באריכט פין בחצרות סאטמאר
חג השבועות העעל"ט בצל הקודש אין קרית יואל
אומבאשרייבליך איז אדורך דאס הייליגע יו"ט – חג מתן תורה בצל הקודש אין קרית יואל, ווי אלפי חסידי סאטמאר זקנים ונערים, בעלי בתים חשובים, אברכים, בחורי חמד, אנשים נשים וטף זענען זיך געקומען מסתופף זיין אויף אזא הייליגע יו"ט בצילא דמהימנותא בקרית מלך רב.
פאלגענד איז א כראנאלאגישע'ר סדר פונען געהויבענעם יו"ט וויפיל עס איז מעגליך צו באשרייבן:
ליל א' דיו"ט
בערך א שעה נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און געדאווענט פאר'ן עמוד תפילת מנחה.
בעפאר מעריב איז פאהרגעקומען דער יערליכער אפיעל לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ווי עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א ר"מ בישיבת היכל התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א ר"מ בישיבת קרן התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.
א מייעסטעטישער סדר האט געהערשט א דאנק די געטרייע ארבעט פון די איבערגעגעבענע עסקנים, ביים דוירכגיין זאגן גוט יו"ט פאר מרן רבינו שליט"א, ווען די טויזענטער אנשי שלומינו גייען אדורך כבני מרון לברך ולהתברך בברכת הקודש וועלכע'ס האט גענומען קרוב צו צוויי שעה.
בערך בשעה 1:45 אז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול. מיט'ן פיוט פון מערבית האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם זאב שנעעבאלג שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג, און מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סט. אכט סט. אין וויליאמסבורג.
די תוכן דברות קודש פון די דברי תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.
דער טיש האט זיך געענדיגט בערך 3:30 פארטאגס. נאכ'ן טיש איז דער רבי שליט"א אראפגעגאנגען אונטן אין היכל ראזענבערג ווי דער רבי שליט"א האט זיך דער רבי שליט"א איינגעשפארט בלימוד התורה פאר א שטיק צייט ביז דער רבי שליט"א איז געגאנגען אין מקוה.
יום א' דיו"ט
ארום 10:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו ירושלים עיה"ק, און שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א פאהרגעדאווענט כנהוג.
מיט די פתיחות ארון הקודש דעם ערשטן טאג זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קרית וביהמ"ד ויואל משה, און הרבני הנגיד מוה"ר שמואל בערגער הי"ו פון לאנדאן.
כהן האט עולה געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מ'בארדיוב. א בחינה פון שבח רבון עלמין אמירא דכותא – האט זיך געשפירט אין די לופטן בשעת דער רבי שליט"א האט מיט גרויס השתפכות הנפש אנגעהויבן שטיקל ביי שטיקל דעם געהויבענעם אקדמות מיט גרויס התרגשות און בכיות, בשעת ווען דער ציבור זאגט נאך מיט א קול רעש גדול. דערנאך איז דער רבי שליט"א געווען בעל קורא כמנהג רבותיה"ק.
לוי האט עולה געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנסי שליט"א, שלישי האט עולה געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, רביעי האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר יצחק מארקאוויטש שליט"א, חמישי – עשרת הדברות האט דער רבי שליט"א עולה געווען, מיט הגבה צום ערשטן ספר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר יעקב עסטרייכער הי"ו פון לאנדאן, און מיט גלילה הרבני החסיד מוה"ר שלום ברוך ראטבארד הי"ו פון מאנטשעסטער.
מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר שמואל חיים בראך הי"ו פון בארא פארק, מיט הגבה צום צוויטן ספר איז מכובד געווארן הרבני מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו מהנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, און מיט גלילה הרבני מוה"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' אין בארא פארק.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
עטליכע מינוט נאך מוסף איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די קרעפיל טיש ווי דער רבי שליט"א האט קידוש געמאכט און נאך עטליכע ניגונים געזאגט די קרעפיל פשעטיל אין די סוגיא פון חזקי' ור' אבוהו וואס דער רבי שליט"א האט פאהרגעלערנט אין ישיבה בעפאר יו"ט.
דעם סעודות יו"ט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן בביתו נאוה קודש, מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר זושא מייזליש שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א, און מיט'ן בענשטען האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו בארא פארק שליט"א.
בערך אום 8:35 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' אין מאנטריאל.
נאך מנחה איז פאהרגעקנומען דער "תנאים טיש" ווי דער רבי שליט"א האט מכבד געווען הר"ר אהרן שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א מיט אהבה רבה, און נאכ'ן ליינען דעם תנאים האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה (תוכן ד"ק וועט אי"ה נאכפאלגן).
ליל ב' דיו"ט
תפילת מעריב דעם צווייטן נאכט האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנסי שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורכגעגאנגען זאגן גוט יו"ט פאר'ן רבי'ן שליט"א.
אום 12:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל השלחנות. מיט'ן פיוט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיתיה"ק, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י וויליאמסבורג.
דער תוכן דברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן.
יום ב' דיו"ט
ארום 10:15 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען דעם צווייטן טאג יו"ט, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' יקותיאל יודא מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין בארא פארק, און צו שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה. צו די הויכע שמו"ע פון שחרית האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.
מיט די פתיחות ארון הקודש פאר'ן ליינען זענען מכובד געווארן הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א פון לאנדאן און הר"ר מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבת היכל התורה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.
כהן האט עולה געווען מוה"ר משה גלאנצער הי"ו, לוי הרבני החסיד מוה"ר חיים לעווי פון וויען, שלישי האט עולה געווען הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, רביעי הרבני הנגיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו פון וויליאמסבורג, חמישי האט רבינו שליט''א עולה געווען.
מיט הגבה אויפן ערשטן ספר תורה איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר בערל יאקאבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, און גלילה הרבני מוה"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו פון לאנדאן, מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, מיט הגבה אויפ'ן צווייטן ספר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג, און גלילה הרבני מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מהנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.
דעם סעודת יו"ט דעם צווייטן טאג האט דער רבי שליט"א געפראוועט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט טייל פון די אויסלענדישע געסט, מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד מוה"ר שמואל בערגער הי"ו פון לאנדאן, און דער רבי שליט"א האט געבענטשט ביי דעם טיש, און דערנאך פארטיילט כוס של ברכה פאר די באטייליגטע.
די תוכן דברות קודש פון די תורה פון דעם טיש וועט אי"ה נאכפאלגן.
צו נעילת החג איז דער היכל ביהמ"ד געווארן אויסגעשטעלט אויפ א מייסערהאפטיגע אופן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור בלעיה"ר דאס מערסטע וואס מעגליך.
אום 8:35 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר שלום מאיר עקשטיין הי"ו שו"ב בקהלתינו הק', און נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלחנו הטהור לרגל נעילת החג.
צום ערשט האט הרה"ח ר' אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו משמש אנגעגאסן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און דערנאך זענען אלע חברי חברא קדישא דקהלתינו הק' אדורכגעגאנגען להתברך בברכת לחיים פון רבי'ן שליט"א כמנהג.
מיט אהבה רבה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' דוד לייב צענווירטה שליט"א פון ירושלים עיה"ק, נאך א לענגערע תורה האט דער רבי שליט"א פאהרגעליינט די כתובה שבין בני ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד יו"ט און לכבדו נעילת החג.
עטוואס מער ווי א האלבע שעה נאכ'ן זמן האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען מעריב און נאך מעריב געמאכט הבדלה.
ביני לביני האט דער ציבור פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול דורך די זייטיגע טירן צום חצר פארנט פון ביהמ"ד ווי עס איז געווען צוגעגרייט צום מעמד ברכת הקודש.
עטליכע מינוט נאך הבדלה איז דער רבי שליט"א ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע פארנט פונעם פארטש פון ביהמ"ד הגדול, ווי עס האט שוין דאן אפגעווארט דער ציבור פון אלפים תלמידים וחסידים זקנים ונערים וועלכע האבן געווארט מקבל צו זיין ברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, און ווי נאר דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען האבן די טויזענטער פארזאמעלטע ספאנטאן אויסגעבראכן אין לעבעדעג טענץ מיט געזאנג פון "אשרי העם שככה לו".
נאכ'ן ברכת הקודש איז דער רבי שליט"א אריין אין קהל'ס שטובל אין ביהמ"ד ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש – דברי הדרכה פאר תלמידי ישיבת אור תורה פון מאנסי, בשעת ווען אינדרויסן גייען אהן פייערליכע ריקודין וואס איז נמשך געווארן אויף א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
-אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו-
•♦•