שנה שלימה! זאלי נעילת החג נישט אין נייעם ביהמ"ד
יא איצט פאר שבועות איז געווארן א יאר פון ווען די זאליס זענען ארויסגעפלויגען פונעם נייעם ביהמ"ד אויף ווילסאן, עס רייסט זיך ארויס פון הארץ טראכטן'דיג אז דאס אומגלויבליכע וואס קיין זאלי האט נישט געחלומט אז דאס קען נאך געשעהן האלט שוין אן א יאר, זאגט זיך אליינס: הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!
יא די ביהמ"ד החדש וואס די זאליס האבן צוגע'גנב'עט פון אונז, און די זאליס האבן דאס געניצט פאר זייער נעילת החג פיקטשערס, כ"א כסלו, פסח גראסערי, סטאריטש, איז שוין פארשלאסען פאר א יאר צייט, מיט בושות וחרפות זענען די זאליס ארויסגעפלויגען.
א גאנצע שנה שלימה איז שוין דורך.
איצט, די זאלי קלעבלעך טרייסטן זיך, אז די ביהמ"ד איז אפגעשפארט שוין א יאר צייט, ווייל...?
עס איז געווען א פייער..............!
איך האט טאקע באמערקט ווען איך בין דורך היינט דארט, אז ממש עס שטינקט פון פייער, אזש מען דארף זיך אנטאן א דאבעל נאז קליפ פון צוויי גאסן א ארויף ווען מען גייט דורך...
די עכטע זאליס וועלענדיג זיך טרייסטן און ווייזן אז עס שטינקט פון פייער, כאפן זיך אן די נאז שוין פון 3 גאסן ארויף ציר, און זאגן אז עס שטינקט פון פייער...
קוטשי וואלי זאגט אז ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געשפירט אזא שלעכטע פייער גרוך...
אבער שאול פערלשטיין שרייט אז אלעס איז ביים אלטן...
יא יא זאליס, די פייער גרוך וועלען זיי שמעקן, ביז ווילאנג זיי וועלן עפענען די ספר תורה - אפילו די ספר תורה פון די 2 אלטע ירוחם בחורים - און אויף מישען צום פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני עכו"ם, און אוודאי נישט אינעם טמא'נעם בג"ץ, נאר זיך שטעלען צו דין תורה.
 |
|
|