בית פורומים אידישע געדאנק

געשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/6/2011 23:04 לינק ישיר 
געשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...

קלאנגען גייען ארום, אז די טרעילארס וועלכע ליגען סטאנציאנירט אויף די לאט פון די מאונראו ישיבה הארט נעבן די לאט פון ר' יחזקאל בראך, וועלכע דינען אצינד אלס א שולע פאר די מהרז"ל מוסדות אין קרית יואל, גייען איצטערט דארפן זוכן א נייער סטאנציע אוואו זיך צו פלאצירן.

דאס קומט נאכדעם וואס צד מהרז"ל האט געהאט א דאטום ביז ווען זיי קענען אריינגעבן פאפירן און קעמפפן פאר דער לאט, נאכדעם וואס ווי באקאנט באלאנגט דער שטח פאר די ישיבה גדולה אין קרית יואל, אבער נאך לענגערע בארוטענגען האבן זיי מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט אריינצוגיין אין געריכט, צוליב דער גרויסער שאנס אז דער ריכטער וועט עפענען ס'גאנצע סאטמאר'ע קעיס, און מען קען נישט וויסן מיט וואס מען קען זיך אליינס שאדן מאכן.

אבער קיינער ווייסט נישט וואס מיט זיי האט פאסירט, זיי האבן פשוט און פראסט פארגעסן אז דער דאטום דערנענטערט זיך, און אצינד האבן זיי פארשפעטיגט, דער דאטום איז אפגעלאפן, און די טרעלארס וועלן לכאורה מוזן גאר בקרוב זיך צוטשעפענען צו איר קאפ-טרעילאר און גיין גלות ליידן.

דאס איז א באריכט וועלכע האט דערגרייכט מיינע אויערן, אויב איינער ווייסט עפעס מער קלארע דעטאלן זאל ביטע אינפארמירן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:07 לינק ישיר 

מיר זענען נישט קיין הולכים בערכאות אזוי ווי די ארונים, אז עס איז נישט דא קיין היתר גייען מיר נישט!

תוקן על ידי ספרינטער ב- 12/06/2011 23:10:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:11 לינק ישיר 

דאס איז הייסט די דעטאלן וואס די האסט ערהאלטן? פארוואס פארדרייסטו דער אשכול, האלט דיר צו די טרוקענע פאקטן ביטע!.

תוקן על ידי חזקה ב- 12/06/2011 23:12:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:23 לינק ישיר 

איך האב בלויז געשריבן מיין מיינונג וואס איך האלט איבער די קלאנגען וואס זענען אנגעקומען צו דיין אויערן. ערווארטס איך זאל גיין צו זיי און פרעגן אויב עס איז אמת די קלאנגען? ניין איך בין נישט אזוי נאנט מיט זיי אז זיי אז איך זאל זיי פרעגן, דעריבער האב איך דיר געענטפערט וואס עס לייגט זיך אויפן שכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:31 לינק ישיר 

דער אשכול האב איך געעפענט, אז דער ציבור זאל קענען מיטהאלטן די דעטאלן ארום דעם, האסטו מיר אצינד ווידעראמאל ערקלערט אז יא! טראצדעם וואס די ביסט נישט אזוי נאנט מיט זיי, און די ווייסט נישט די גענויע דעטאלן וועסטו פארדרייען ס'אשכול ווייטער, איז ביטע איך בעט דיר נאכאמאל, קום מיר נישט זאגען דיינע מיינונגען, און דיינע געדאנקן וואס טוהן זיך פלאצירן אויף דיין שכל, אויב די ווייסט די גענויע פאקטן און דעטאלן ביטע לאז דער עולם הנאה האבן, און אויב נישט בעט איך דיר נאכאמאל פיר נישט דער אשכול אראפ פון די שינעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:35 לינק ישיר 

דאס הייסט נישט פארדרייט דעם אשכול, ספרינטער האט געזאגט די סיבה פארוואס צד מהרז"ל איז נישט אריין אין געריכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:37 לינק ישיר 

אקעי איך טרעט אפ פון דעם אשכול איך געב איבער דאס ווארט פאר ר' מענדל שווימער און ר' יחזקאל בראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2011 23:55 לינק ישיר 

בערך פיר חדשים צוריק איז ארויפגעקומען ביי א אסיפה וועגן די ישיבה בנינים וואס ר' אהרן האט געגנבעט פון UTA,

די לויער האט געזאגט די איינציגסטע וועג עס זאל נישט פארפאלן ווערן איז צו מאכן א דעקלעראציע אין קאורט אז מיר געבן נישט אויף די בעלות, נאכן אנפרעגן פון רבינו שליט"א האט ער געזאגט מען זאל בשום אופן נישט אריינגיין אין געריכט וויבאלד עס איז נישט דא קיין היתר בי"ד,

למעשה ווי עס קוקט אויס (לויט ווי חזקה דערציילט) האט מען אויסגעפאלגט די הוראה און מען איז נישט אריין אין געריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 03:03 לינק ישיר 

איז פארהאן ביי די זאלי'ס איינער מיט א מח בקדקדו? בני ברק מוזן מיר עמערדזשענסי האבן פאר אלע געלטער, גרייט זיין צו ליידן שווערע בזיונות, אריין גיין אין ישראל'ישן געריכט, אלעס פאר די 5 פראצענט אנ"ש דארטן, אבער אין קרית יואל וואו אנ"ש האבן נאטורליך נישט קיין צוטריט צו קיין ליידיגע לאטס, דארטן מוז מען זיין א גוטער, נישט גיין בערכאות...

כלפי לייא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 03:07 לינק ישיר 

א הערצליכן דאנק פאר סאטמאר'רער פארן נישט ברענגען מיינונגען וואס שטעלן זיך אויפן שכל, נאר קלארע פאקטן וואס דו האסט געהערט...

און צו אומזינסט, טאקע א שטארקע טענה, אבער ווער עס האט א "מוח בקדקדו" פארשטייט באלד אז קאמענטארן זענען דא איבעריג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 03:08 לינק ישיר 

אומזיסט איז געווארן אן ארוני לעצטענס??? ווער איז אריין אין איזראעלישן געריכט גיי קודם נאך די פאקטן אין נאכדעם האב טענות
מנהל ער שפילט פארטיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 03:26 לינק ישיר 

פארוואס זענען קאמענטארן איבעריג, חזקה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 03:52 לינק ישיר 

אומזיסט,

עס איז דא א דעת בעל הבית און א דעת תורה, דער דעת תורה זאגט מען טאר נישט גיין אין געריכט אן קיין היתר בית דין נישט קיין חילוק ווי שטארק מען דארף עס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 05:29 לינק ישיר 

נו, נעמט מען א היתר בי"ד. מאי שנא בני ברק?

און אגב, יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ביי אזא זאך ברויך מען נישט קיין היתר בי"ד. ספעציעל אויב דער דאטום לויפט אפ.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 13/06/2011 05:33:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 17:05 לינק ישיר 

אומזיסט איז בלי ספק פון די "אנדערע".. יעדעס ווארט זיינע שפריצט מיט ארוניזם, נישט נאר יעצט נאר אייביג.

מיר זענען נישט אריין אין בג"ץ! ווער געוואר פאקטן פאר דו בלאבעלסט נאך וואס דיין "בלאט" באקט דיר אפ..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2011 19:42 לינק ישיר 

  מיט רשות ...אן רשות ... קען מען זאגן אז עס איז נישט עבידי לגלויי,
  אבער דאס איז אמאל זיכער, אז אין וויליאמסבורג איז צד מהר"א אריין אין געריכט, ווידעראום אין בני ברק האט צד מרז"ל אריינגעגעבן די קלאגע אין געריכט.
און עס איז נאריש צו פארדרייען א קאפ אהין און צירוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געשפעטיגט דעם דאטום, און פון וואלד ארויסגעווארפן...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext