בית פורומים אידישע געדאנק

בריוו פון א סקווירא חסיד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2011 04:38 לינק ישיר 
בריוו פון א סקווירא חסיד

 

איך האב ערהאלטן דעם הערליכען בריוו אין אישי פון א סקווירא חסיד, איך לייג דאס ארויף אזוי ווי איך האב דאס באקומען אן קיין שינויים.


 

מיינע נאנטע און באקאנטע האבן מיר פארגעהאלטן: "דו ביסט דאך א שרייבער, לאמיר זען שרייב אן

ארטיקל בעניני דיומא..." לכתחלה האב איך עס איגנארירט. נישט ווייל כ'האב נישט געוואלט, נאר ווייל

כ'האב נישט געקענט, וואס איז דען שייך צו שרייבן?... אבער נאכן הערן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע

געבעט, האב איך מחליט געווען: עס איז אן עת לעשות, און טון מה שבידי, וה' הטוב יגמור בעדי. תפלה

לעני כי יעטוף: יהא רעוא שלא אכשל בלשוני ושלא יאמר פי דבר נגד רצונך, ויהי לרצון אמרי פי והגיון לבי

לפניך.

אקדמות מילין: דער ציל פון דער בריוו איז חס ושלום נישט צו פארגוטיגן און פארווישן אזא טרויערדיגע

פאסירונג. פארקערט יעדע אידיש הארץ איז אויפגעשוידערט און דערציטערט עד דכדוכה של נפש ממש, יהי

רצון שלא ישמע עוד כזאת בישראל מעתה ועד עולם. דער עיקר ציל איז, מחזק צו זיין מיינע חברים היקרים

וואס זוכן אביסל מים קרים על נפש עייפה.

 

ל"ג בעומר

זונטאג צופרי בין איך אויפגעשטאנען אביסל

בהשכמה, און אויפן וועג צום ביהמ"ד האב איך געזען

פאליציי אראפ פארן מיט א שנעלקייט. ס'איז געווען א

חידוש זונטאג צופרי זיבן אזייגער. איך בין אנגעקומען

אין בית המדרש האב איך שוין געזען א קופקע פון די

עשרה ראשונים. כ'האב גלייך געהערט בקיצור נמרץ

במה דברים אמורים און פארשטאנען אז דער שמועס איז

נישט פאר מיר, כ'האב געגעבן א טיפע קרעכץ און

אריינגעלאפן אין מקוה. גייענדיג צום בנין הכולל האב

איך געזען אז ס'טוט זיך אין גרויסן, די קופקעס זענען

געוואקסן ווי אויף הייוון.

א שעה שפעטער איז שוין אלעס געווען אויף רעדער.

די קאווע שטיבל איז געווען געפאקט, אלעס האט

גערעדט מזקן ועד נער, כ'האב גענומען מיין קאווע און

געגאנגען מחוץ למחנה, כ'האב פראבירט צו פארמיידן

פון הערן מיט דעם אלטן כלל: "אלס ווייניגער מ'הערט,

אלס בעסער איז בזה ובבא!".

ס'איז מיר געווען שווער אויפן הארץ דורכצושטיפן

אזא טאג, כ'האב געוואוסט אז דער מצב איז זייער נישט

גוט, און צו דער זייט בין איך געווען היבש נייגעריג צו

וויסן די פרטים.

ביינאכט בין איך אריין צו מיין שכנ'ס וואכנאכט, און

אודך די זעלבע מעשה... מען קופקעט אין גרויסן. כ'האב

געזוכט א ליידיגן טישל און זיך געזעצט ביים עק. ביקש

לישב בשלוה... א קרוב מיינער זעצט זיך קעגן איבער,

ער בייגט זיך צו און פרעגט שטילערהייט: "וואס זאל

איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיין אינגל האט אלעס

געהערט פון זיינע חברים. וויאזוי געב איך אים צו

פארשטיין אזא שרעקליכע מעשה?

האב איך אים געזאגט: איך בין נישט קיין מר בר רב

אשי, איך בין אויך נישט וועלט'ס מחנך, אז דו פרעגסט -

מיר, וועל איך דיר זאגן דעתי הקלושה.

אבער לאמיך דיר געבן א שטיקל הקדמה:

 

איך אלס קינד בין אויפגעוואקסן מעבר לים, אין אן

עיר ואם בישראל. אין יענע תקופה איז געווען דארט גאר

הייסע צייטן, ס'איז יעדן טאג געווען נייעס ר"ל. די

פאליטיק און לשון הרע איז געווען ליידער די הויפט

טעמע ביי יעדע חדר אינגעל, יעדן צופרי זענען די גאסן -

געווען ווייס פון פאשקעווילן, דער קידוש ה' איז געווען

איום ונורא!

איך ווי א נייגעריגע אינגל האב אלעס - -

מיטגעהאלטן, כ'האב געהאט שכנים פון יענע קרייז, אונז

האבן יעדן טאג אנאלאזירט די פרישע נייעס און

געמאכט א דעבאטע צווישן זיך. מיר האבן נישט

געדארפט גיין צו ווייט. די "נייעס סטאנציע" איז געווען -

ביי אונזער פענסטער.

דאקעגן האט מיין טאטע שליט"א כמעט ביי יעדן

שבת טיש נאכאמאל געזאגט: ערליכע אידן רעדן נישט -

פון קיין פאליטיק. אמאל בשעת א יו"ט סעודה האבן זיך

אפילו אריינגעהערט קולות פונעם גאס, ס'איז געווען

"יום טוב אינדרויסן...". מיין טאטע האט קלאר געזאגט:

"ביי מיין טיש זאל מען נישט רעדן דערפון." ער האט

נישט געשריגן, אויך נישט געקלאפט אויפן טיש, ער

האט עס אבער געזאגט זייער שטארק און מיט אן אמת!

אז א קינד הערט עפעס גענוג מאל האט עס אן השפעה

אויף אים. און בעיקר וואס איז מיר אריין אין די ביינער

איז איינער פון די שכנים אויף אונזער שטאק, וואס איז

געווען פון יענע קרייז, ער פלעגט אבער קיינמאל נישט

מיטשמועסן אין די ענינים. ער האט געזאגט: "מיין

טאטע לאזט מיר נישט רעדן פון די זאכן". ער איז אפילו

געגאנגען אין דער חדר פון יענע חסידות, אבער ער האט

נישט גערעדט דערפון קיין אות אחת!

היינט ווען איך טראכט צוריק, דער טאטע איז נישט

געווען קיין ראש ישיבה, א פשוטע ארבעטס איד א -

גראסערי מאן, זעט אויס ער האט באקומען דעם חינוך -

און דאס ווייטער איבערגעגעבן. און אפילו זיינע קינדער

האבן זיך געקאכט אין דעם גרויסען טשאלענט טאפ,

האבן זיי אפילו נישט געגעבן קיין שמעק דערפון!

די גירסא דינקותא איז מיר אריין אין די ביינער "גם כי

יזקין לא יסיר ממני", איך בין אויפגעוואקסן מיט די

השגה, אז מ'טאר נישט רעדן קיין פאליטיק און נישט

נאר ביי יענעם, נאר ביי 'זיך' אויך נישט!

דורך מיינע בחור'ישע יארן איז געווען נייעס אין

עטליכע הויפן בכל קצוות תבל, געוויסע צייטן וואס די

גאנצע וועלט האט גערודערט, סתם עמך אידן האבן -

גענומען א זייט ביי אנדערע קרייזן על לא דבר. ס'איז

נישט אזוי גרינג צו זיין נאַאיוו, מען שפירט ווי דער גולם

וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אויפן וועלט... אבער

למעשה איז דא דערביי א גוטע געפיל, מען היט זיך פון

א דאורייתא... )אגב, בארעדן א קרייז איז אסאך הארבער

ווי א יחיד, ואפשר שאין לו תקנה ר"ל(.

פיר איך אויס צו דער אינגערמאן: דעם זונטאג ל"ג

בעומר האב איך פראבירט אנצוהאלטן מיין פרינציפ.

כ'האב אפילו געפראוועט א שיינעם ל"ג בעומר מיט

מיינע קינדער, איך בין נישט געווען אזוי צובראכן ביי

זיך, ווייל כ'האב כמעט גארנישט געוואוסט.

קלאר מסביר זיין פאר קינדער א שוידערלכע מעשה

איז זייער שווער, במילא איך האב בוחר געווען "נישט

מסביר צו זיין", נאר אויסנוצן דעם געלעגנהייט זיי צו

לערנען "נישט צו רעדן מטוב ועד רע!". הגם ס'איז דא

אן "עת לדבר", מ'דארף זאגן פאר קינדער וואס איז

ריכטיג און וואס נישט, דאס קען מען אויף א פאזעטיווע

אופן ערקלערן איין צוויי און דאס איז עס! -

למעשה, ווען ס'קומט צו אזא מצב וואס יעדער

רודערט און אלעס קאכט, איז נישט שייך צו זאגן גיי

שווייג, פארשטאפ דיינע אויערן. מ'קען זיך נישט

איינשפארן אין א פארמאכטע שטוב פאר צוויי וואכן.

גערעכט, אין אזא פאל דארף מען פראבירן צו רעדן צו

די קינדער אז ס'איז טאקע זייער שווער צו פארשטיין,

און ווייזן אז מ'האט מיטגעפיל, געבן דער געלעגנהייט

פון ישיחנה לאחרים.

אויך איז זייער וויכטיג זיי צו לערנען א מוסר השכל,

ווי יעדער יחיד דארף גוט איבערטראכטן איידער ער טוט

אן אקט, אז ער טראגט אויף זיך דער נאמען פון זיין

גאנצע מקום, אזוי ווי יעדער איד טראגט אויף זיך די

אחריות פון כלל ישראל, און מ'דארף זיין זייער

פארזיכטיג וואס מען טוט!

(המשך אין קומענדיגען תגובה)




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 04:41 לינק ישיר 

 

און נאך א וויכטיגע נקודה. נאך מ'האט שוין געהערט

די גאנצע מעשה און מ'ווייסט שוין מער ווייניגער אלעס,

איז נישט קיין מצוה צו זיצן און רעדן און הערן

נאכאמאל און נאכאמאל, יעדן טאג איבערקייען וואס

דער זאגט און וואס יענער זאגט, אפילו מ'רעדט נאר

זייטיגע פרטים וואס זענען בכלל נישט קיין לשון הרע.

דאך העלפט עס גארנישט צו פאר'ן מענטש. לא כל

המרבה הרי זה משובח!

ווען מ'זעט א קופקע שמועסט, איידער מען שטעלט

זיך צו, זאל מען וויסן: איך בין טאקע זייער נייגעריג,

אבער ס'איז לאו דוקא אז איך וועל אוועקשפאצירן פון

דארט מיט א גוטע געפיל. יעדע ביסל נייעס קען האבן א

ווייטאגליכע השפעה, און עס נעמט איבער דעם גאנצן

מענטש. חז"ל זאגן אונז "שומר פיו ולשונו שומר מצרת

נפשו!" עס איז א מציאות וואס יעדער שפירט.

מאנטאג פרשת במדבר

איך בין געפארן אין חדר. א אינגערמאן וואס לערנט

פריוואט אין אונזער מוסד האט מיר געפרעגט: "נא,

וואס זאגסטו צו די מעשה?..." כ'האב אים זייער שיין

געזאגט: "ר' בערל, דו געדענקסט ווען ביי ענק איז

געווען 'לעבעדיג'... איך האב נישט גערעדט צו דיר קיין

ווארט"... ער האט פארשטאנען דעם רמז און מיר האבן

זייער פריינטליך געענדיגט דעם שמועס.

פיר אזייגער נאכמיטאג ארויסקומענדיג פון קאר מיט

מיין טאשקע, פרעגט מיר א אינגערמאן: "דו ביסט א

מלמד אין מאנסי, האסט געהאט א שווערן טאג

היינט?..."

"ניין, בכלל נישט!" איז מיין ענטפער, "איך האב

גארנישט גערעדט וועגן דעם, די מלמדים ביי אונז זענען

וואוילע איידעלע אינגעלייט, זיי רעספעקטירן יעדן מקום

מיט די מעלות און חסרונות. קיינער האט אפילו נישט

גערעדט דערוועגן אין מיין געגנווארט. און ב"ה ס'איז

געווען א טאג ווי אלע טעג".

מאנטאג נאכט. איך טרעף זיך מיין חברותא, ער זעט

נישט אויס גוט, זיין פנים איז נישט די זעלבע, ער זאגט

מיר, "איך מוז זיך צו איינעם אויסרעדן... דו מוזט מיר

אויסהערן...".

ער האט אנגעהויבן רעדן מיט אן אמת'ע ווייטאג. ער

האט מיר נאכגעזאגט וואס דער שיינער איד האט

געלאזט פאלן פון מויל... וואס יענער האט געזאגט...

"איך האב א ביזנעס מיט הונדערטע קאסטעמערס",

זאגט ער, "איך שעם זיך ממש, איך האב ליידער געזען

וואס מען שרייבט אויף די "וועב סייטס". ער האט -

גערעדט מיט אזא ווייטאג און ביטערקייט אז איך האב

ניטאמאל געהאט וואס צו ענטפערן. מיין באבע ע"ה

פלעגט זאגן: "וואס מען הערט, דאס מען קלערט".

ס'האט מיר אליין געמאכט א לאך אין הארץ.

און ווי די אידישע שטייגער, אז צוויי שמועסן קומט צו

א דריטער און ס'ווערט א קופקע, ס'שטעלט זיך צו א

אינגערמאן אן עובד ה' באמת, זיין דאווענען איז א

דאווענען, זיין שמירת עינים איז להפליא. ער איז טאקע

נישט קיין כולל יונגערמאן, אבער ער איז א ריכטיגער -

דוגמא פון א תורה'דיגער, חסידי'שער ביזנעס מאן, און -

איז מקדש שם שמים מיט יעדע ריר!

דער אינגערמאן פרעגט מיט א אמת'ע קרעכץ: "למה

עשה ה' ככה?..." אין זיין לשון: "פארוואס האבן מיר

באקומען אזא שטראף?..."

א טיף פארווייטאגטע שאלה! און נאכדערצו ווער דער

פרעגער איז... דאס מיינט אז דער מעשה האט בארירט

יעדן ערליכן איד פערזענליך, עד דכדוכה של נפש ממש!

למעשה האט דער רבים גארנישט געטון, און דער

ווייטאג איז אנגעקומען צו יעדען יחיד פערזענליך!

איך בין אהיים א שבר כלי ממש! פאר קריאת שמע -

ליינען האב איך גענומען א שלאף טאבלאט )אנדעם

וואלט געווען וואכנאכט...( און בשעת קריאת שמע

געבעטן פון אונזער טאטן אין הימל: עננו ה', ענטפער

מיר א שטיקל תירוץ!

ליגנדיג אין בעט איז די שאלה געווארן אסאך

שטערקער. איז מעגליך אז דער רבוש"ע זאל נעמען זיין

הייפעלע אידן וואס טוען אלעס נאר כדי למלאות רצונו.

אזויפיל אפגעהיטענע אידן מיט אלע רמ"ח אברים און

שס"ה גידין, היטן זיך די אויגן, זענען מדקדק כחוט

השערה וואס מען נעמט אין מויל אריין. איבער טויזענט

כשר'ע סעלפאונ'ס זענען געקויפט געווארן און

ארויסגעווארפן די אלטע, נאר כדי צו היטן זיך מיט די

קינדער. די נשים זענען זיך כסדר מחזק בקדושה

וצניעות. ביי די עלטערן איז חינוך הבנים והבנות די

ערשטע אויף דער ליסטע. מען לייגט אריין לייב און

לעבן צו פארבעסערן די חינוך ניווא אין חדר און אין -

סקול. די "סקווירא מלמדים" שמ'ן אין דעם גאנצען

אומגעגנט. די "סקווירא ספרים" זענען אויפגעכאפט

אויף דער גאנצע וועלט. גליונות וואס פארשפרייטן

תורה ויראת שמים: "לקראת שבת", "הליכות החיים",

"ובחרת בחיים", "בנות מלכים" ועוד ועוד.



(המשך אין קומענדיגען תגובה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 04:43 לינק ישיר 

 

מ'שטעלט כסדר צו נאך שיעורים און חברותות, גאנצע

ארגאנעזאציעס און מפעלים וויאזוי אריינצוברענגען א

חשק און א סיפוק אין לימוד התורה הק'. "חברת תורה

ותפלה" איז כסדר מעורר און מחזק בעבודת התפלה אין

בית המדרש. הונדערטער אינגעלייט הארעווען בהתמדה

רבה מתוך הדחק; ש"ס אידן דרייען זיך ארום און מאכן -

גארנישט פון זיך; בעלי בתים שפאצירן ארום מיט א

"חק" אין טאש; מען הארעוועט אור החיים הק',

מ'לעבט מיט חסיד'ישע ספרים.

אזויפיל חשובע צדקה'ס גייען ארויס פון די ארעמע

געסלעך. א גאנצע גראסערי נאר לשם מצוה. גמילות

חסד אויפן העכסטן פארנעם, פרויען מיט איצל פיצל

קאכן טעגליך לאנטשעס פאר קימפעטארינס. חסד-

שטיבער אין אזויפיל שפיטעלער. פרעמדע אויגן קוקן

מיט שטוינונג ווי די "סקווערע אינגעלייט" כאפן זיך

אריין אין שפיטאל, רייניגן, פאקן אויס מכל טוב וטוב

און אנטלויפן כאילו לא היה. טויזענטע "שביל החסד"

קאל'ס ווערן געדעקט דורך פארנומענע ארבעטס אידן. -

הכנסת אורחים אויפ'ן שענסטן אופן. א גאנצע רייע

גמחי"ם פאר: געלט; טישן און בענק; צרכי שמחות;

בעטן; אד"ג, קופת חתנים, אורחות חיים, נפש, קול

התורה, אבות ובנים, חברת תהלים, אמן יהא שמיה רבה,

איידעלע ערליכע הצלה אינגעלייט, ערשטע הילף לכל

עת צרה, "אך שמח" פאר אלטע און קראנקע.

אין דער "היכל התורה" זיצט מען די גאנצע מעת לעת.

אידן פארברענגען שבתים און ימים טובים נאר כולו לה'.

יעדן שבת צופרי גייען ארויף אין הימל טויזענטע מאל -

תהלים בלי הפסק. ס'איז דאך אן עדה קדושה וואס האט

איין שאיפה, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו!

איז די פראגע נאך אסאך שטערקער: טאקע דער

קבוצה האט דער רבוש"ע אויסגעוועלט צו געבן אזא

קלאפ און מבזה זיין בעיני כל? איז דער שבט די ערשטע

אויף די ליסטע?

היעלה על הדעת?...

איך בין נישט אין הימל, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפן

שכל און ס'איז שווער צו גלייבן אז מיר זענען טאקע די

וואס פארדינען אזא גרויסע פאטש? ווען לעומת זה איז

דער וואגשאל ליידיג... בפרט ווען מיר אלע זענען בכלל

נישט באגאנגען קיין שום עוולה, פארוואס קומט אונז

דאס?

די שאלה טוט זייער וויי, און ס'איז שווער צו טרעפן א

פאסיגער תירוץ וואס זאל קענען מחזק זיין די געוויסן.



(המשך אין קומענדיגען תגובה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 04:45 לינק ישיר 

 

טייערע אידן! איך האב נישט קיין תירוץ!

לאמיר אבער געבן א קוק צוריק, ווען כלל ישראל איז

געשטאנען ביים ים סוף, "והמים להם חומה מימינם

ומשמאלם". ס'איז נישטא קיין וועג ארויס, די מצריים

פון איין זייט, דער ים הגדול פון צווייטן זייט, וואו גייט

מען דא? ס'זענען תיכף געווארן פיר קבוצות, יעדער

האט געזאגט עפעס אנדערש. ס'איז געווען גאר א

שווערע נסיון, די אידן האבן געפרעגט: "מה זאת עשית

לנו?..." מ'האט אונז אריינגעפעקלט דא. די וואס זענען

געווארן פארלוירן האבן אנגעהויבן שרייען קולות:

המבלי אין קברים במצרים?.. הלא זה הדבר אשר דברנו

אליך!.. די טענה איז געווען: נישט "אונז" זענען

אריינגעפאלן אין דעם מצב, נאר דער רבוש"ע האט אונז

אהער געברענגט "לקחתנו למות במדבר הזה...".

ס'איז א שטיקל וואונדער, צו וואס האט די תורה

הקדושה געדארפט ארויסשרייבן בפרטיות די אלע

נעגאטיווע לשונות? וואס קען מען זיך לערנען פון דעם?

די תורה וויל אונז אפשר לערנען לדורות, ווען א איד

שטייט אין מצב וואס ס'זעט אים אויס ווי ס'שטימט

בכלל נישט, יעדער מאכט קולות, די גאנצע וועלט

רודערט, פון איין זייט זענען דא חיצים ובליסטראות, פון

די אנדערע זייט איז דא א וואסער, ס'איז נישט שייך

בעולם א וועג ארויס. דעמאלטס איז דער צייט זיך מחזק

צו זיין, "אל תיראו התייצבו" פאל נישט ביי זיך, בלייב -

שטיין! זיי דיר מחזק מיט אמונה "וראו את ישועת ה'."

צום שלוס: טייערע ברידער און שוועסטער! ווער בין

איך צו זאגן פשעטליך, מיר זענען נישט אויבן אין הימל,

מיר קומען נישט דא מאכן די גאנצע פאסירונג פאר א

העכערע זאך, און אודאי נישט בארעכטיגן אזא

מאויימ'דיגע מעשה ר"ל. ס'איז זיכער אז מיר טארן זיך

נישט אפשאקלען די פלייצעס און גיין ווייטער, מען

דארף ארויסנעמען א מוסר השכל דערפון, מפשפש זיין

במעשים, זיך היטן פון לשון הרע און רכילות

 און מרבה זיין שלום בין איש לרעהו.

אבער יעדער יחיד מעג וויסן ביי זיך, אפילו ס'האט

פאסירט אזא שרעקליכע מעשה, בלייבן מיר די זעלבע

חשוב. יענער קען נישט מיט א מאך מיט די האנט

אוועקמאכן אזויפיל ערליכע אידן. דער שטן זוכט אלע

וועגן אריינצוברענגען א שוואכקייט אין עובדי ה'. און

מען דארף זיך מחזק זיין און טון וואס מ'האט צו טון.

צו די זעלבע צייט איז זייער וויכטיג זיך

ארויסצולערנען א מוסר השכל: ווען מ'הערט אמאל אז

אין א צווייטע קהילה איז געשען א שרעקליכע מעשה,

מיינט נישט אז די גאנצע קהילה האט עס געטון, ס'מוז

בכלל נישט זיין אז יעדער איז מסכים אויף דעם. און

אודאי דארף מען געדענקען יעדע מטבע האט צוויי

זייטן. און אפילו ווען ס'פאסירט יא א ווייטאגליכע זאך,

פרעגט עס נישט אפ יענעמס אלע גוטע זאכן. שמוץ גייט

סאך שנעלער ווי גוטס ביי יעדעם. מ'קען ווייטער -

אנקוקן יענעם ווי ביז יעצט, איין חסרון וועגט נישט

איבער הונדערט מעלות, נאר פארקערט.

מיר בעטן: "עזרינו אלקינו ישענו על דבר כבוד שמך",

"לא לנו ה' כי לשמך תן כבוד... למה יאמרו הגוים...".

עם ה' חזקו ונתחזקה! דער רבוש"ע זאל העלפן, מיר

זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות בכלל

ובפרט, מיר זאלן זוכה זיין צו "ומלאה הארץ דעה כמים

לים מכסים", גאנץ כלל ישראל צוזאמען כאיש אחד בלב

אחד זאל גיין קעגן משיח צדקינו ומלכנו בראשנו במהרה

בימינו אמן.


אחד מבני החבורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:21 לינק ישיר 

איך בין גערירט ביז צו די טיפע סטרונעס פון הארץ פון די אפענע און אויפריכטיגע רייד וואס דו האסט דא נאכגעברענגט. איך האלט אז יעדער שרייבער אין דעם פורום איידער ער טראכט צו שרייבן נאך א תגובה וועגן דעם נושא, זאל ער האלטן פאר די אויגן דעם בריוו, און אויפהערן בארעדן א קהלה קדושה בישראל.
 
און די זעלבע צייט ווענד איך זיך צו די מנהלים החשובים דא, גענונג איז גענוג! סקווירא איז א הייליג מקום, זיי האבן קיינמאל נישט געטשעפעט קיין שום אנדערע קהלה שבעולם! אלעס האט האט שיעור, און די מנהלים זאלן ביטע אנהייבן מינומיזירן דאס ברייט און עקל'דיג גערעדעכץ וואס ס'קומט פאר אויפן חשבון פון סקווירא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:36 לינק ישיר 

זייער שיין געשריבען, א פראפעשענעל בריוו, מיין שאלה איז נאר צום בעל הבריוו, ווי זענען ענק געווען די לעצטע 20 יאר ווען מעט האט געפייניגט יודען על לא דבר. ווי זענען די אלע חסד ארגענאציעס געווען? מען האט ארויסגעווארפען יודען פון שטעטל מיטן גרעסטען אכזריות נאר פאר,ן חטא פון נישט דאוואנען און גרויסען שוהל,
בעל הבריוו, אפשר טריי זיך אפצומאלעהן וואס עס מיינט ארויסמופן, איינער וואוינט און א פלאץ 30 יאר, זיינע קינדער זענען אלע מסודר און  מוסדות, חברים, וכו' די אשת חיל האט זיך אירע חברותות, מען האט א געהריגע הויז, יעצט גיי פאנג אן אלעס פונדאסניי, נייע הויז, מוסדות, חברים , ביזנעס וכו' , עס מופט זיך אזוי גרינג???
, ביז די 40 האט ער אלעס מיטגעהאלטען, און יעצטהאט ער שוין נישט באקומען קיין נערווען צו דאוואנען יעדע שבת אינדערפרי ביז 2 נאכמיטאג, דאווענט ער און אנדערע מנין אינדרויסען פון שטעטל, (ח"ו און שטעטל) באקומט ער שוין דין אינווקאזציע?? 
וואס איז שוין די חטא פון דאווענען און אנדערע שוהל אינדרויסען פון שטעטל?

עצטס האטס מורא געהאט זעהנדיג ווי יעדע וואך ווערט די מנין גרעסער, און דער עולם האט נישט קיין נערעווען צום רבין, און דער גאנצער בלאף וועט פאלען, האט מען אנגעפאנגען מעשי טעראר אויף מענשטען.

ווי זענען עצטס געווען דעלמאטס? פארוואס האסטו דעלמאטס נישט גענומען די מיה און שרייבען א בריוו פאר די גאנצע וועלט אז בית רבנו  זאל אויפהערען מיט טעראר,
נישט אלעס איז די רבי און די רבי און  נאכאמאל רבי.

פארוואס דארפען מען קומען יעדע וואך 3 מאל שבת צום טיש?? און אויב נישט, ווערט מען ארויסגעווארפען פון מוסדות, אויב מען האט א שטעלע דארט.
אפילו א צווייטע מנין מוסף איז נישט דא שבת. מדארף טאקע ארויפצווינגען ווי א צוואנגס לאגער אויף אלע חסידים די רבי?




תוקן על ידי jew_land ב- 31/05/2011 08:38:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:38 לינק ישיר 

דזשולענד, ראטענבערג'ס בלוט האט אויך א פרייז. גענוג באשמיצט א קהלה קדושה בישראל. אז ס'געפעלט דיר נישט סקווירא מהלך, זיי נישט קיין סקווירא חסיד, קיינער צווינגט דיך נישט צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בריוו פון א סקווירא חסיד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext