| נשלח ב-14/6/2011 00:48 |
|
| |
תולדות אהרן מרים יד בתורת משה קעגן סאטמאר!
אומגלויבלעך!
תולדות אהרן האט זיך משתתף געווען מיט די מוסרים ומלשינים פון קרית יואל ובראשם דעם מלשין יוסף וואלדמאן, און אריין געגעבען אינאיינעם די קלאגע קעגן קהלתינו און קעגן די ווילדטש אין קרית יואל.
תולדות אהרן האט א טענה אז מען האט אנגעהויבען רעכענען טעקס פאר זייער הויז וואס איז העכערן ביהמ"ד אין קרית יואל, ווי באוויסט האט די טאון מיטן ווילדטש די לעצטע יארן אנגעהויבען רעכענען טעקס פאר אלע הייזער העכער בתי מדרשים, און מען קען נאר אראפ רעכענען טעקס פאר די ביהמ"ד זעלבסט.
די געזעץ האט מען געמאכט אזוי ווי עס איז אין ניו יארק סיטי, אז מען קען נאר אראפ רעכענען די טעקס פון די בתי מרדשים זעלבסט, ווייל מען האט זיך דערזעהען אז 20 פארצענט פון קרית יואל האבן זיך געלייגט זייערע הייזער אויף cong. און פארשטייט זיך אז עס איז נישט נארמאל, ובפרט אז טאמער מען וואלט דאס נישט געטאן וואלט מען געדארפט העכערען טעקסעס פארן איבריגען עולם וואס צאלט ערליך די טעקס, און צוביסלעך וואלטן אלע הייזער אין קרית יואל געליגען אויף cong.
עס איז געקומען דערצו אזוי ווייט, אז מענטשען האבן געהאט דירות - חוץ זייערע אייגענע דירות - וואס זיי האבן באקומען דערפאר געשוואלענע רענטס, און..? זיי האבן עס געפיילט אז עס באלאנגט צום CONG. און זענען פטור געווען צו צאלן טעקס.
אבער די ירושלימער חזירים פון תולדות אהרן פארשטייען נישט דאס, און ווילן גארנישט באצאלען האבן זיי זיך אנגעשלאסען אין די לאו סאוט, אינעם חילול שם שמים.
יא די אמאליגע הייליגע נאמען!!!
קהל תולדות אהרן איז אריין בערכאות של עכו"ם און מחלל שם שמים!
איצט וועלן זיי זיך ווייטער אריין שטעקען זייער קאפ ווי די בית היענה אין דער ערד, און שרייען אז זיי ווייסן נישט, זיי האבן גארנישט געטאן וכו' כדרכם.
ביטע רעדן דא אינעם אשכול נאר וועגן תולדות אהרן און נישט וועגן די איבריגע לאו סאוט.
תוקן על ידי פאפיטעס ב- 14/06/2011 00:58:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 00:53 |
|
| |
ווער נאך איז אנגעשלאסן אין דעם
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 00:54 |
|
| |
דא וועל איך ברענגען למען ידע הקהל וישפט, וואס איך האב געשריבען נישט לאנג צוריק, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר די לעצטערע יארן, און ווי זיי האבן אלס געשריגען מיטן בית היענה קאפ אריין געשטעקט אין דער ערד, אז זיי ווייסן וואס מען האט קעגן זיי, און פאר וואס סאטמאר גוט זיי נישט קיין דאלער.
א שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.
1) זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...
2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...
3) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.
4) תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.
5) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.
6) תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.
7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.
8) תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.
9) תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.
10) תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.
11) ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.
12) פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.
13) תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.
אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.
איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.
נאר וואס איז געשעהן די לעצטע יאר, תולדות אהרן זענען געשלאפען אין איין בעט מיט די עקעלדיגע מצורעים שונאי סאטמאר, די זאליס, יצחק ווייס נחום אטיק, סיקרוקין, ווי זאגט די וועלט אז מען שלאפט מיטן קעציל אין בעט סוף כל סוף וועט ער דיך צו גראטשנען.
און דאס האט פאסירט, די שלעכטע מענטשן, ווען זיי האבן אפגעמאכט אז תולדות אהרן פאלגט זיי נישט 100 פארצענט האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון תולדות אהרן, די זעלבע קאמפיאטערס וואס האבן געמאכט די פאשקאווילען קעגן סאטמאר, האבן אנגעהויבען צו קאנאקען פאשקאווילען קעגן תולדות אהרן, און זיי ניצן אלע כוחות צו באשמיצען תולדות אהרן.
אזוי ווייט כאפט אייך גוט אן...!
תולדות אהרן האט אריין געלייגט באהאלטענע ווידיאו אפאראטען אינעם אפיס פון יצחק ווייס, אטיק, טייטלבוים, פאר איבער א יאר צייט, - אנשטאט וואס די אהרונים וואלטן עס געדארפט טאן - און זיי האבן געכאפט די חברה ביי די ארגסטע רח"ל, תולדות אהרן האט מיט די סחורה אין די האנט געסטראשעט די זאליס אז יצחק ווייס מיז פליען, אז נישט געבן זיי ארויס די הייסע סחורה וואס זיי האבן אויף אים, ובפרט די איבער 50 טעלעפאן קאלס ווי ער רעדט מיט זיין חבר ר' חיים הערש טייטלבוים, עס האט נישט גענומען 2 טאג, און יצחק ווויס איז געפלויגען ווי א הינט פון דער איד...!
איצט קומט תולדות אהרן צו לויפען צו סאטמאר אז מען זאל זיי העלפען, סאטמאר זאגט ברוך שפטרני מיר האבן נישט געוויינט נאך אייך ווען איר האט געטרעטן אויף אונז, איז איצט וועלן מיר שטיין אין אין די זייט און הנאה האבן ווי עס רייסט זיך ביי די קעפ מיט די זאליס אטיק וכת דילי'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 01:06 |
|
| |
פאר א נויט האט איינער אפשר געזען העוו האפ, אדער גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 03:29 |
|
| |
אפשר קען איינער דא געבן צופארשטיין, די לוא-סוט וואס מ'האט דא אריינגעבן איז, אז מ'שטערט די סיוויל רייטס פון די איינוואוינערס, איצט אז תולדות אהרן האט א טענה אויף א פאליסי פון די וויליטש וואס איז גלייך פאר אלא איינוואוינערס (און אפילו מהר''א שליט''א מיט אלע קינדער צאלען שטייערן פאר זייער הייזער) וואסערע סיוויל רייטס טענה איז דא?
האט איינער די קארט פעפערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 03:42 |
|
| |
פון אישית
| תולדות אהרון |
|
סי איז אלץ ההמשך פין די נייע וועג וואס דער תולדות הארון רבי פירט איין לעצטענס, אנהייב פין דעים זמן האט ער אויף גענומען אין זיין ישיבה גדולה א נייער משפיע רוחני א ויז'ניציער-בני ברקער חסיד וואס הייסט בנציון אפעל , וואס גייט אין בחירות, אין דער תולדות הארון רבי האט עים געזאגט אז ער וויל אויף וואקסאן א פרישער חסידישער דור, וייל דאס קנאות איז נישט פאר היינטיגע צייטען,אין ער ויל נישט זיי זאלן גיין אין הפגנות אין מחאות. אין ער דארף לערנען מיט זיי ליובאוויטשע ספרים. אבער נישט פין דער לעצטע רבי. וייל פארט ויל ער נישט אויס קוקען ויא זיי,
לארט די פלאן, נאך א שטיק צייט א באבאווער בחור ואס ועט אנקומען פין בארא פארק לערנען אין ארץ ישראל, ועט זיך קענען שוין באלד טרעפין דאס פלאץ אין תולדות אהרון. אין אזוי אויך פארקערט, |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 03:51 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | פאר א נויט האט איינער אפשר געזען העוו האפ, אדער גערעכט? |
|
ביטע נישט פארדרייען די אשכול, און עס מאכען אלץ א מלחמה צווישן ניקים, איך וועל אבער איינמאל ענטפערן, און
אראפברענגן א קוואט פון א לאנגע תגובה וואס איך האב געשריבען און אישי שוין פאריגע וואך פאר איינע פון די חשוב'ע שרייבער דא
מיט תו"א בין איך פלעין אריינגעפאלן, איך האב קיינמאל נישט געוויסט די פרטים וואס פאפיטאס האט דא געשריבען
אלמלא איך ווייס ווען פון פריער די פרטים, וואלט איך קיינמאל נישט געשריבען לטובתו וואס איך האב געשריבען
צירוק צי די אישו פינעם אשכול
תוקן על ידי have_hope ב- 14/06/2011 03:53:19
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 04:17 |
|
| |
איך פארשטיי בכלל נישט זייער קלאגע
פארוואס איז די פוינט א סיוויל רייטס קלאגע? גייטס און קארט איבער די טעס אישו אליינס כבר היה לעולמים, אזעלכע קארט קעסעס מאכען זיך יעדן טאג לענג אויס אמעריקע, וווען די די שטאט וויל רעכענענן טעקס פאר נאון פראפיט וכדומה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 04:37 |
|
| |
ווער וואוינט אין די הויז העכער תולדות אהרן שטיבל?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 07:44 |
|
| |
פאפיטעס, די שרייבסט אז די סיבה פארוואס די ווילעדש האט געטוישט דער געזעץ איז וויל מענטשען האבן געפיילט זייערע הייזער אז עס באלאנגט צו א CONG. און זענען פטור געווען צו צאלן טעקס.
דא איז דאך יא דא א שול, עס איז נישט סתם א הויז אויף א נאמען פון א cong. פארוואס זאל עס נישט זיין טעקס עקזעמט?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 15:42 |
|
| |
אויך, האבן זיי קודם פראבירט צו גיין צו דין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 18:16 |
|
| |
טיפשות, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
ש.צ.א., דער בעל הבית פונעם הויז, וויל וויא פארשטענדליך נישט באצאלן טעקס אויפ זיין הויז וואס איז העכער דעם בית המדרש, אזוי וויא ער פלעגט ביז יעצט נישט באצאלן, (בצדק או של בצדק - נישט דאס איז דער וויכוח).
נאך וואס די שטאט שטייט אויף איר'ס - און לדעתי בצדק, אז אויפן בית המדרש דארף ער נישט צאלן, אבער אויפן הויז איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל זיין פטור, האט דער אויבן דערמאנטער ש.צ געטוהן אפעלירן קעגן די שטאט.
קען מיר אימער זאגן, אפשר דארף ער גיין צום בי"ד פון שטאט צו אפעלירן קעגן די שטאט ראט?
און וואס האט דאס אלעס צו תולדות אהרן? - כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
תוקן על ידי גערעכט ב- 14/06/2011 18:17:08
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 18:26 |
|
| |
ווער איז דער בית דין? זענען למעשה די הנהלת הווילידזש אנגעקומען צו דין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 18:46 |
|
| |
הרוצה לשקר ירחיק עדותו
פאפיטעס האט געמיינט אז אויף די ישראליס קען ער ארבעטן, האט געברענגט אין 'בחדרי' א דאקאמענט וואס ווייזט לכאורה אז תו"א האט דא אפעלירט קעגן די שטאטראט, משום מה האט ער דא נישט געברענגט די דאקאמענט, וויסט איימיצער פארוואס?
איך שטעל מיך פאר, דער פותח האשכול דא, וויסט גאנץ גוט, אז דא וועט דער דאקאמענט באוויזן ווער איז דער אפעלירער - מען זעט דאס קלאר ש.צ.א, אין בחדרי האט ער זיך פארלאזט אז זיי וועלן עיינגליש נישט פארשטיין.
דא האט איר דעם דאקאמענט פון פאפיטעס http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2898605&forum_id=771
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 18:52 |
|
| |
אייזענבערג רעדט נישט בשם תולדות אהרן, ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז דער ביהמ''ד האט היינט גאנץ קנאפ שייכות מיט תולדות אהרן, במשך די יארן האבן רובם ככולם פון חסידי תולדות אהרן זיך אפגעשאקלט פונעם ביהמ''ד און דאווענען מער נישט דארט נישט קענענדיג דערליידן די קאפריזן פונעם בעל הבית ש.צ.א. תולדות אהרן איז בכלל נישט פאראנטווארטליך פאר זיינע מעשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 19:02 |
|
| |
למען האמת: קען זיין אז דו זאגסט עפעס, אבער למעשה שטייט דערויף תולדות אהרן שוין, לאמיר זיך אלע האלטן רואיג, און מיר וועלן זעהן צו תולדות אהרן וועט ארויס שטעלן א מחאה די וואך.
|
|
|
|
|