בית פורומים כל העולם כולו

מיין מגילה איבער סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2011 19:24 לינק ישיר 

איך האב איבערגליינט די לאנגע מגילה, עס איז זייער שיין אין אינטערסאנט באשריבן


אבער לענ''ד איז דיין ציהל דא צו באשמיצן סקווירא, והא ראי' אז די סקווירא מתנגדים כאפען זיך ארויף אויף דיין מגילה אין צושפרייטן עס ווי זיי קענען נאר,


דיין ארטיקל איז מער אזא סטיל ווי פארמעגליך פין מהרז''ל'ס שטוב וואס שרייבט אפ גאנצע תגובות מיט היסטאריע, אין ווארפט אריין זיינע פאלטשע אין פארדרייטע מעשיות צווישן די שירות, אזוי וועט דאס צד מהרז''ל גלייבן אין עס וועט זיי אריינגיין אין קאפ, אוודאי לייגט יעדע כזבן אריין עפעס אמת צווישן די שירות די עצה זעהט מען שוין ביי די מרגלים, אבער דיין מגילה האט אסאך ליגענט אין זיך אפילו די פאזעטיווער חלק


עס פארשטייט זיך אליין אז איך גיי נישט נעמען די מי אפצופרעגן אזא לאנגע מגילה, ווען איך זאל האבען א ציהל צו ריינוואשען סקווירא וואלט איך אפשר געהאט צייט דערצו אבער אזווי איך האב נישט די ציהל ברענג איך נאר ארויס ענית דעתי,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2011 19:27 לינק ישיר 

ברוך השם, לא אלמן ישראל, מיר האבן דא א חברה וואס שטייען אויף די וואך, געבן אכט אויף אלעם עס זאל גיין כשורה, זיין ביושר, נישט צו פארפרימט, נישט צו צולאזט, נישט פארכניאקעט, נישט צו צוגעפיצט, נישט צו דעמאקראטיש, און נישט צו טעראריסטיש, און אויב די רבי'ס פילן זיך אזוי אום סעקיורט, און זענען אובד עצות, זיי ווייסן נישט את הדרך אשר ילכו בו, האבן מיר צפעציעלע טרעינירטע רביאליזשיסטן וואס וועלן זיי גיידן און שטעלן אויף די ריכטיגע שינעס,

אגב, אז יעדער גיט ארויס זיינע בויך קרעמפענישן וואס עס שמעקט עם נישט ביי די חסידות אדער ביי יענע חסידות, האב איך אויך אפאר הערות און גיידענס פאר אפאר רבי'ס, און איך האף אז מיט זייער גרויס עניוות וועלן זיי זיין נשמעין אל הקטנים, און וועלן זיכער מאכן צו טוישן זייער מהלך, אזוי אז זיי זאלן מיר געפעלן,

קודם רבינו הגה''ק מסאטמאר שליט''א, כאטש איך האב מיך שוין צו געוואוינט צו דעם הערליכן נוסח התפלה, געפעלט מיר נישט דער קוועטש ביי "חמלת עלינו" אנשטאט עס זאל גיין אראפ, זאגט עס דער רבי אזוי מיט א אויבערשטע תנועה, נאו גוד!, און דער "ביום השביעי" ביי קידוש דארף א תיקון גדול, ס'איז אינגאנצן נישט צו דערזאך,

 דער גז''ל שליט''א, ביים טאנצן אויף חתונות לויפט ער צו שנעל, און טאנצט בעקווערטס, נע נע, עס פאסט נישט... און ווען ער זיצט ביי א מסיבה אדער כינוס, זיצט ער אזוי אנגעבלאזן מיט דעם קאפ זייטיג, אביסל אראפ געבויגן כאילו כפאו שד, מען קען מיינען אז ס'איז דא נעגל אויף זיין בענקל, וואס שטעכן עם, רבי! זיץ נאטירלעך און זיי נישט אנגעצויגן,

רבי מאטעלע שליט''א פון וויזניץ, פאר מען זינגט א ניגון, זאל איינער אויסרופן וואס פאר ניגון מען גייט זינגען, ווייל איך בין געווען ביים טיש און געהערט דעם רבין זינגען עפעס א ניגון וואס נאך 15 מינוט זינגען האט איך מיך געכאפט אז דאס איז א וועלטס ניגון וואס יעדער קען, איך האב מיך נאר נישט געכאפט אז דאס וויל דער רבי זינגען, ווי אויך זיך אזוי פארטראכטן אויף בחורים און יונגעלייט אויף די ברענטשעס ברענגט עפעס א פחד נורא ואיום, ס'איז צער בעלי חיים.

אדמו''ר מבעלזא שליט''א, האו אבאוט א בענד? האט איר שוין אמאל געטראכט דערפון?, גלייבט מיר איר וועט אייך אסאך בעסער פילן, און אויסזען אסאך בעסער, און נאך איין זאך, כאטש איינמאל א חודש געבן א שמייכל, או קיי?

אדמו''ר מסקווירא שליט''א, הערטס שוין אויף מיט די שטיוול, דא אין אמעריקא איז נישטא אזוי פיל מעראסט ווי אין אוקריינע, עס איז פשוט א געלעכטער ביי די גאנצע וועלט, און דער קניפ אויף די פיאות זעט עפעס אויס ווי א צו געפיצטער בחור, לאזט אייך אראפ די פיאות איר זאלט אויס זען ווי א נורמאלער חסידישער רבי, און הייסן די חסידים גיין א גאנצן טאג מיט א גארטל איז פשוט טעראר.

אדמו''ר רבי מרדכי דוד מבאבאוו שליט''א, איי דונט לייק יור בעקיטשעס, פיריעד!!!  איר דארפט טוישן אייער דיזיינערס, און די בעקיטשעס זאל אנטון די רבעבעצין תחי', עס זעט ענדערשט אויס ווי דאסטערס, (כשערע, כמובן)..

זעלבסט פארשטענדליך, אז איך קען נישט שטיין אויף די וואך אויף אלע רבי'ס, ועוד חזון למועד, ביזדערווייל וועט מיין קאליק דער "גביר אדיר" שטיין דא און מייעץ זיין און געבן הדרכה פאר אלע רבי'ס..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 20:09 לינק ישיר 

משה זייער גוט,

נאך א קליינע נקידה:

עס איז באוויסט אז און די אלטער היים איז געווען א פייערדיגע מחלקה און די שטאט קראלי,

דער שטאטס רב הגה''ק רבי שאול בראך זי''ע האט געמאכט א תקנה לחיזק הדת, אז די אלע מענער וואס די נשים גייען מיט ביי האר רח''ל האבן נישט קיין רעכט צו שטימן און קהל'לישע וואלן,

דערנאך איז רבינו הקוה''ט זי''ע געווארן די רב און קראלי, און וואו פארשטענדליך האאט ער מחזק געווען די תקנה ביתר שאת ויתר עוז,

ווען רבינו הקוה''ט זי''ע האט זיך געצויגן קיין סאטמאר, האבן ליידער די חברה, געהויבן קאפ, און זיי האבן מיט די פסול'ע שטימען געברענגט א רב און קראלי,

און פארשטייט זיך אז עס האט זיך אנגעהויבן א מלחמת חרמה , א קעגן דעם רב,

און יא, איר ההאט גוט צו געטראפן, אלע מרסים, ציוניסטן, מחריבים, פורקי עול, לייצים, שקצים, יעדער איז געווען אויף דער דעם צד פון דעם רב וועמען די חברה האבן געברענגט, די חברה האבן שלום געמאכט צווישען זיך, און אונאיינעם מלחמה געהאלטען קעגן די ערליכע יודן! איי וואס גייט אן פאר די פורקי עול פון פעסט, דערבעצין, קלויזענבורג, וואס עס טיט זיך און קראלי? וואס מישן זיי זיך אריין,? זייער פשוט די שנאה ווואס די חברה האבן צו ערליכע יודן טרייבט זיי צו משגעת,

אקארשט די זעלבע האט זיך איבערגעחזרט און סאטמאר, די ערליכע יודן האבן געוואלט רבינו הקוה''ט זי''ע אלס רב, און אלע פורקי עול, און רשעים, פון גאנץ אונגארן און  ראמעניע, זינגבערן,  האבן געפירט א מלחמת חרמה דערגעגן,

די זעלבע איז דא אויך יאשעק פאנדריק פון KJ, די בני המן, די זאליבאנעצעס, די סקווירא באמאס, און אלע ראצערליך וואס זיכן הפקירות און פריקת עול, יעדער נעמט זיך אן פארן נשרף ראטטענבערג, איי וואס גייט אייך אן וואס עס גייט פאר און סקווירא? איז דאס אייער געשעפט? זייט ביזי מיט די יענקיס, און לאזט אפ כלל ישראל, ניין! ער האט מיינונג א דיעה, דער סקווירער דארף טאן אזוי, ער דארף טאן אזוי,

דאס איז די טבע דער רע האט פיינט דעם טוב, א פורק עול האט פיינט אן ערליכע יוד, נישט פון היינט נאך נאך און די צייטן פון דתן און עבירם בימים ההם בזמן הזה, היסטאריע חזערט זיך איבער יעדעס מאך מיט אנדערע נעמען!

