ווי עס קוקט אויס לעבן די חברה ערנסט נישט אויף דעם פלאנעט ער פייערט ניצחון אויף משוגע מיטן נעבעכדיגן הס"ת און פון די אנדערע זייט איז אין ק"י געווען גאר זויער....
איז אזוי.
איך בין דעם יו"ט – דאס ערשטע מאל – געווען אין וומ"ס און וואס איך קען ענק איז אז עס איז א שאד א יעדעס ווארט די חברה זענען אדער פראפעסיאנאלע שפילער אדער טאטאל פאריקט, רעדן בכלל און ווער רעדט נאך פון פייערן ניצחון פון א יו"ט וואס פאפא וואלט געמאכט א שווייג דערפון (פאר ווער עס מיינט עס איז א גוזמא, עס איז נישט...) איז אין מיינע אויגן....נישט צו דער זאך.... אה און אין ק"י וואס עס איז געווען לכל הדיעות (מיין איך לכל מענטשן מיט דעת...) שווערע טויזעטער איז געווען זויער....
איך מיין... קאם אן מיט וועמען רעדן מיר דא, רבותי די פערד האבן מיט פאקט גארנישט גארנישט איינגעלייגט ביי זיי איז 500 א 1000,000 און 1+1 איז א טיש (פאר די וואס קענען רעכענען..) איעדער ביליגער מוסר איז א עסקן נמרוץ (אדער 4 גבורים...) יעדער וואס האט א געקאטשקעטע אינטערשריפט איז א קול קורא (פאשקווילן) שרייבער און ווען זלמן טילעפ זאל ווערן געזונט וויינט בדמעות שליש פארלערנענדיג הלכות "בציעת הפת".... וויינען די חלמער מיט...
הפנים נאכן דא זיין פאר יו"ט און באטראכטן די שיינעדיגע זינען מיט לבנה'ס זאג איך ענק עס איז א שאד א יעדעס ווארט די קליינע מוח'ס (אויב בכלל) וועלען קיינמאל נישט פארשטיין וואס א יו"ט שבעות און ק"י מיינט והא ראי' עס זענען דא אשכולת בכלל איבערן זיבעציג זינעדיגן יו"ט...... עס איז די העכסטע צייט צי סטאפן די נאנסענס און אויב זיך טענען זאל עס זיין אויף זאכן וואס עס איז שייך זיך צו טענען (מיינט עס איז דא צוויי צדדים....) און מענטשן וואס מען קען זיך טענען (מיינט מענטשן פון דעם פלאנעט)
Just for the record אין ק"י איז דא נארמאל א שבת ארום 1,800 זיצן און שבועות ארום 3,500 אבער ווי געזאגט די פערד האבן מיט פאקט גארנישט גארנישט איינגעלייגט!