נעבעך א רחמנות אויף די פרומע ציונים, איבעראל קומען זיי נעבעך אן שפעט.
דוקא היינט, ווען כמעט אלע פון די גענעראלן וועלכע האבן איינגענומען דעם הר הבית באוויינען יענעם טאג, זענען אנגעקומען די פרומע רעכטע עקסטרעמיסטן און איבערגענומען די 'שמחה' פונעם 'יום ירושלים'.
מ'קען זיין רואיג אז ווען אפילו אביגדור ליבערמאן וועט שוין איינזען אז מ'מוז צוריקגעבן די אקופירטע שטחים וועלן דוקא די ליטווישע און חסיד'ישע ציונים איבערדרייען די שטאט אז מ'מוז עס אנהאלטן פאר יעדן פרייז.
א וואונדער אז זיי האבן לעצטנס אנגעהויבן צוביסלעך צו כשר'ן דעם צה"ל?!
נאר פשוט א רחמנות אויף די אידישע קרבנות וועלכע ווערן אומגעברענגט רח"ל אויפ'ן מזבח פון די ציוני'סטישע עבודה זרה, און פאר גארנישט און נישט, ווייל אין די ענדע וועלן זיי עס במילא מוזן צוריקגעבן.
|
|