בית פורומים כל העולם כולו

אינטערסאנטע דילעמא, וועלנדיג פארגלעטן דאס פנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2011 18:17 לינק ישיר 
אינטערסאנטע דילעמא, וועלנדיג פארגלעטן דאס פנים

נאך א עמערזשענסי זיצונג אין איד אפיס, האבן די חכמים זיך געכאפט איבער וואס זיי האבן דא געטוהן מיט זיך, ווען זיי האבן באשלאסן זיך ארויסצוכאפן אויפן ראטנבערג-וואגן, צו פירן א שמוציגע קאמפיין קעגן סקווירא רבי שליט"א, וואס יעדער נארמאלער מענטש וואס האט זיך דא צוגעקוקט, האט גרינג געקענט כאפן פשט דערפון, נעמליך, די מענטשן זענען סאטמארע מורדים נישט ווייל זיי האבן עפעס ספעציפישע טענות אויף די הנהגה, נאר אלעס הייבט זיך אן ביי דעם, אז זיי גלייכן בטבע אונטערצוברענגען א קהילה, מיטן אויסרייד פון 'אנטי-רעזשום'.

די זעלבע טרייב-קראפט וואס טרייבט זייער הארץ צו ווערן צוריסן פון יעדע דבר טוב וואס ווערט אויסגעפירט אין סאטמאר, די זעלבע טרייב קראפט וואס האט געטריבן זייערע עלטערן אויסצורודפן רביה"ק בעל ברך משה ז"ל עד חרמה, די זעלבע וואס האט זיי געטריבן אונטערצוברענגען יעדע געדאנק פון "הנהגה" משך אלע יארן, דאס זעלבע טרייבט זיי ארויסצוטרעטן און העצן קעגן יעדע קהילה\הנהגה'.

(אגב: היינו טעמא דסקווירא והיינו טעמא דוויען - ווי איינער האט שוין ערווענט).

עכ"פ, נאכן זעהן אז עס טויג נישט פאר זייער אימעדש, איז דרינגענד באשלאסן געווארן צו נעמען שריט, צוטיילט אין 3 פאזעס: צוערשט וועט אויפקומען א אומבאניצטע ניק (מאנרוי בוי) און פארלאנגען א טויש, צווייטנס, וועט דערנאך דער מנהל שרייבן א ווארענונג אז מען דארף אויפהערן בארעדן סקווירא, און דריטנס, וועט 'נפל' שרייבן א תגובה אויף צוריק, זיך אנצונעמען פאר סקווירא.

וועט איר פרעגן וויאזוי קען דער זעלבער ניק וואס האט געגאסן שמוץ, יעצט קומען און גיסן זייף? קיין פראבלעם. די נייע תגובה איז נישט אייגנס, נאר דאס האט ער באקומען פון זיין [סקווירא'ער] שוואגער אין אישי...

און, דער נייער מהלך איז אריין אין שוואונג.

שטעלט זיך אבער ארויס א מאדנער קלעש.

דער זעלבער פריש-אקטיווער ניק וואס האט פארלאנגט אנצוהייבן דעם נייעם ניגון, שרייבט יעצט אויך אין די ארומיגע נושאים, וועלכע רעדן נאך פון די 'אלטע' סאטמארע אישו'ס.., און עס קומט ארויס א ערנסטער סתירה פון צווישן די תגובות אויף די צוויי באזונדערע נושאים.

אין א אשכול וואו זיי באוויינען די נייע זיכערהייט קאמערעס וואס דער קר"י ווילידש אינסטאלירט יעצט, א זאך וואס וועט צוריקהאלטן פון ווארפן גארבעדש.. און וועט אויך מער נישט ערמעגליכן צו רופן די הצלה אינמיטן א פראטעסט פאר א אויפגעטראכטע עקסידענט.. וכו' וכו', און דאס ברענגט ביי זיי אויף בייז בלוט, שרייבער דער ניק ווי פאלגענד:

אפשר טאקע זאלן זיך תושבי קרית יואל, אהרונים ווי זאלונים צוגלייך, זיך צוזאמנעמען אונטערשרייבן פעטיציעס און אריינשיקן קיין אלבאני אפשרייען די ביטערע גזירה.

אצינד כאפט א בליר וואס ער שרייבט אביסל פריער בנוגע סקווירא, און זייט מיר מסביר פארוואס ער אליינס קען נישט אויסליינען זינע ווערטער...

גענוג באשמיצט א קהלה קדושה בישראל. אז ס'געפעלט דיר נישט סקווירא מהלך, זיי נישט קיין סקווירא חסיד, קיינער צווינגט דיך נישט צו זיין.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 19:14 לינק ישיר 

5 בארא, עס קומט זיך דיר ממש א מעדאל, אזוי שיין און ברייט צולייגט דעם ענין מיט א קלארקייט ממש אז אלע קעפ דא זאלן עס קלאר פארשטיין 100%

נאדיר איינס און נאך איינס

די קשיא איז נאר וואס גייט דיך אן וואס א 11 יעריגער קווינס בחור שרייבט אין קינדער בעקעריי פארום?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 19:35 לינק ישיר 

די בני זאלי האבן אליינס נישט גע'חלום'ט ווי שטארק דאס גייט זיי בעקפייערן.

זיי זענען געווען זיכער אז די גאנצע וועלט גייט זיי רעספעקטירן פאר'ן זיך אננעמען פאר "פרייהייט" און ווערן די פאן-טרעגער פון דעמאקראטיע, למעשה טרעפן זיי זיך אויף א פאזיציע ווי די גאנצע וועלט קוקט זיי אן ווי זיי זינגן דעם פסוק "בשרירות ליבי אלך", און זיי וועלן פאר קיין געלט זיך אונטערווארפן אונטער סיי וועלכער תורה'דיגע אויטאריטעט, און יעדער זעהט אז זייער גאנצע מלחמה קעגן מרן רבינו הברך משה זצוקללה"ה איז געווען אז ס'זאל זיין איש כל הישר בעיניו יעשה.

למעשה פרובירן זיי יעצט צוריקצודרייען, און רי-ברענדן זייער נאמען אלס אזעלכע וואס זענען קיינמאל נישט געשטאנען אונטער סיי וועלכע טעראר.

זיי מיינען נעבעך אז די וועלט האט שוין פארגעסן די שרעקליכע טעראר וואס זיי האבן אפגעטון קעגן סאטמאר אלע יארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 19:53 לינק ישיר 

5בארא האט עס גיט ארויסגעברענגט,


איך קען פארט נישט אפמאכען וואס די סיבה דערפון איז א ביז היינט האבען זיי זיך נישט געכאפט אין ברבים אראפגעריסן די סקווירא רבי אויף אזא פארנעם, עס האט זיי גענומען א וואך צו כאפען וואס זיי טוהן מיט זיך אליין


אבער יעצט אנשטוט צו זאגען, גענוג איז גענוג הייבען זיי אן מיט פאלטשע מהלכים אז זיי נעמען זיך אן פאר סקווירא רבי אין וועגן דעם זענען זיי פאר ראטנבערג אבער צד מהר''א וואס נעמט זיך אן פאר די קהילה איז קעגן סקווירא רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 20:17 לינק ישיר 

דין תורה, די ספינס פון די בני זאלי איז ברייט באקאנט, האסט פארגעסן זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אינעם טריפה'נעם בג"ץ, זיי האבן קיינמאל נישט ארעסטירט קיין 26 בחורים אינמיטן יו"ט, משה פריעדמאן האט קיינמאל נישט אנגעפירט טעראר, זיי האבן קיינמאל נישט געצאפט דאס בלוט פון מרן הברך משה זי"ע, אא"וו???

זיי האבן געוויסט אז דאס ארויסגיין ליידער קעגן דעם סקווירא רבי'ן שליט"א קען זיי צוריק שלאגן, אבער זיי האבן ליבערשט איינגעשטעלט אז אפשר וועט זיך דאס זיי אויסצאלן און עולם גולם וועט זיי גלייבן אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז דא בלויז פאר טעראר רח"ל.

למעשה איז געווען כלתה עליהם הרעה ווען זיי האבן זיך געטראפן אין א ספאַט ווי יעדער האט זיי אנגעקוקט ווי מחרחרי ריב און ווילן אויסרייסן יעדן טראפ הנהגה וואס איז נאך יא דא, און די וועלט האט אפגעקויפט זייער געבעקסן פונקט ווי זייערע כתבי פלסתר קעגן מרן הברך משה זי"ע ולהבחלט"א סאטמאר'ער רבי שליט"א.

יעצט פרובירן זיי צוריקצודרייען וויפיל זיי קענען, און האפן אז עס וועט זיי וועלן טרעפן אן אנדערע געלעגנהייט ווי צו קענען אונטעררייסן דעם סקווירא רבי שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 21:47 לינק ישיר 

איך קום פון קינדערגארטן
ס'איז זיס ווי צוקער ווי די חברה האבן געגעבן א דריי דעם דאשיק אזוי נישט מיר נישט דיר כאילו לא הי', אלע העסליכע הסתה קעגן סקווירא רבי האט מען געגעבן א מעק אפ, און פלוצים זענען די ארונים די העצערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 21:58 לינק ישיר 

לאמיר מאכן א שטיקל ס''ה, אויף די גאנצע סקווירא סימטאכע,

 א ווילד בחורל האט ליידער רעאגירט אויף דעם רעוולציענער ראטטענבערג, אויף זייער א ווילדן, אום תורה' אויפן, וואו אזוי האט דאס די גאס אנגענימען?

 חסידי סקווירא, האבן מוחה געווען אויף די מעשה, און געזאגט תהילים לרפיאתו פון דעם ראטענבערג לרפ''ש,

 ראטענבערג אליינס, איז געלאפן צו די גויאישע פרעסע, און אנגעמאכט א חילול השם מסוף העולם ועד סופו, דער נאך האט ער דירוך יו טוב געשיקט א מעסעדש פאר זיינע ידידים אז דער מנין קעגן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עז, פארשטייט זיך מיטן לבוש פון חסד –  ביקור חולים אד''ג

 דער מסור ומלשין יאשעק בן מריא וואלדמאן שר''י, שרייט אז מען דארף אויס הארגענען גאנצען סקווירא, אנשים נשים וטף, יו''כ שחל בשבת, ווייל עפעס א בחור'ל האט געמאכט א שריפה, וואו אויך ווייל דער ראטטענבערג האט צו ווייניג סימפאטיע און סקווירא,

די סקווירא באמעס האבן רעאגיארט מיט מאטאר ביציגלען,

 די בני המן האלטען אז מען מיז מאכן א אויף שטאנד און סקווירא, און דער סקווירא רבי מיז אויף געבן דאס גאנצע רביסטעווע, וועגן רביזכיתעיאגנאליני .............

 די זאליס האלטען אז מען דארף אונטער ברענגען סקוירא ווייל אפשר אזוי וועלן די ארוינים אויך אונטערגיין,

 סאטמאר שרייט: אז דער בחור האט געטאן א מעשה נבלה, א מעשה משה גבאי רח''ל און מען דארף אלעס טאן אז דאס זאל זיך נישט חליחה איבערחזרן,

און דער חצוף ראטענבערג וואס האט אויף געהויבן א האק קעגן כ''ק אדמו''ר מסקווירא, און מחלל געווען ש''ש אויף גאר א שוידירליכע פארנעם און לאזט איצט רחמניות טרערען, איז קיין שום רחמניות נישט,

 דאס איז א ס''ה פון אלע תגיבות: ודו''ק ותשכח!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 22:58 לינק ישיר 

איך האב יא רחמנות אויף א איד וואס ליגט אין שפיטאל און פופציג פראצענט פון זיין קערפער איז פארברענט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2011 05:28 לינק ישיר 

הו קעירס
א שטורעם אין א גלאז וואסער
ווער איז סקווער?
וואס קען בעקפייערען?
זי זענען די ארימסטע קהלה, 
סאו אגעין: הו קעירס?!.......