תוקן על ידי האנדא ב- 01/06/2011 20:17:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 21:07 לינק ישיר 

איך שטיי און שטוין, ווי נארמאלע שרייבערס דא פאלן אריין אינעם נעץ פון די מחרחרי ריב און נעמען אן זייערע בויך סברות וואס איז צום בעסטן האלב אמת און מסתמא רוב שקר, קיקט נאר צו ווער עס נעמט זיך אן פאר ראטענבערג? דאס נידעריגסטע און אויסגעשפיגענע פון כלל ישראל, און אויב שרייבט מען חלילה א קרום ווארט אויף ראטענבערג, און מען שרייבט עפעס לטובת כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א ווערט מען גלייך פארשריגן ווי איינער וואס נעמט זיך אן פאר א רוצח, וויפיל מען האט געשריבן צו פארדאמען די רציחה אקט איז נישט גענוג, ביסט א קעגן ראטענבערג, ביסטו פאר רציחה,

ס'איז נישט קיין צייט מעורר קיטרוג זיין אויף איינעם וואס ליגט נעבעך אין שפיטאל מיט יסורים נוראים און איז זקוק לרחמי שמים מרובים, על כן שרייבט מען דא זייער צוריק געהאלטן, און מען איז מגלה טפח ומכסה טפחיים, נאר ליידער פונעם קראנקן בעט האט דער חולה נישט קיין אנדערע דאגות נאר אויסצונוצן די טראגעדיע צו העצן, דאס ווייזט קלאר זיינע צילן.

ניין, כאטש עס זעט אויס אכזריות'דיג, און איך בין שוין באשריגן געווארן פאר מיין מיינונג, עם כל זה וועל איך נאכאמאל שרייבן, איך שוין נישט דעם ראטנבערג כמלא נימא, איך וואונטש עם א רפואה שלימה במהרה, און א גרינגע ערהוילונג, אבער איך וואונטש עם ער זאל זיך בארעכענען אז שלאגן מיט א ציבור און מיט א מנהיג ישראל ברענגט נישט קיין גיטס, עס שמעקט דיר נישט? גיי דיר לחיים ולשלום, די נארישע טענות אז מען האט געוואלט ווייניג געבן צו מער געבן פאר זיין הויז אין סקווירא איז לעכערליך, ער האט געדארפט נעמען דעם בעסטן פרייז וואס ער האט געקענט באקומען און גיין פון דארט, 

א קליינער ביישפיל, מיט יארן צוריק בין איך געווען אין קאנטרי מיט א איד א סאטמארער חסיד און תלמיד פון דברי יואל זי''ע און ער האט געשיקט זיינע קינדער אין אנדערע מוסדות, אויף מיין פראגע פארוואס ער שיקט נישט די קינדער אויף סאטמאר, האט ער מיר גענטפערט אז ער האט מורא, פאר וועם האסטו מורא? גיב איך עם א פרעג מיט א שמייכל, גיט א זיך א קנייטש דעם שטערן און מיט א ערענסטע מינע זאגט ער מיר אז ער האט מורא פאר דברי יואל זי''ע, איך גיב עם א קיק אן און האב געמיינט אז ער איז חלילה פון זינען אראפ, און פרעג עם נאכאמאל, פאר וועם האסטו מורא? איז ער מיר מסביר, הער מיך צו, איך האב געלערנט ביים רבי אין די ישיבה, און ווי געווענדליך איז יעדער בחור דער קלוגסטער, יעדער פארשטייט וויאזוי מען דארף צו פירן, יעדער האט א מיינונג, און געוויסע בחורים פראבירן ארויסצו ברענגען זייער מיינונג און נישט אלץ אויף א אויגעהאלטענעם וועג, איך בין געווען פון די בחורים, און איך האב געטון זאכן וואס איז געווען מנוגד צו די הנהלת הישיבה, דער מנהל הישיבה האט פון מיר געהאט היבשע עגמת נפש און שברי לב, אבער איך בין זיכער געווען אז איך בין גערעכט געווען און ווייטער געפירט מיין רעדל, איין טאג קומט מען צו מיר אז דער רבי רופט מיך, איך בין אריבער צום רבין, און אזוי ווי איך קים אריין, קומט מיר דער רבי אקעגן און הייבט אן צו מאכן אויף מיר קולות וברקים וואס איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן, און ער זאגט מיר כהאי לישנא, איך ווארן דיך מיטן הארבסטן, אויב וועסטו נאך איינמאל זאגן סיי וואס א מיינונג אין מיינע מוסדות וועל איך דיר נישט מוחל זיין בזה ובבא, איך וועל דיך פארוואגלען פון ביידע וועלטן, משהלע, זאגט ער מיר, זייט דעמאלטס ציטער איך, אויב וועל איך שיקן מיינע קינדער אויף סאטמאר איז לא ימלט אז זאל נישט אמאל האבן א מיינונג איבער א געוויסן ענין אין די מוסדות, דא א סכסוך מיטן מלמד, דא מיטן מנהל, די מיט באסעס, ניין! איך שיק ענדערשט אוועק פון סאטמאר און פארפלאנטער זיך נישט מיטן רבי,

רבותי, די מעשה איז אמת ויציב, איך האב נישט צו געלייגט גארנישט, יעדער קען דעם איד, ער איז א באקאנטער איד אבער קיין מיינונג אין סאטמאר הערט מען פון עם קיינמאל נישט, ווייל, ביים רבי איז הנהגה געווען נומבער איינס,  ס'איז ידוע ומפורסם לכל, אז אין עניני הנהגה איז דער רבי געווען זייער שטרענג, פארדארבענע בחורים האט דער רבי געהאלטן אין די ישיבה ממש עד שכלו כל הקיצין, אבער א מחוצף האט ער ארויס געווארפן אן קיין רחמנות.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 21:35 לינק ישיר 

משה'לע דו ביסט געוואלדיג!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 21:45 לינק ישיר 

געוואלדיג ?
צו גיוואלדיג ?      



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:10 לינק ישיר 

משה'לע'ס "פארטיידיגונג" פון די רוצחים איז דאכט זיך כמעט אזא רציחה ווי גיסן געזאלין אויף א שטוב מיט מענטשן

א חרפה און א בושה


תוקן על ידי tzvibp28 ב- 02/06/2011 04:12:45

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:14 לינק ישיר 

אבער באשולדיגן דעם אגרעסאר איז זיכער נישט. אגב, ווער זענען די "רוצחים"? איך האב געליינט אז עס איז נאר געווען "איין" בחור, אויסער אז דו האלסט אז ראטענבערג איז אויך א רוצח...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:35 לינק ישיר 

אקסעסארי צו רציחה איז פונקט אזוי הארב, און אפשר נאך הארבער, ספעציעל אז מ'קען אויפווייזן אז דער בחור'ל האט מען "געצוואונגען"

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:36 לינק ישיר 

שפיטצער האט עס נישט אליין געטוהן, ער האט געהאט אסאך הילף

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:49 לינק ישיר 

tzvibp28 כתב:
שפיטצער האט עס נישט אליין געטוהן, ער האט געהאט אסאך הילף

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com



אוי  די פארשטייסט נישט, מ'האט עם געווארפען ''אנדער די באס'' ער וועט שוין זיין די כפרה פאר אלעמען.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 04:49 לינק ישיר 

אויב קענסטו איבער צייגן, דער "אויב" איז זייער א גרויסער "אויב", לויט ווי איך הער גייט דער בחור איבערצייגן אז ער איז אנטלאפן און ראטענבערג איז עם נאכגעלאפן און האט עם געכאפט און פארברענט, עפעס האב איך א פילינג אז זיי גייען זיין אין איין סעל, הו נאוס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:12 לינק ישיר 

איך הער אז דער אינטערוויא אין עמי מיט סקווער רבי איז שוין אויף דע סטענדס, קען דאס עמעצער אריין סקענען? איז דאס אינטרעסאנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:29 לינק ישיר 

Download Ami Magazine Skvere Rebbe 6-1-11

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:29 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיין מגילה איבער סקווירא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.