נישט געמאכט וואלען צוליב מערערע סיבות, עס קען זיין עס וועט דויערען נאך א פאר וואכען ביז עס וועלען זיין וואלען אין מאנסי, מען מוז ווארטען ביז אללע חלקים פון קהל האבען געוועהלט נאר דעמאלט וועט זיין גילטיג און עקסעפטעד די רעזאלטאטען פון די וואלען צווייטענס דער רב האט געוואלט פטור ווערען פון אלע אלטע טובי הקהל און עס איהם נישט געלאנגען, עטליכע פון זיינע מחרחרי ריב זענען יא געוועלט געווארען, איינער אפילו אויף א מיאוסען אופן, ווי איין ברידער האט ארויס געשטופט זיין אייגענע ברידער וואס ארבעט אסאך יארען לטובת הקהלה אבער ער איז איידעל און נישט א בעל מחלוקה האט מען אריין געוועלט א מחרחר ריב אנשטאט איהם, די ערנסטע מחלוקת וועלען זיך באלד אנהייבען, איינע פין די זאכען איז וועגען די דיינים און זייער געהאלט, (מען מוז דאך שפארען געלט כדי מען זאל קענען אויפנעמען דעם עם הארץ אין בעל מחלוקה ר' יואל משה מרדכי בן הרב אלץ א דיין אדער רב הצעיר) די פראבלעם איז אבער דעם רב'ס געהאלט. דער רב זיצט אויף א אויסערגעווענליכע גרויסען געהאלט, 1.) ער באקומט וועידזשעס $120,000 א יאהר דאס הייסט מער ווי 2,200 דאלער א יעדען וואך, 2,) אויסער דעם צאהלט די קהלה זיין משפחה'ס מעדיקל אינשורענס פאליסי, 3.) אויסער דעם צאלט די קהלה רענט פאר די וואינונג ווי ער וואינט, חאטשעק עס איז זיין אייגענער אויסגעצאלטע הויז, באקומט ער טויזענטע דאלער רענט 4.) מען צאהלט אין שטעלט איהם אהער א לוקסוס קאר מיט א דרייווער, פאר איהם און זיין הויזבאדארפעניש. 5.) פלאס, פלאס וכו' וכו'
פארשטייט זיך אז זיינע גרופע פוחזים וריקים ווילען דעס אלעס פראטעקטן אין אפילו ווען קהל האט נישט קיין געלט דארף מען זיכער מאכען אז דער רב אין זיין משפחה לעבט אויף א הויך סטאנדארד ווי עס פאסט פאר א שווער ארבעטענד רב וואס ער אליין זאגט עדות אויף זיך אז ער קען זיך פארמעסטען מיט סיי וועלכע רב אין אמעריקא אין אז ער ארבעט מער פאר זיין קהלה ווי סיי וועלכע רב, [סך הכל האט ער נישט וואס צוטוהן מיט זיין צייט,] עס איז נישט דא קיין ערנסטע מתיבתא, ער האט זוכה געווען צוצומאכאן 3 מתיבתות (מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג) ער געבט נישט קיינע שיעורים [די צוויי שיעורים יעדע וואך אין בארא פארק איז ממש לעכערלאך] ער פסקנט נישט קיינע שאלות (אזוי ווי זיין גרויסע טאטע ע"ה האט געטוהן אדער ווי זיין חשובע ברידער דער סערדאהעלער רב ר' חיים לייב) בקיצור ער איז ביזי און ארבעט שווער אז זיין טייער זוהן זאל ווערען עפעס אין קהל כדי צו פארזיכערען זיין פרנסה לעתיד
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 20/06/2011 21:56:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 18:58 |
|
| |
דער ווינער רב שליט"א וועט זיין אין מאנסי דעם שבת קודש פ' קרח, עס גייט ארום גרויסע פארהאנדלונגען ווי דער רב שליט"א זאל דאווענען, צו ביי די חסידישע אברכים, צו ביי דער הויפט קהלה אויף 306 די אלטע אשכנזים , אדער גאר מען זאל דינגען א זאל אזוי ווי ער האט געטוהן דעם יום טוב שבועות
|
|
|
|
|