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/6/2011 03:46 לינק ישיר 

איך האב געהערט א שיין ווארט וואס רביה''ק מ'סאטמאר האט אמאל געזאגט פאר אדמו''ר מסקווער ז''ל, פאר וואס שטייט ''אחד'' חכם ''ואחד'' רשע ''ואחד'', ס'דארף ווען שטיין חכם ורשע ותם ושאינו יודע לשאול, נאר די בעל הגדה רעדט פון ''איין'' מענטש, איינמאל שטעלט ער זיך אהער ווי א חכם און איינמאל שטעלט ער זיך אהער ווי א

רשע אדער א תם.
לעצטע מוצש''ק איז געווען בחינת רשע ורוצח, נאכדעם איז געווען פאר א וואך בחינת תם ''מ'וועיסט נישט'', יעצט האט די גוי'שע פי אר קאמפעני געזעגט אז מ'דארף זיין בבחינת חכם מ'געט אינטערוויאס פאר מאגעזינען ווי איידעל סקווער איז. היינו טעמה דשופר והיינו טעמה דמגילה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:08 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
הו קעירס
א שטורעם אין א גלאז וואסער
ווער איז סקווער?
וואס קען בעקפייערען?
זי זענען די ארימסטע קהלה, 
סאו אגעין: הו קעירס?!.......


הו קעירס?
דעמאלטס פארוואס האבען ענק געמוזט אפעמעקן אלע דברי חוצפה קעגן סקווירא רבי
פארוואס האבען ענקערע שרייבער געמוזט אפיר קראצען די אלטע ניקס צו שרייבן פארקערט

די שאלה איז ווילאנג עס וועט ענק נעמען אפצומעקן די דברי חוצפה קעגן וויען אין שפילן די זעלבע געים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 21:27 לינק ישיר 

היראים,

זעט אויס דער דארטיגער מנהל האט איינגעזען עס איז א פראבלעם און האט אפגעמעקט די געשריבענע


מען איך נעמען די חוצפה צו פרעגן ווי דו זעסט דארט עפעס שלעכטס געשריבן אויף ווינער רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 21:39 לינק ישיר 

וועם גייסטו פאפען?
פארוואס האט עס גענומען פאר ....(כ'וויל נישט עובר זיין אויף גילו שמות)  א וואך צייט?
פארוואס נאר איז די זאליס שולן אין זייער פארום אויף היידפארק געווען די איינצגיסטע פלאץ ווי מ'האט געשימפט קעגן סקווירא רבי?
פארוואס וועלן די זאליס אייביג זיין קעגן סיי וועלכע הנהגה? ווי ס'וועט זיין שמוץ וועלן ענק זיך צוכאפען דערצו אין גיין מיט די ליידיגייערס?
אין וועם גייסטו לייקענען וועגן וויען? קען זיין האסט עס שוין אויסגעמעקט אזווי ביי א חלק פין די שמוץ קעגן סקווירא

דרך אגב,  דער ניק וואס האט באשמיצט אין דער ניק וואס איז ארויסגעוואקסן מוחה צו זיין האבען עפעס ענליכקייטן...
איך וואלט נישט ח''ו געטראכט אז רוב ניקס זענען איין מענטש נאר זיי זענען מקבל זייער השקפה.... פין איין מענטש (ווייניג גערעדט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2011 21:51 לינק ישיר 

קודם איך קען נישט מעקן דארטן, איך בין נישט קיין מנהל,

צווייטנס, אויב האט דער מנהל אויסגעמעקט דברי חוצפה אנטקעגן ווינער רב האט ער זייער גוט געטאן, און איך טו אים גראטולירן דא פארן עס טאן (אויב מען מעג דא..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אינטערסאנטע דילעמא, וועלנדיג פארגלעטן דאס פנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext