אין די וואכן ווערט אפגעצייכענט צען יאר פון די היסטארישע וואלן אין ק"ק סאטמאר וועלכע איז פארגעקומען אין די וואכן פון ספירה תשס"א.
אויב מ'וועט אנהייבן שרייבן וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, און מיר ברענגן אייך דא די ווידיאו איר זאל אייך אליין איבערצייגן אין די אלע פאקטן פון די דעמאלסטיגע געשעענישן.
בלויז א קליינע הקדמה פעלט זיך אויס צו פארשטיין וואס עס האט זיך דעמאלס אפגעשפילט.
ווינטער תשס"א האט דער רבי דער ברך משה זי"ע ארויסגעשטעלט פון די קהלה די קשר בוגדים ובראשם בערל פריעדמאן און יצחק ראזענבערג, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך מתחצף געווען צום רבי'ן, און מער נישט געוואלט אויספאלגן זיינע הוראות. די אהרונים זענען דאן באגאנגענען א פאטאלע טעות, וואס זיי האבן אלע יארן חרטה געהאט, זיי האבן אנערקענט אין די הוראה פון רבי'ן, און זינט דאן זענען בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג מער קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין קהל'ס אפיס, און אויפגעהערט צו דינען זייער קהל'ישע שטעלעס.
ווען די אהרונים האבן זיך געכאפט זייער טעות און דורכפאל, האבן זיי שנעל פאררופן דעם "אלף שמות מיטונג", און געגרינדעט זייער ביז היינטיגע גלות קהילה. דער מיטונג איז פארגעקומען אין א בעיסמענט אין וויליאמסבורג, די ספינקא זאל, וואו זיי האבן דערקלערט מיט פאטאס אז זיי זענען די רוב פון די הנהלת הקהילה און פון די חברי הקהילה. אגאנצע ווינטער האט זיך געצויגן פארשידענע פארהאנדלונגען אונטערן טיש און אויפן טיש, וואו מ'האט פרובירט אויסצוהאמערן א שטיקל שלום פלאן צווישן די צוויי צדדים. אבער אן ערפאלג.
בחודש אייר תשס"א האט קהל אנאנסירט אז עס וועט פארן לעגעטימע וואלן פאר די קהלה. די אהרונים וואס האבן געוואלט ווייזן אז זיי זענען רוב פון די קהלה האבן צו דער זעלבער צייט אויך אנאנסירט וואלן, אבער ווי זייער שטייגער איז דאס פארגעקומען אויף א גלות שטייגער. קיין שום לעגטימקייט איז נישט דא געווען פארהאן. אנגעהויבן פון א גענעראל פארזאמלונג וואס דארף ע"פ די שטאטון פארקומען אין ביהמ"ד, איז דאס פארגעקומען אין יצחק ראזענבערג'ס ראוז קעסיל זאל.
ביי די וואלן גופא, וועלכע זיי האבן פראקלאמירט און געפרעדיגט ביי זייערע קעלבער אז דאס וועט פארקומען אין שוהל, איז זיי געלונגן אויף א שטיק צייט צו פארכאפן די דעמאלסטיגע בית קויפמאן שטיבל (היינטיגע בית הכסא'ס..), אבער נאך א שטיק צייט ארויסגעשליידערט געווארן פון דארט בחרפות ובבושות, און יוסי בראך האט געמוזט ברענגן א מאביל אויף ראדני וואו עס זאלן קענען אפגעהאלטן ווערן וואלן.
פון יענעם מאביל איז ארויסגעקומען די מעסעדזש קליפ און קלאר אז די אהרונים זענען נישט קיין מערהייט און ניטאמאל א מיעוט אין סאטמאר, און זיי האבן זיך געמוזט שיידן פון דעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט. עס האט זיך דאן אנגעהויבן א סעריע גלות ליידן, קודם אינעם הויף פון א פובליק סקול דערנאך קיין הופפער סטריט. אינצווישן איז נאך פארגעקומען אפאר פראבעס דורכן כת אלף שמות צו פארכאפן דעם בית המדרש הגדול, אבער יעדעס מאל האט זיך דאס געענדיגט מיט ביטערע דורכפעלער.
אין ליכט פון דעם אפצייכענונג פון די צען יאר ווען עס איז נתפרסם געווארן ווי א שטארקע רוב די אהרונים זענען, וועלן מיר ארויפלייגן קליפ'ס פון די היסטארישע זכרונות. יאוש און פארלוירענקייט, צעלאזקייט און דעפרעסיע שיינט אראפ פון די נעזער פון די קארפן קעפ. אנגעהויבן פון דעם הויפט קארפ דער דיין שלום לאנדא, וועלכע האט פון די גרויסע דאגות וועלכע זענען געליגן אויף זיין קאפ דעמאלס, פארגעסן זיין הוט אינדערהיים. און אזוי אויך לייבוש טייטלבוים, דער אומבאלומפערטער נפתלי משה אינדיג א.א.וו. ווי איר וועט שוין אליינס זען.
דער ווידיא איז די ערשטע פון א לענגערע סעריע וואס וועט ערשיינען אין די טעג. זעהט'ס און האטס הנאה.
______________________
פאר הערות און הגהות ביטע שיקט צו
[email protected]