שששש.. סוד גדול: דריי חתונות די וואך אין עטרת מאיר צבי
עס הערשט א שטיל-שווייגעניש. נישטא קיין מחאות אין בלאט, קיין פאשקעווילן אין קרית יואל, קיין פאני-קאל'ס אינמיטן נאכט, מ'שרייט נישט נאך קיין קאפל'ס אויף די גאס. אבער טראץ דעם שמייסט די אהרונים, ובראשם דעם דזשיגאן עם הארץ, דעם פאקט אין פנים אז די וואך איז פארגעקומען אין דעם קרעציגן/פארשאלטענעם/אין חרם געלייגטער זאל דריי חתונות!
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ווייניגער ווי א יאר נאך וואס לאוב מיט ר' געציל האבן ארויסגעגעבן זייער שטורעמישער דעת תורה און גע'אסר'ט סידור קידושין אין עטרת מאיר צבי, האלט שוין היינט דער צאל חתונות ביי קרוב צו דרייסיג אדער שוין אפשר איבער דרייסיג, און אין די וואך אליינס איז געווען דריי חתונות. אבער כדי נישט צו צוברעכן די מוחות קטנים פארציילט מען זיי דאס נישט, און מ'שפילט בת היענה כאילו דער זאל איז שוין אפגעשפארט.
זעהט אויס אז דער פעדעראלער קאורט האט זיי יא אפגעשראקן...
נשלח ב-17/6/2011 15:36
דער הייליגער שיניאווער רבי שליט"א און דער זישקעווער רבי אין בני יואל
איך האב געפרעגט א ארוני חלה דעקל וואס ער זאגט צו דעם אז די זאל איז ב"ה געווארן א פאקט און רוב מענטשן דערשרעקן זיך נישט פון די ארונישע טעראר וואס פלעגט אמאל ווארפן א פחד אויף יעדן וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי, ער שלעפט ארויס א בלאט פון זיין טאש און ווייזט מיר די דריי בילדער פון די פראנט פעידזש און זאגט מיר קוק קוק....! הערשט יעצט האב איך שוין פארשטאנען די פשט פון דעם פיקטשער אויפרייס פון צייט צו צייט.
זעהט אויס אז די וואך האט אויסגעפעלט דריי בילדער קעגן די דריי חתונות.
נשלח ב-20/6/2011 03:15
אהרונים בלייבן אהרונים. פארפאלן. זעענדיג זייער דורכפאל פאריגע וואך ווען עס איז פארגעקומען דריי חתונות אינעם עטרת מאיר צבי זאל, האבן די אהרונים צוריק ארויסגענומען פון שאפע זייער אלטער מיטל וואס רופט זיך טעראר.
היינט קומט די נייעס אז זיי האבן אפגעזאגט א מלמד הרב ה.ט. פון זיין פאסטן, פארן חטא פון גיין צו א משפחה חתונה אין עטרת מאיר צבי.
נשלח ב-20/6/2011 03:47
נעבעך... איך הייב אן טראכטן אז דעם דזשיגאן'ס אייניקל (וואלאווע) איז נישט ארויסגעווארן געווארן אויך פאר דעם סיבה......
נשלח ב-20/6/2011 18:40
ווער זענען געווען די מסדרי קידושין די לעצטע וואך דארט?
נשלח ב-20/6/2011 20:00
שששש.. סוד גדול: היינט נאכט גייט זיין דער טריפה'נער האל ליידיג און טינקל, און א גרויסער הייסער בני יואל מאכט חתונה אין מאנסי, ווייסט איינער פארוואס?