בית פורומים אידישע געדאנק

שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סקווירא פרשה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2011 09:11 לינק ישיר 
שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סקווירא פרשה!

די הנהלה אויף "אידישע געדאנק" האט היינט נאכט באשלאסן אז די געפערליכע הסתה און חוצפה וואס טוט זיך אויף דעם פארום קעגן ק"ק סקווירא און איר מנהיג האדמו"ר שליט"א, מוז קומען צו א האסטיגער אפשטעל זאפארט!
 
מיר האבן זיך אפגעהאלטן ביז היינט פון נעמען שריט, היות דער מצב איז נאך געווען אזוי הייס. אבער אזוי ווי געוויסע שרייבער זענען ארויס פון גלייכגעוויכט, און גענומען פאר לייכט דאס באשמוצן דעם סקווירא רבי שליט"א, זענען מיר געצווינגן דאס אפצושטעלן איינס און פאר אלעמאל.
 
דעריבער מעלדן מיר ווי פאלגאנד:
 
1) א ניק וואס וועט פוגע זיין בכבודו פון סקווירא רבי שליט"א, וועט זאפארט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין אויסנאמען און אויסריידן.
 
2) ווער עס וועט עפענען א פרישע אשכול וועגן די סקווירא פרשה, וועט אויסגעשפארט ווערן אויף א שטיק צייט, און ער וועט צוריקבאקומען זיין רשות נאר טאמער ער וועט זיך מתחייב זיין מער נישט צו שרייבן וועגן די פרשה.
 
3) נוצן דעם פארום אויפצוהעצן די גאס מיט ביליגע מאטריאל קעגן ק"ק סקווירא וועט מער נישט טאלערירט ווערן.
 
ווער עס שפירט אז די א.ד. תקנות זענען צו שווער פאר אים, איז מכבוד זיך צו זוכן א צווייטע פארום אויסצואיבן זיינע געשרייבעכץ.
 
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
 
מיט שעצונג. די הנהלה.

דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 16:57 לינק ישיר 
מעלדונג צו אלע ניקס

די הנהלה האט נעכטן געמעקט אלע דאפעלטע אשכולות ארום די סקווירא פרשה — ווייל עס איז ארויס פון פראפארץ דער איבערפלוס פון מערערע אשכולות

יעדער ווערט געבעטן איבערצולייגן די תגובות אינעם צענטראלן אשכול, און געדענקן זיך צו האלטן לתקנת המקום!

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 17:01 לינק ישיר 

עס קומט זיך א אויסנאמער דאנק פאר די חשוב'ע הנהלה דא וואס האבן געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ, און גענומען די זאך אין די הענט ווייל נארמאל איז דאס שוין נישט געווען.
 
תחזקנה ידכם!

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 19:20 לינק ישיר 

יישר כח הויכגעשעצטער מנהל פארן אפשטעלן די הפקרות

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 19:25 לינק ישיר 

יישר כוח מנהל, אלעס האט א שיעור, פארוואס דארף דא זיין דער פלעטפארם פאר אלע שמוץ פון די גאנצע וועלט 

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 21:16 לינק ישיר 

גערעכט, דא דארף זיין שמוץ נאר קעגן ר' אהרן טייטלבוים.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 21:39 לינק ישיר 

איז דאס א סקווירא פארום?
אויב טאר מען נישט שרייבן קעגן א מנהיג ישראל איז עס אפגעזען וועלכע קהלה ער פירט

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 22:34 לינק ישיר 

גביר_אדיר כתב:
גערעכט, דא דארף זיין שמוץ נאר קעגן ר' אהרן טייטלבוים.

מה נשתנה האדמו"ר מסקווירא להאדמו"ר מסאטמאר קר"י?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 23:01 לינק ישיר 

זייער א גוטע קשיא. נו וואס טאקע?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 23:07 לינק ישיר 

יישר כח מנהל, איך בין גאר גאר שטארק צופרידן פון די איינגעצויגענע לייצעס, איך האב זיך אליינס אסאך משתתף געווען אין די שמועסן וועגן די סקווירא פרשה (פונקט ווי יעדער יחיד אין גאנץ כלל ישראל). אבער יעדער קען מעיד זיין אז איך בין געווען טעטיג נאר אין איין איינציגען אשכול ווי איך האב זיך פראבירט שטרענג צו האלטן אויף די שינעס. נישט נאר וואס איך האב דווקא נישט געשריבן אין די אנדערע אשכולות נאר איך האב כמעט זיי נישט געליינט ווייל די טענות און שמועסערייען האבן זיך איבערגע'חזר'ט אין יעדן אשכול באזונדער. יישר כח נאכאמאל.

און צו דיר בני ברק'ער, ווען ר' אהרן טייטלבוים זאל ווען מוחה זיין (אפילו נאר פרווה'ערהייט) און כאטש שטעלן א פנים ווי ער וויל אפשטעלן זיין לאנגע רעקארד פון דרייסיג יאר רציחה ביסטו הייס גערעכט. אבער היצטער האט זיך געמאכט אין סקווירא א מעשה אויף וואס כולי עלמא מודה אז ס'איז א יוצא דופן, אזאנס האט נאכנישט פאסירט אינם עבר (אין סקווירא) און לויט ווי ס'זעט אויס וועט ווייטער נישט  פאסירן, ועוד יותר, די סקווירא חסידים על פי רוב שעמען זיך מיט די מעשה און זאגן פאר יעדער וואס איז וויליג צו הערן אז זיי שפירן זיך פערזענליך באטראפן און שפירן אז זייער חסידות איז באטראפן געווארן שלא ביושר (נישט ווי ביי די אהרוינים ווי אלע נאכשלעפער פון גרויס ביז קליין שטיצן טערער און האלטן זיך גרויס דערמיט) צוליב דעם וואס די סקווירא ציבור איז דערקעגן און שעמט זיך דערמיט. דעריבער איז פארשטענדליך אז די הנהלה מאכט א סטאפ צו העצעריי וואס ווערט געפירט און אויפגעבלאזן נוסח בני יואלער יוסל וואלדמאן.

אין איין ווארט: גיב פאר סקווירא א טשענס - א זאך וואס די אהרוינים האבן הונדערטער מאל אוועק געווארפן - צו צייגן פאר די וועלט אז סקווירא איז נישט טעראר און טעראר איז נישט סקווירא.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 23:26 לינק ישיר 

נפל כתב:

איך האב דיר וואס צו ענפערן נאר היות דער חשוב'ער מנהל האט געבעטן און געוווארנט, און אין מיין תגובה גייט אריין גיין אונם גדר וואס דער מנהל האט אוועקגעשטעלט - וועל איך זיך צוריק האלטן...

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 23:27 לינק ישיר 

די מנהל ירום הודו איז מקיים ''מכל מלמדי השכלתי'', ער האט זיך געלערענט פון סקווערע רבי שליט''א וואס הייסט א קליגע איד, קודם איז מען שטיל א וואך און ''מ'וועיסט נישט'' און דערנאך זאגט מען אז ס'נישט אינזער וועג, 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 23:17 לינק ישיר 

outspoken כתב:
די מנהל ירום הודו איז מקיים ''מכל מלמדי השכלתי'', ער האט זיך געלערענט פון סקווערע רבי שליט''א וואס הייסט א קליגע איד, קודם איז מען שטיל א וואך און ''מ'וועיסט נישט'' און דערנאך זאגט מען אז ס'נישט אינזער וועג, 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 23:40 לינק ישיר 

יישר כח מנהל פארן נישט צולאזן אייער/אונזער פורום זאל אויסזעהן ווי די ארונישע פורום, אנגעפירקלט מיט שנאה און האס קעגן יעדן גדול בישראל.

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 23:43 לינק ישיר 

ישר כח גדול מנהל
א גוטער אנהייב האפענטליך וועט איר בכלל נישט לאזען באשומצען קיין גדולי ישראל

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 00:32 לינק ישיר 

נפל כתב:
די מנהל ירום הודו איז מקיים ''מכל מלמדי השכלתי'', ער האט זיך געלערענט פון סקווערע רבי שליט''א וואס הייסט א קליגע איד, קודם איז מען שטיל א וואך און ''מ'וועיסט נישט'' און דערנאך זאגט מען אז ס'נישט אינזער וועג, 

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סקווירא פרשה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext