| נשלח ב-3/6/2011 00:37 |
|
| |
להשואלים פארוואס מען האט מיר אויסגעשפארט פון "אידישער געדאנק"
וואס האט פאסירט איבער מיר אינעם פורום של חסידי מהרז"ל שליט"א
די מעשה איז אזוי איך האב מיך אנגעשטאלפערט אין דעם צביעות'דיגער אשכול וואס דער מנהל דארט האט געשריבן ווי פאלגענד:
שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סקווירא פרשה!
די הנהלה אויף "אידישע געדאנק" האט היינט נאכט באשלאסן אז די געפערליכע הסתה און חוצפה וואס טוט זיך אויף דעם פארום קעגן ק"ק סקווירא און איר מנהיג האדמו"ר שליט"א, מוז קומען צו א האסטיגער אפשטעל זאפארט!
מיר האבן זיך אפגעהאלטן ביז היינט פון נעמען שריט, היות דער מצב איז נאך געווען אזוי הייס. אבער אזוי ווי געוויסע שרייבער זענען ארויס פון גלייכגעוויכט, און גענומען פאר לייכט דאס באשמוצן דעם סקווירא רבי שליט"א, זענען מיר געצווינגן דאס אפצושטעלן איינס און פאר אלעמאל.
דעריבער מעלדן מיר ווי פאלגאנד:
1) א ניק וואס וועט פוגע זיין בכבודו פון סקווירא רבי שליט"א, וועט זאפארט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין אויסנאמען און אויסריידן.
2) ווער עס וועט עפענען א פרישע אשכול וועגן די סקווירא פרשה, וועט אויסגעשפארט ווערן אויף א שטיק צייט, און ער וועט צוריקבאקומען זיין רשות נאר טאמער ער וועט זיך מתחייב זיין מער נישט צו שרייבן וועגן די פרשה.
3) נוצן דעם פארום אויפצוהעצן די גאס מיט ביליגע מאטריאל קעגן ק"ק סקווירא וועט מער נישט טאלערירט ווערן.
ווער עס שפירט אז די א.ד. תקנות זענען צו שווער פאר אים, איז מכבוד זיך צו זוכן א צווייטע פארום אויסצואיבן זיינע געשרייבעכץ.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
מיט שעצונג. די הנהלה.
צו פראוון א פוינט האב איך געעפנט א נייע אשכול ווי פאלגענד:
שטרענגע און לעצטע ווארענונג בנוגע סאטמאר רבי!
די הנהלה אויף "אידישע געדאנק" האט היינט נאכט באשלאסן אז די געפערליכע הסתה און חוצפה וואס טוט זיך אויף דעם פארום קעגן ק"ק סאטמאר און איר מנהיג האדמו"ר שליט"א, ר' אהרן, מוז קומען צו א האסטיגער אפשטעל זאפארט!
מיר האבן זיך אפגעהאלטן ביז היינט פון נעמען שריט, היות דער מצב איז נאך געווען אזוי הייס. אבער אזוי ווי געוויסע שרייבער זענען ארויס פון גלייכגעוויכט, און גענומען פאר לייכט דאס באשמוצן דעם סאטמאר רבי שליט"א, זענען מיר געצווינגן דאס אפצושטעלן איינס און פאר אלעמאל.
דעריבער מעלדן מיר ווי פאלגאנד:
1) א ניק וואס וועט פוגע זיין בכבודו פון סאטמאר רבי שליט"א, וועט זאפארט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין אויסנאמען און אויסריידן.
2) ווער עס וועט עפענען א פרישע אשכול וועגן ר' אהרן, וועט אויסגעשפארט ווערן אויף א שטיק צייט, און ער וועט צוריקבאקומען זיין רשות נאר טאמער ער וועט זיך מתחייב זיין מער נישט צו שרייבן וועגן די פרשה.
3) נוצן דעם פארום אויפצוהעצן די גאס מיט ביליגע מאטריאל קעגן ק"ק סאטמאר וועט מער נישט טאלערירט ווערן.
ווער עס שפירט אז די א.ד. תקנות זענען צו שווער פאר אים, איז מכבוד זיך צו זוכן א צווייטע פארום אויסצואיבן זיינע געשרייבעכץ.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
מיט שעצונג. די הנהלה.
עד כאן פון מיין אשכול:
נאך בערך 5 מינוט, און בערך 50 צפיות האט עס די מנהל אפגעמעקט,
גענצליך ערוואטעט,
בין איך געגאנגען אין געעפנט א פרישע אשכול, ווי פאלגענד:
טעות לעולם חוזר: מ'מעג יא שרייבן השמצות אויף סאטמאר רבי!
די הודעה וואס מ'האט פריער געשריבן אז מ'טאר נישט באשמיצן ר' אהרן, אין האט שויו געהאט 50 צפיות, איז א טעות, אדרבא, מ'מעג יא, ביתר שאת וביתר עז, וכל המרבה הרי זה משובח.
מקען שוין אפמעקן די אשכול
I PROVED MY POINT
א גוטן טאג און א גוטן חודש!
עד כאן ההשתלשלות, קאמאנטארן זענען איבריג,
אגב: איך האב מפייס געווען דעם מנהל אין אישית, ווייל איך זיך נישט צו טשעפען קיינעם, כאנאר געוואלט פראוון א פוינט וזה הוא
[ביטע מאכן א געהעריגן קעפל פאר אן אשכול. די היגע הנהלה]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/06/2011 06:11:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 01:28 |
|
| |
Did you wrote this title
"טעות לעולם חוזר: רבי אהרן פון קרית יואל האט קעלבלעך"?!
Or the neutral menahel there changed it? Like always
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 03:02 |
|
| |
די קעפל "ר' אהרן פון קרית יואל האט קלעבלעך", האט דער מנהל "המהדרין" געטוישט,
דא איז א סקרין שאט 
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 15:45 |
|
| |
ראדני-קינג אני הקטן האלט אז די מנהל איז גערעכט, ווען די שרייבסט א טענה פארוואס מ'מעג יא שרייבן אויף סטמאר'ע רבי איז איין זאך, אבער נוצען די מנהל'ס נאמען איז נישט גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 18:17 |
|
| |
זעט עפעס אויס וואו די ליבלעראלע,דעמעקראטישע אנטי טעראר, נועם המידות, זאלי פארטיי, פארשטייט אויך אז מען טאר נישט גיין קעגן די מרא דאתרא, און אז יא איז דא קאנציקווענצען,
אויב די פארגעשריבענע דאקטערין פונעם קווינס פורם בהנהלת הילד הנפלא הרב מהדרין שרייבט פאר אז מען דארף דעם סאטמארער רבי'ן שליט''א ריפן דשיגאן, און דעם סקווירא רבי'ן ריפן טעראריסט, און בעלזא רבי'ן ריפן ''גראבע בער'', און ליבאוויטשער רבי ז''ל ריפן שייגאץ, דאן וואו קימט דאס צום ראדני קעניג צו טוישען די עהרנפולע שטאטוטען?
גוט האט דער קינד מהדרין געטאן מיטן בקנסענען אזא בר נש וואו דער ראדני קעניג, וואס וויל אויסרייסן די גאנצע רביזכיתויגאןליננו ח רח''ל
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 18:45 |
|
| |
נאך אן אונטערעסאנטע זאך, די לעצטע שטיק צייט האבן די צוויי אנטי טעראר אקטעוויסטן יאשעק בן מרים מיט הקדוש רבי משה וואלף קליין אנגעהויבן צו רעליסען זייערע ווידיא'ס וואס זיי האבן געכאפט, הן בימי חול הן בימי השבת ויו''ט, מיר ווייסן נישט פארוואס, אפשר אז דאס פורם זאל אויס זען מער טאטיש? גיי פארשטיי א קליין קינד,!
אגב עס איז א סאך מאל געשמאק אריין צו שפאצירן דארט אונעם גן הילדים, חול המועד האלטן, און זען וואו די חשובע תשב''ר לעבן זיך און זייער קליין וועלטעל, און זייער געשמאקע איזילאזיעס, און פאנטאזירן זיך זייער זיסע חלומות, און דימיונות, מען קען וויינען פאר געלעכטער,
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 19:02 |
|
| |
איך גלייך נישט צו זיך קומערן אין די סארט ענינים, און איך האלט אז ס'א נארישקייט צו טרייען פראוון וואס ראדני_קינג האט געטרייט צו פראוון, ווייל איך האב לעולם קיין שום פראבלעם ווער די אנפירער זענען, אפי' אז ס'שוין היינט קלאר אז יענער פורום ווערט אנגעפירט דורך עקסטרעמע זאלוני זשיהאדיסטן, (אפשר גאר פון די הויכע שישקעס פון דער זאלוני עשאלאן, אבער דאס קען איך נישט פראוון 100%), מיטן בלויזן ציל לרומם קרן ר' זלמן לייב, ולהשפיל קרן ר' אהרן, אבער וואס גייט מיך עס אן, אזוי לאנג זיי טשעפען קיינעם און זיי לאזן יעדן זאגן זיין מיינונג, וואט דו איי קעיר,
קען אפי' זיין אז דער פורום דא, כל העולם כולו, ווערט אויך אנגעפירט דורך ארוני זשיהאדיסטן, אבער עט-ליסט זיי זענען אביסל דיפלאמאטיש און פרובירן צו אהערשטעלן מער מעסיג, זיי געבן זיך נישט אזוי אפען ארויס, און אפי' זיי געבן זיך ווען יא אפען ארויס וואלט מיך נישט אנגעגאנען קיין כי הוא זה, ווי געשמועסט,
די איינציגע מאל וואס ווערט יא א גרויסע פראבלעם, איז ווען די מנהלים הייבן אן צו מעקן און צענזורירן מיינע שרייבערן, צוליס זייער פאליטישע אגענדע, דאס איז שוין א עון בל יכופר, און איך קען נישט טאלערירן, און טאקע פאר איין איינציג סיבה, ווייל ס'איז פשוט אומענטשליך צו אפמעקן עפעס וואס יענער האט אריינגעלייגט מוח, מ'פארלירט די גאנצע ציטרוי צו מ'וועט נישט מעגליך ארומפאטשקען מיט מיינע ווערטער, און זיך אנארבעטן לריק,
דער מנהל דארט האט עס שוין געטאן מיט מיר פאר א שטיק צייט צוריק, איך בין טאקע אוועק פון דארט פאר א שטיק צייט, נאר אזוי ווי איך בין בטבע א גוטער און איך בין מוחל און פארגעס, האב איך ווידער באנייט מייט השתתפות אינעם יענעם פורום,
נעכטן האט דער מנהל המהדרין, ווידער באגאנגען דעם חטא הידוע, און קאלטבלוטיגערהייט אפגעמעקט א רעיון וואס איך האב געשריבן איבער הרה"צ ר' יח"מ פרידמאן שליט"א דער זאלוני דיין/ראב"ד, וואט עווער יו נעים איט, כדרכי הידוע לכל, האב איך נישט געשריבן קיין איין שפעט ווארט אויפן ראב"ד, געגעבן די פאסיגע טיטל'ן, סאיז בלויז געווען א נעגאטיווע מיינונג איבער זיין ציגאנג צו די סאטמארע מחלוקה, און אין ספעציפיש האב איך ארויסגעברענגט אז עס מעגליך ניתן להאמר, אז די גאנצע פעקל ערכאות קען מען ליידער לייגן ביי די שוועל פון זיין טיר, ווייל הוא הגבר וואס האט געגעבן די גרינעם ליכט און הכשר פאר די זאליס זיך משתמט זיין לדין, קיין זיין אלמלי זאת וואלט די גאנצע ערכאות חילול השם, איבוד ממון ישראל, קיינמאל נישט געווען, דאס האט דער מנהל אינגאנצן אפגעמעקט, האב איך איהם געבעטן א טובה, מיין טייערער פריינד, איך האב גארנישט קעגן אייך, זעט נאר אויס אז מ'קען מיר עפעס נישט האבן קיין שלום בית, דעריבער מחאני נא מספרך, נעם אוועק רשות פון מיר לצמיתית, אזוי אפי' איך זאל וועלן זאל איך נישט זיין קיין משלחת וחוזרת, לאמיר זיך שיידן לחלוטין. ושלום על ישראל.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 03/06/2011 19:06:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 19:19 |
|
| |
טייערער קאלעגע הער סקאט,
חסדי השם אז די ביזט ענדליך געקימען צום שכל, וואלסט שוין לאנג געדארפט וויסן, און מיט קיין קליינע מוחות, און העסליכע מענטשען קען מען נישט קיין דיבאטע נישט פירן, אבער בעסער שפעט וואו קיינמאל
2 ) די שרייבסט מ יטן בלויזן ציל לרומם קרן ר' זלמן לייב, ולהשפיל קרן ר' אהרן,
העט עס ווען אזוי געווען וואלט ווען גוט געווען, אז די וועסט קיקן וועסטי זען אז נאר: ולהשפיל קרן ר' אהרן,
מיט דעם זענען זיי פארנימען א גאנצען טאג, און גאנצע נאכט צו אונזער גרויס פרייד, עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערע כבוד פאר כ''ק רבינו שליט''א וואו דאס אז די מהרסים, ווערים, קרעטץ, זאליבאנעצעס, בני המן, און אלע אנדערע מרעין בישין האבן אזא מין שנאה צו אים, דאס איז אונזער כבוד, דאס איז אונזער שטאלץ, וואס מער די די רשעים האבן אים פיינט אלס מער זען מיר זיין צדקות, אשרינו שזכינו לזה,
וואס די שרייבסט: מיטן בלויזן ציל לרומם קרן ר' זלמן לייב,
וועסט גוט קיקן וועסטו זען אז זיי רעדן כמעט נישט פון אים, זיי האבן פאר אים די זעלבע רעספעק, וואו חסידי סאטמאר האבן צו אים, און וואו אויך גאנץ כלל ישראל, מיט די גדולי ישראל, וואו דער ראב''ד שליט''א, הרב וואזנער שליט''א, הגאון רבי יעקב בלוי, הגה''צ מוויען שליט''א, הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, הרה''ג רבי יחזקאל ראטה שליט''א, הרה''ג מסאדאהעל שליט''א און נאך,
זיי דארפן אים נאר פאר א ''שור שנגח''
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/06/2011 10:48:17
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 20:02 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | נעכטן האט דער מנהל המהדרין, ווידער באגאנגען דעם חטא הידוע, און קאלטבלוטיגערהייט אפגעמעקט א רעיון וואס איך האב געשריבן איבער הרה"צ ר' יח"מ פרידמאן שליט"א דער זאלוני דיין/ראב"ד, וואט עווער יו נעים איט, כדרכי הידוע לכל, האב איך נישט געשריבן קיין איין שפעט ווארט אויפן ראב"ד, געגעבן די פאסיגע טיטל'ן, סאיז בלויז געווען א נעגאטיווע מיינונג איבער זיין ציגאנג צו די סאטמארע מחלוקה, און אין ספעציפיש האב איך ארויסגעברענגט אז עס מעגליך ניתן להאמר, אז די גאנצע פעקל ערכאות קען מען ליידער לייגן ביי די שוועל פון זיין טיר, ווייל הוא הגבר וואס האט געגעבן די גרינעם ליכט און הכשר פאר די זאליס זיך משתמט זיין לדין, קיין זיין אלמלי זאת וואלט די גאנצע ערכאות חילול השם, איבוד ממון ישראל, קיינמאל נישט געווען, דאס האט דער מנהל אינגאנצן אפגעמעקט, האב איך איהם געבעטן א טובה, מיין טייערער פריינד, איך האב גארנישט קעגן אייך, זעט נאר אויס אז מ'קען מיר עפעס נישט האבן קיין שלום בית, דעריבער מחאני נא מספרך, נעם אוועק רשות פון מיר לצמיתית, אזוי אפי' איך זאל וועלן זאל איך נישט זיין קיין משלחת וחוזרת, לאמיר זיך שיידן לחלוטין. ושלום על ישראל.
|
|
לאמיר דיר זאגען מיין בליק אויף די נושא
ווען איך האב געעפענט די ניק, האב איך געבעטן רשות און דריי פארומס צו מעגן שרייבען, דא און כל העולם, דארט ביי זיי, און און בחדרי, נאכען באקימען רשות דארט ביי זיי צו שרייבען, האב איך אנגעהויבן צו שטודירען יענע פארום און זען ווי איך פיט אריין און ווי איך קען לאזן הערן מיין מיינוג, איך פלעג נישט זיין אויף היידפארק בעפאר און איך האב זיי נישט געקענט, נאכען ליינען יענע פארום, בין איך געקימען צו די מסקנה אז מען רעדט דארט פון א באנדע לא לנו'ס, בעביס, און אויסווארפן,
כ'האב אבער באמעקרט דארט נאך א זאך, אז דו, אינאיינעם מיט וואלן/משה'לע, זיי האלטן אן די זכות קיום פון יענע פארום, ווייל זיי גיבען צי א קרעדעביליטי, אז מען זעט אז נערמאלע היימישע שרייבער שרייבן דארט, און עס ווייזט אז עס איז א אנגענימענע געהעריגע פלאטץ, אלמלא זיי זאלן ווען נישט האבן די דריי היימישע שרייבער, וואלטן זיי ווען זייער שנעל מיעד געווארן פון שרייען 24 שעה און א צו די ערגסטע לשונות אויפן רבין, ווייל צו זיך אליינס איז זייער שווער צו רעדן, און יענע פארום וואלט אויסגעטריקנט אינטערגעגאנגען, דערפאר האב איך נאך נישט גארנישט געשריבען דארט, אפילו איך קען און איך האב רשות
ממילא, די זעלבע פוינט וואס דו האסט געשריבען אויפן דיין שליט"א, אז אדאנק אים זיצט מען היינט בעכאות, די זעלבע ענליכע פוינט קענסטע ניצען אויף די פאר היימישע שרייבער וואס שרייבען דארט, אדאנק זיי איז דא א פלטפארום ווי מען קען העצן טאג און נאכט קעגן רבינו שליט"א,
קבל את האמת ממי שאמרו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 20:39 |
|
| |
חסדי השם כי לא תמנו כי לא חלו רחמיו!
דאס זענען די ווערטער וואס רייסט זיך ארויס פון טיפן הארצן פון יעדע אמתדיגע סאטמארע חסיד די בכל אתר ואתר אז סקאט מאלען האט איינגעזען דעם אמת אז מען קען זיך נישט טעהנען מיט די בעביס פון בעבי פארום
עס הייסט יעצט עס קומט א גרויסע קידוש שבת אינדערפרי אין הופפער
סטעי טונד!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 01:10 |
|
| |
| האנדא כתב: |  | נאך אן אונטערעסאנטע זאך, די לעצטע שטיק צייט האבן די צוויי אנטי טעראר אקטעוויסטן יאשעק בן מרים מיט הקדוש רבי משה וואלף קליין אנגעהויבן צו רעליסען זייערע ווידיא'ס וואס זיי האבן געכאפט, הן בימי חול הן בימי השבת ויו''ט, מיר ווייסן נישט פארוואס, אפשר אז דאס פורם זאל אויס זען מער טאטיש? גיי פארשטיי א קליין קינד,!
אגב עס איז א סאך מאל געשמאק אריין צו שפאצירן דארט אונעם גן הילדים, חול המועד האלטן, און זען וואו די חשובע תשב''ר לעבן זיך און זייער קליין וועלטעל, און זייער געשמאקע איזילאזיעס, און פאנטאזירן זיך זייער זיסע חלומות, און דימיונות, מען קען וויינען פאר געלעכטער,
_________________
|
|
עס איז מאדנע ווי זיי לעבן אין זייער וועלטער מ'זעהט אז זיי זענען אין סאטמאר קיינמאל נישט געווען זיי פארקויפן עפענטליך פאר זייערע קעלבער גאנצטע פאבריקאצעיס נוסח פארמעגליך/בודאפעסט זיי צענזורן די ווידיא'ס פינקט ווי זיי האבען געטוהן שמיני עצרת אויף די חילול יו''ט ווידיא'ס אין פארקויפן פאר זייערע בחורים ווי מ'האט ארויסגעטראגען די ארונים פין בית קויפמאן ביי די ס''א וואלען אזש זיי האבען געמוזט ברענגן א מאביל.... ביי זיי איז דא יעדע היידפארק געמויזעכטס הייליג אמת, אין זיי קענען פארקויפן פאר זייערע קעלבער וואס זיי ווילן נפתלי וועט שוין זיכער מאכען אז מ'זאל נישט האבען קיין שליטה אויף די מוחות
|
|
|
|
|