| נשלח ב-31/5/2011 08:09 |
|
| |
צענדליגע קעמערעס אויסגעלייגט אין קרית יואל
איך האב נישט געזעהן ווייל איך וואוין נישט דא אבער איך האב געהערט אז היינט זענען אינסטאלירט געווארן צענדליגע קאמערעס אין דעם שטעטל פון קרית יואל. ווייסט איינער פשט דערפון, ווער צאלט עס? וואס איז די סובה דערפון?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 08:30 |
|
| |
איך ווייס נישט וויאזוי איין דיין בישראל איז מתיר אזא זאך. דאס איז א דירעקטע פגיעה בכבוד האדם און ס'נישט אויסגעהאלטן נישט תורה'דיג און נישט להבדיל גוי'איש. יעדער ראצער וואס וועט האבן א חשבון מיט א צווייטן איד, און ער איז אין נאנטע קאנטאקט מיט די ווילידזש באאמטע וועט קענען האבן צוטריט צו די ווידיאו'ס, און קענען אנשרעקן יענעם מיט דעם. עס איז א געפערליכע פארברעך, און טאר נישט פארשוויגן ווערן.
אפשר טאקע זאלן זיך תושבי קרית יואל, אהרונים ווי זאלונים צוגלייך, זיך צוזאמנעמען אונטערשרייבן פעטיציעס און אריינשיקן קיין אלבאני אפשרייען די ביטערע גזירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 17:53 |
|
| |
וואס פלאנען די חברה צו טון מיט דעם? און ווי קומט דא אריין דיינים מיט היתרים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 18:41 |
|
| |
פאר סיי וועלכע סיבה האט זיך פייוובארא געשפירט זייער געטראפן פון מיין תגובה דא מ'זאל גיין קיין אלבאני, און פרובירט נאכאמאל אריינצושעלפן די סקווירא מחלוקה אין זיין פראבע צו בארעכטיגן קרית יואלער טעראר און אוממענטשליכקייט.
אינגערמאן טייערער, וויפיל דו זאלסט פרובירן און דרייען מיטן צונג, וועט דיר קיין איינער נישט מודה זיין אז סקווירא איז אפילו א דמיון צו קרית יואל. יא, איך פארשטיי אז דו וואלסט געהאט חשק אז קרית יואל זאל זיין אזוי ווי סקווירא, א לויטער פארטיי'אישע שטעטל. אבער חסדי השם אז דער רשע אהרן טייטלבוים האט נישט מצליח געווען אויסצושפרייטן זיינע לאפעס אויפן גאנצן שטעטל, און ווי עס שטעלט זיך ארויס ביי אלע וואלן איז דאס אריבער 1500 משפחות וואס זאגן "לא" צו אהרן טייטלבוים, און דאס איז וואס קרענקט דיך.
ווידעראום סקווירא ווייסט יעדער אינגערמאן פאר ער מופט אהין וואס מ'פארלאנגט פון אים, ער איז געבינדן צו די תקנת המקום און אויב געפעלט אים דאס נישט זאל ער זיך גיין פון דארט לחיים ולשלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2011 05:31 |
|
| |
מאנרא בוי דו קאמענטירסט אביסל בחור'יש אויף די סעקיוריטי קעמרעס, איך אלס טאטע פון קינדער בין זייער צופרידן דערפון
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2011 06:02 |
|
| |
דער פראבלעם איז נאר, אז די אלע זאכן וואס זענען בעצם גוט, ווערן אויסגענוצט פארטייאישע אינטערעסן, נישט פאר די טובה פונעם כלל הציבור. איז כאטש סעקיוריטי קעמעראס קענען זיין א גוטע זאך, לתועלת, איז אבער דא א חשש, אז די מענטשן וועלן דאס נישט נוצן אויף דעם וואס מען מיינט, נאר צו קענען דערמיט טעראריזירן די שטאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2011 20:19 |
|
| |
גיט ארויסגעברענגט, בעצם איז דאס א גיטע זאך, נאר אזוי ווי רשעים אין טובתן שלימה, ניצן זיי אויס אלע זאכן פאר פאליטיק, די ענין פון די קעמרע'ס האט מען אנגפאנגען צו רעדן דערוועגן פאריאר ביי די סידור קידושין פרשה ווען זיי האבן געווארפן פאשקווילן אין מען האט צוריקגעווארפן גארבעדזשעס אויף אלע גאסן, האבן זיי באשלאסן צו לייגן קעמרע'ס אנגעבליך צו כאפן גנבים, אבער עס האט נאך א עיקר ציל צו כאפן די וואס פארלעצן די ארוינישע געזעצן ווי איידער די אמעריקאנע געזעצן
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2011 21:33 |
|
| |
געב א משל אין א שטילע צייט ווי היינט צוטאג, ווי קען מען אויסנוצן צו טעראריזירן?
|
|
|
|
|