געשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...
קלאנגען גייען ארום, אז די טרעילארס וועלכע ליגען סטאנציאנירט אויף די לאט פון די מאונראו ישיבה הארט נעבן די לאט פון ר' יחזקאל בראך, וועלכע דינען אצינד אלס א שולע פאר די מהרז"ל מוסדות אין קרית יואל, גייען איצטערט דארפן זוכן א נייער סטאנציע אוואו זיך צו פלאצירן.
דאס קומט נאכדעם וואס צד מהרז"ל האט געהאט א דאטום ביז ווען זיי קענען אריינגעבן פאפירן און קעמפפן פאר דער לאט, נאכדעם וואס ווי באקאנט באלאנגט דער שטח פאר די ישיבה גדולה אין קרית יואל, אבער נאך לענגערע בארוטענגען האבן זיי מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין געריכט, צוליב דער גרויסער שאנס אז דער ריכטער וועט עפענען ס'גאנצע סאטמאר'ע קעיס, און מען קען נישט וויסן מיט וואס מען קען זיך אליינס שאדן מאכן.
אבער קיינער ווייסט נישט וואס מיט זיי האט פאסירט, זיי האבן פשוט און פראסט פארגעסן אז דער דאטום דערנענטערט זיך, און אצינד האבן זיי פארשפעטיגט, דער דאטום איז אפגעלאפן, און די טרעלארס וועלן לכאורה מוזן גאר בקרוב זיך צוטשעפענען צו איר קאפ-טרעילאר און גיין גלות ליידן.
מיר זענען נישט קיין הולכים בערכאות אזוי ווי די ארונים, אז עס איז נישט דא קיין היתר גייען מיר נישט!
תוקן על ידי ספרינטער ב- 12/06/2011 23:10:05
נשלח ב-12/6/2011 23:11
דאס איז הייסט די דעטאלן וואס די האסט ערהאלטן? פארוואס פארדרייסטו דער אשכול, האלט דיר צו די טרוקענע פאקטן ביטע!.
תוקן על ידי חזקה ב- 12/06/2011 23:12:45
נשלח ב-12/6/2011 23:23
איך האב בלויז געשריבן מיין מיינונג וואס איך האלט איבער די קלאנגען וואס זענען אנגעקומען צו דיין אויערן. ערווארטס איך זאל גיין צו זיי און פרעגן אויב עס איז אמת די קלאנגען? ניין איך בין נישט אזוי נאנט מיט זיי אז זיי אז איך זאל זיי פרעגן, דעריבער האב איך דיר געענטפערט וואס עס לייגט זיך אויפן שכל.
נשלח ב-12/6/2011 23:31
דער אשכול האב איך געעפענט, אז דער ציבור זאל קענען מיטהאלטן די דעטאלן ארום דעם, האסטו מיר אצינד ווידעראמאל ערקלערט אז יא! טראצדעם וואס די ביסט נישט אזוי נאנט מיט זיי, און די ווייסט נישט די גענויע דעטאלן וועסטו פארדרייען ס'אשכול ווייטער, איז ביטע איך בעט דיר נאכאמאל, קום מיר נישט זאגען דיינע מיינונגען, און דיינע געדאנקן וואס טוהן זיך פלאצירן אויף דיין שכל, אויב די ווייסט די גענויע פאקטן און דעטאלן ביטע לאז דער עולם הנאה האבן, און אויב נישט בעט איך דיר נאכאמאל פיר נישט דער אשכול אראפ פון די שינעס.
נשלח ב-12/6/2011 23:35
דאס הייסט נישט פארדרייט דעם אשכול, ספרינטער האט געזאגט די סיבה פארוואס צד מהרז"ל איז נישט אריין אין געריכט
נשלח ב-12/6/2011 23:37
אקעי איך טרעט אפ פון דעם אשכול איך געב איבער דאס ווארט פאר ר' מענדל שווימער און ר' יחזקאל בראך.
נשלח ב-12/6/2011 23:55
בערך פיר חדשים צוריק איז ארויפגעקומען ביי א אסיפה וועגן די ישיבה בנינים וואס ר' אהרן האט געגנבעט פון UTA,
די לויער האט געזאגט די איינציגסטע וועג עס זאל נישט פארפאלן ווערן איז צו מאכן א דעקלעראציע אין קאורט אז מיר געבן נישט אויף די בעלות, נאכן אנפרעגן פון רבינו שליט"א האט ער געזאגט מען זאל בשום אופן נישט אריינגיין אין געריכט וויבאלד עס איז נישט דא קיין היתר בי"ד,
למעשה ווי עס קוקט אויס (לויט ווי חזקה דערציילט) האט מען אויסגעפאלגט די הוראה און מען איז נישט אריין אין געריכט.
נשלח ב-13/6/2011 03:03
איז פארהאן ביי די זאלי'ס איינער מיט א מח בקדקדו? בני ברק מוזן מיר עמערדזשענסי האבן פאר אלע געלטער, גרייט זיין צו ליידן שווערע בזיונות, אריין גיין אין ישראל'ישן געריכט, אלעס פאר די 5 פראצענט אנ"ש דארטן, אבער אין קרית יואל וואו אנ"ש האבן נאטורליך נישט קיין צוטריט צו קיין ליידיגע לאטס, דארטן מוז מען זיין א גוטער, נישט גיין בערכאות...
אומזיסט איז געווארן אן ארוני לעצטענס??? ווער איז אריין אין איזראעלישן געריכט גיי קודם נאך די פאקטן אין נאכדעם האב טענות מנהל ער שפילט פארטיי
נשלח ב-13/6/2011 03:26
פארוואס זענען קאמענטארן איבעריג, חזקה?
נשלח ב-13/6/2011 03:52
אומזיסט,
עס איז דא א דעת בעל הבית און א דעת תורה, דער דעת תורה זאגט מען טאר נישט גיין אין געריכט אן קיין היתר בית דין נישט קיין חילוק ווי שטארק מען דארף עס
נשלח ב-13/6/2011 05:29
נו, נעמט מען א היתר בי"ד. מאי שנא בני ברק?
און אגב, יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ביי אזא זאך ברויך מען נישט קיין היתר בי"ד. ספעציעל אויב דער דאטום לויפט אפ.
תוקן על ידי אומזיסט ב- 13/06/2011 05:33:42
נשלח ב-13/6/2011 17:05
אומזיסט איז בלי ספק פון די "אנדערע".. יעדעס ווארט זיינע שפריצט מיט ארוניזם, נישט נאר יעצט נאר אייביג.
מיר זענען נישט אריין אין בג"ץ! ווער געוואר פאקטן פאר דו בלאבעלסט נאך וואס דיין "בלאט" באקט דיר אפ..
נשלח ב-13/6/2011 19:42
מיט רשות ...אן רשות ... קען מען זאגן אז עס איז נישט עבידי לגלויי, אבער דאס איז אמאל זיכער, אז אין וויליאמסבורג איז צד מהר"א אריין אין געריכט, ווידעראום אין בני ברק האט צד מרז"ל אריינגעגעבן די קלאגע אין געריכט. און עס איז נאריש צו פארדרייען א קאפ אהין און צירוק.