אשריך סאַַטמאַר! ואשרי עין ראתה! ווי זאל איך אנהויבן?
- פון'ם זכי' וואס מיר האבן צו האבן אזא לעכטיגן רבי'ן וואס יעדע געלעגנהייט שיינט מער און מער ארויס די חסדי השם, אשר השבית לנו גואל?!
- פון די שווערע טויזענטער טויזענטער געסט, מסלתה ומשמנה פון די גאנצע וועלט!?
- פון האבן די זכי' צו האבן אלע דייני סאטמאר פון וויליאמסבורג, ניי- וויליאמסבורג, ירושלים, ב.פ., ק"י, מאנטריאל, אנטווערפן,אונטער איין דאך?!
- פון די הערליכע זעלטענע ארבעט וואס די עסקנים האבן דעליווערט משך'ן יו"ט, א טאטאל סוקסעס!?
- פון די הערליכע בילד וואס האט זיך מיר אנטפלעקט אריינטרעטנדיג צו מנחה אין גרויסן ביהמ"ד פרעכטיג אויסגעצירט ווי קיינמאל בעפאר?!
- אנגעפאקט עד אפס מקום מיט געסט פון איבעראל!?
- די התעוררות וואס יעדער האט געשפירט ביים היסטארישען שחרית דאווענען, וואס די געפילן זענען געלאפן אן קיין אפשטעל: אז אט אט גיי מיר האבן די זכי' צו מיטהאלטן א ליינען אין א ספר וואס די הייליגע צדיקים האבן געליינט און אין א ספר וואס אזעלכע צדיקים ווי דער הייליגער תפארת שלמה האט עולה געווען!!?
- די אהבה רבה וואס סאטמאר האט זעלטן ווען אזאנס געזען, די ביהמ"ד פון מזרח צו מעריב, צפון צו דרום איז איין שטיק פלאם, און די פארצייטישע ניגון דביקות ווערט וואס א מינוט העכער און קאכעדיגער?!!
- אה! הלואי נאכאמאל יעצט! אזא טרערן-פולע אהבה רבה! - די שיינע הלל, ווי די רבי זינגט פאר יעדע שטיקל און ס'דאכט זיך אז די ווענט זינגען מיט!?
- תיכף נאך שחרית די ביטער-זיסע געדרענג ווי די גאנצע עולם ווארפט זיך ווי ים-כוואליעס,
אבער ווער פילט יעצט עפפעס?: אלעמענ'ס אויגן איז יעצט געוואנדן צום צענטער פונקט: צום מעריב פאליש טיר, די עקנים האבן שוין כמעט אויפגעגיבן אין גאַס צו האלטן ארדענונג, אלע גאסן ארום זענען שווארץ פון מענטשן "אנה יכנס כל זה???" - א שנעלע בליק אויפ'ן טערמעסטאט צייגט גאנצע 100 דעגראד!,
אט הערט זיך א ממש א אויפרייס די גאנצע שוהל אויף מעריב זייט ברעכט אויס אין א געזאנג! עליונים ששו ותחתונים עלזו! בקבלת תורה מסיני! עס כאפט זיך זיך אריבער ווי הייליג פייער צום גאנצען ביהמ"ד, יעדע אינטש איז געדרענגט, אלעס טאנצט דאכט זיך דער ארון הקודש טאנצט מיט! - און אט באווייזט זיך דעם רבי'נס צורה מיט'ן ספר תורה!
- אלעמענס קעפ שפרינגען ספאנטאן אויף! די צאנזע ספר תורה איז דא אין ביהמ"ד!
די רבי גייט יעצט ארויף אויפ'ן סטעידזש וואס מ'האט יעצט אין סעקונדען אויסגעלייגט רינגס און ארום דעם ביהמ"ד, נישט מעגליך מיטצולויפן קוים וואס רבי זלמן לייב פעלדמאן דאריאגט דעם רבי'ן, מ'דארף זיך רייסן מיטן עולם וואס וויל גיבן א קיש דעם ספר! משה גבאי איז יונג געווארן מיט צוואנציג יאר... ער לויפט פלינק נאך דעם רבי'ן! - מ'הייבט אן דעם 6ט'ן הקפה ניגון מענטשן פליען אויף אלע זייטן, ביי די טירן רייסט מען זיך אריינצו שטופן אין'ם היכל, מורא'דיג!
יעצט הייבט אן די קאפעליע א באוואוסטע אלטע צאנזע'ר ניגון, יעדער ווערט מיטגעריסן אלעס שפרינגט! אט הייבט די רבי שליט"א אויף דעם ספר אין די הייעך אין די הויעך! און טאנצט מיט אזא התלבות "וגילו ברעדה" א מחזה וואס וועט קיינמאל אי"ה נישט פארגעסן ווערן פון אונז און די קינדער! - דאן די ניגון "ק-ה זכות אבות יגן עלינו" עלטערע יודן האבן זיך געווישט די טרערען זעהענדיג ווי די יונגע דור האט אזא געפיל פאר א חפץ פון א צדיק! "לנצח על מלאכת בית ד'" - די רבי זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ויואל משה 'בזכות אבותי ורבותי', האט ער געזאגט אז 'רבותי' מיינט ער די צאנזע רב! דער קדושת יו"ט פלעג ער זאגן איז געווען א שטיק צאנז!
- עס געדענקט זיך גוט ווי די רבי האט אנגעהויבן די של"ש תורה פ' משפטים "היינט 60 יאר איז די טאטע אוועק פון אונז, די טאטע האט נאך געהאט דעם הייליגן צאנזער רב, מיר האבן שוין גארנישט!"
- און דא האבן מיר געפילט א שטיקל קשר מיט די אלע צדיקים, די עקסטאז און די הערצה וואס יעדער זקינים ונערים האבן ארויסגעוויזן און אליין געפילט, ווייזט אט דאס אז יעדע רייסט זיך אזוי א בליק צו טאהן, ווער רעדט נאך דער וואס האט א קיש געטאהן! דאס איז א עדות אז עוד יוסף חי!
- צוריק צום מעמד אט גייט די רבי צום ארון הקודש לייגט אריין דעם ספר' יעדע וועג פון'ם ספר נעמט 10 מאל אזוי לאנג סיי צוליב'ן געדרענג און סיי וויל יעדער קריכט אויף טיש און בענק א קיש צו טאהן!
- אט הערט זיך די רבי'ס שטימע מלא התרגשות אבער פעסט "לדוד מזמור לד' הארץ ומלואה תבל ויושבי בה!" אויך וואס דער עולם ענטפערט נאך מיט א דונער!
- מ'פירט דעם ספר צום בלעמער,
מ'רופט אויס די סאטמאר בארא-פארק'ער דיין שליט"א פאר - כהן, - טויזענטער מענטשן הייבן אן זיך צו שטופן צום פארנט פון באלעמער וואס איז שוין אזוי אויך אנגעלייגט, אז א נאדל גייט נישט אריין.
- על הטוב יזכר, די שמש ר' זלמן לייב וואס האט אראפגעלייגט אזא געניטע ארבייט צום באוואונדערן, בעיקר פאר'ן ארבייטן איבערמידלעך דער עולם זאל נישט שטיין פארנט פון באלעמער, אזוי האט יעדער געקענט מיטהאלטן די קריאה!
- א שטילקייט באפאלט דעם עולם, און די רבי הייבט אן "אקדמות מילין ושריות שותא"
- די שטימעס ווערן העכער און העכער, איה הסופר ואיה הדיו וואס זאל דאס באשרייבן?!
- מ'ענדיגט מיט א לייב'ס געשריי "צבי וחמיד ורגיג ונתן לן אורייתא!"
- א עלעקטראנישע שטראם באהערשט דעם עולם, און דער דיין שליט"א, -אליינס א אייניקל פון'ם דברי חיים - הייבט אן מיט א קול געשטיקט "ב-ר-כ-ו א-ת ד' ה-מב-ו-ר-ך!"
- דאן הייבט די רבי אן צו ליינען מיט א זעלטענע נעימות, ס'דערקענט זיך אז ער האלט איין די געפילן אין זיך, "א-נ-ו-כי- ד'- א-ל-ו-ק-י-ך- א-ש-ר- וכו'"
- אשרי אוזן! וואס האט דאס מיטגעהאלטן: א לעכטיגע קריאה!
- די דיין מאכט א מי שברך פאר קהל יטב לב-באראפארק, מיט א נגיד וואס האבן אים געקויפט די עלי'.
- צו לוי האט עולה געווען די סאטמאר דיין אין מוירטל, און געמאכט א מי שברך פאר ר' שלמה יודא מאשקאוויטש און נאך איינעם ווואס האבן אים עס געקויפט.
- צו שלישי האט עולה געווען ר' משה שמוא'ל'ס טאטע, וואס די קינדער האבן אים געקויפט.
- צו רביעי איז עולה פאיע'ר רב שליט"א, דאן מאכט ער א מי שבירך פאר בני ר' יעקב נחמי' יאקאבאוויטש ע"ה וואס האבן אים עס געקויפט.
- צו חמישי איז עולה די רבי שליט"א, די התרגשות פון'ם עולם איז אויפ'ן העכסטן אקטאווע וואס איז שייך!
- צו הגבהה רופט מען אויס ק"י דיין שליט"א
- צו גלילה רופט מען אויס הרב הגאון ר' יצחק אהרן פילאפף פון אנטווערפן, ער מאכט אויפ'ן בקשה פון פשעווארסקע רבי א מי שבירך פאר מורינו רבי חיים ארי בן מורה מורינו רבי יעקב.
- (אגב, פשעווארסקע רבי האט גערופן דעם רבי'ן אז ער איז דא נעקסטע וואך און ער האט זייער חשק צו עולה צו זיין אין'ם ספר.)
- צו מפטיר איז עולה מאנטריאלע דיין שליט"א, עלי' געקויפט דורך הנגיד רבי מרדכי קאהן - פון מאנטריאל
- אזוי אויך האט מאנטריאלע דיין צוריקגעפירט די תורה צום ארון הקודש, א וועג פון 20 מינוט....
- צו הגבהה אויפ'ן 2ט'ן ספר איז עולה דער ירושלימע'ר דיין שליט"א
- און גלילה איז רבי יעקב יאקאבאוויטש הי"ו
________________________ כך מעשהו בשני'! - אומגלויבליך! 2ט'ן טאג איז גארנישט ווייניגער געווארן דער עקסטאז!
- ווען ר' זלמן לייב שמש האט געברענגט די ספר תורה פון'ם נייעם סעי"פ - וואס איז אינסטאלירט געווארן אין קהל,
[אזוי אויך אינ'ם רבינ'ס הויז איז אינסטאלירט געווארן א נייע סעי"פ] 9 אזייגער צופרי, האט ער זיך געמוזט אפשטעלן א האלבע שעה אויפ'ן ארון הקודש! און ס'האט זיך תיכף פארמירט לאנגע שורות א קיש צו טאן דעם ספר! (הפנים, ער האט געמיינט אז אזוי וועט מען שוין נישט היינט שטופן ביים טראגן, און ברענגען די תורה צום באלעמער...) - צום ליינען האט היינט געליינט רבי יושע הענדלער, וואס האט נישט געקענט באהאלטן זיין התרגשות ביים ליינען און געליינט מיט א קענטיגע איבערגענומענקייט!
- צו כהן האט עולה געווען, הנגיד רבי יענק'ל כהנא - דער ראש הקהל,
געקויפט דורך זיין איידעם הנגיד רבי בעריש בערגער פון לאנדאן - אזוי אויך האט רבי יענקל גע'שנדר'ט 10 טויזענט דאללער פאר בדק הבית קאמפיין!
- לוי האט עולה געווען רבי שמוא'ל קרויס פון קר"י, געקויפט דורך זיינע קינדער און איידעמער
- שלישי - רבי עזראיל גליק - משב"ק, און געמאכט א מי שבירך פאר הנגיד רבי ישראל גב"ג וואס האט אים עס געקויפט.
- רביעי - הנגיד רבי ישראל גב"ג פון קרית יואל, געקויפט דורך זיינע קינדער.
- חמישי - די רבי שליט"א
- הגבהה - הנגיד הזקן רבי יושע לעפקאוויטש פון בארא-פארק
- גלילה - הנגיד רבי לייבל פריעדמאן פון באראפארק
- 2טע ספר הגבהה הרה"ח רבי שלום קרויס פון אנטווערפן
- אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -
* - ריזיגער נעילת החג און באגלייטן, מיט די היסטארישע דברי ברכה פון'ם רבי'ן - אי"ה קומענדיגע געלעגנהייט.
* - נ. ב. ס'איז געשריבן געווארן 1) אין גרויס איילעניש און 2) אין א צייט ווען די געפילן לויפן נאך גאר גאר הויעך, במילא האב איך זיכער ארויסגעלאזט חלקים, ועוד חזון למועד.
- - און די וואס האבן א בעסערן פעדער פון מיר, זענען מכובד!
 |
|
|