בית פורומים אידישע געדאנק

ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2011 05:02 לינק ישיר 

משה'לע דעם זאל איז ענק נישט געלונגען צו פארדרייען, אבער יא עס איז דיר געלונגען צי פארדרייען דעם אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 07:30 לינק ישיר 

משהלע כתב:
האב איך דיר מסביר געווען אז ס'איז נישטא קיין איסור פון דברי יואל אז מען טאר נישט חתונה מאכן אין דעם דאזיגן זאל, ווילסט וויסן פארוואס? וועל איך דיר מסביר זיין ווי פאר א שערי חמלה פאציענט, ווען דער רבי זי''ע איז געווארן נפטר איז נאכנישט געווען דער האל, אבער עס עקזעסטירט א פסק פון הייליגן דברי יואל אז א סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא איז פסול, (אויב ווילסטו דעם בריעף, בעט, און איך וועל דאס ארויף לייגן), פונקט ווי עס איז נישטא קיין איסור פון רבי'ן זי''ע צו גראבן אין אשקלון און אין יפו, איז נישטא קיין פסק אויף דעם האל ספעסיפיק,
‎​
 
אה פיין! דאס האב איך טאקע געוואלט הערן. ווייל פון דיינע ווערטער האט מיר עפעס אויסגעקוקט ווי עס איז יא דא א ספעציפישער איסור פון רבי'ן ז"ל אויף דעם זאל, דעריבער האב איך געוואלט טאקע הערן צי ס'אמת, ווייל אויב יא בין איך דא געוואויר געווארן א דבר חדש. זאגסטו אבער אז דו רעדסט לגבי דעם בריוו פון רבי'ן ז"ל וועגן סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא. פיין. אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן אז ס'דא צוויי בריוון פונעם ברך משה וואו ער שרייבט קלאר אז בתור מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל גיבט ער רשות פאר זיין זון ר' זלמן לייב צו מסדר קידושין זיין אין די שטאט, ממילא איז קיין רשות פראבלעם נישט פארהאן. איז אפשר בוסטו מיר יעצט מסביר וואספארא איסור ס'דא פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו א שמחה אין דעם זאל, און דערנאך וועל איך דיר ברענגן - ווי פון פריער אפגעשמוסט - א איסור פון רבי'ן צו דאווענען אין הופפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 18:42 לינק ישיר 

אלל רייט!!! מיר האלטן אויף א וועג, שמואל יונה פארשטייט שוין אז מיר רעדן פון א פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע ווי ער שרייבט בכלליות אז א סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא איז פסול, און אין דעם זעלבן פסק שרייבט ער גאר שארפע לשונות אויף די משתתפים, יעצט וויל דער שמואל יונה אפווענדן דעם גאנצן פסק מיט עפעס א פאברעצירטן בריעף  פון ברך משה אין די צייטן ווען ער האט שוין נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, ער האט פאר דעם שרייבער פון די שורות געזאגט אמאל אז ער דאווענט כמעט יעדן טאג אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל, בו  בזמן וואס ער איז שוין נישט דארט געווען אריבער צוויי יאר, און מיט דעם וויל ער מבטל זיין א קלארן פסק פון הייליגן דברי יואל, און למען האמת, שמואל יונה איז בארעכטיגט צו טראכטן וואס ער וויל, און עס איז מעגליך אז אויף יענע וועלט ווען ער וועט ענטפערן אויף די פראגע היתכן ביסט געגאנגען אדער גאר חתונה געמאכט אין א האל בניגוד פון פסק פון הייליגן דברי יואל, וועט ער ענטפערן אז ער האט א בריעף פון ברך משה, און מעיבי וועט מען דאס אנעמען, אבער איז דען נישט רבי געציל שליט''א וואס דער רבי זי''ע האט עם ממנה געווען צו זיין דיין ומורה הוראה אין זיין שטעטל בארעכטיגט צו האלטן אנדערשט? איז ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן בארעכטיגט אנצונעמען דעם פסק פון דברי יואל כפי דעת רבי געציל שליט''א? אתמהה!!!.

אגב, צו וואס ברויכסטו דעם נארישן געפעלטשטן בריעף פון ברך משה זי''ע, קענסט סתם זאגן אז דער פסק פון דברי יואל האט שוין עקספייערט פונקט ווי דער איסור אויף די בני יואל פון הייליגן ברך משה און פון בית הגדול שבירושלים, וואס האט אוטומאטיש עקספייערט, און פונקט ווי דער איסור פון ויואל משה צו גיין אין בית המשפט הציוני האט עקספייערט האט אויך דער איסור פון נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא עקספייערט, 

והשתא דאתינא להכא, לאמיר זען א איסור פון דברי יואל אדער פון סיי וועם צו דאווענען אין הופפער, סיי א עקזעסטירענדער איסור, און אפילו א עקספייערט איסור, אדרבה לאמיר זען, פארוואס מיכל שלעזינגער האט זיך נישט משתתף געווען ביי די שמחה פון זיין אייניקל ווייל עס איז געווען אין הופפער,    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 21:14 לינק ישיר 

משהלע כתב:
............... ווי דער איסור אויף די בני יואל פון הייליגן ברך משה און פון בית הגדול שבירושלים, וואס האט אוטומאטיש עקספייערט, ...............


סאיז אינטעראסאנט ווי דער זאגט עס איבער מיטן גאנצן ברען אפשר זעסטו ווי בי"ד אסר'ט בני יואל די זעסט סיי ווי די ווארט בני יואל אדער אז מטאר נישט עפענען נאך מוסדות אין ק"י?!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 21:37 לינק ישיר 

וואס זאל איך טון אז KJ קען נישט קיין לשון הקודש און פארשטייט נישט וואס עס מיינט "וכל שכן  שחלילה לסייע באיזה אופן שהוא לכל מוסד או מפעל שנותן יד במשרין או בעקיפין להחליש או להרוס את מוסדות הקדושים" אדער וועט ער קומען מיט א פשעטיל ווי זיין פארגייער שמואל יונה און פרעגן מיט תם אוואטע פארגלייזטע אויגן "ווי שטייט אז בני יואל איז אסור" און איך וועל עם פרעגן די זעלבע פראגע, ווי שטייט אז מען טאר נישט טראגן מיטן עירוב אויף בעדפארד עוועניו?, פערדישקייט האט אויך א גרעניץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:05 לינק ישיר 

איך האף אז די בוסט געניג קליג פאר דיר אליין צי וויסען אז די האסט מיר נאך נישט גענפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:19 לינק ישיר 

ר' געציל איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, (האב איך אבער נאך אויך נישט געזען קיין בריוו פון ר' געציל מיט א איסור השתתפות אין דעם זאל), און דער בי"ד פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איז בארעכטיגט אנצונעמען דעם פסק פון מרן בעל ברך משה ז"ל אז ר' זלמן לייב האט די פולע רעכטן צו מסדר קידושין זיין. זע איך נאך אלץ נישט דעם איסור פון רבי'ן ז"ל צו גיין צו א שמחה אין דעם זאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:22 לינק ישיר 

משהלע מיש נישט אריין קיין עירוב, ווי שטייט דא אז בני יואל מוסדות זענען אסור?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:03 לינק ישיר 

אבער בלייבט נאך אלץ שווער די קשיא, פארוואס איז מעכיל שלעזינגער נישט געגאנגען צו די שמחה פון זיין אייניקל? ווען אפילו די לישקע רבנים האבן דאס נישט געאסרט?,   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:18 לינק ישיר 

אה יעצט הייבסטו אן רעדן ווי א מענטש. מיר זענען שוין צוגעקומען צו די מסקנא אז נישט אויף עטרת מאיר צבי און נישט אויף הופפער שול איז דא א איסור אריינצוגיין, נאר פארוואס דען האבן די זיידע'ס ווי ר' מיכל שלעזינגער, אפרים שמואל פעלדמאן און חיים שטערן באשלאסן נישט אריינצוגיין אהין? איז דער תירוץ ווייל זייער געפיל לאזט זיי נישט. נו, אויף געפילן קענסטו נישט פרעגן קיין קשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 00:41 לינק ישיר 

שמואל יונה'לע מיר האבן דאך שוין מסכים געווען אז לויט די אהרונים איז דא א קלארער פסק פון הייליגן דברי יואל וואס אסר'ט דעם זאל און זיך דארט משתתף זיין ביי שמחות, דו האלסט אז ס'איז נישט אסור מאיזה תירוץ שיהי', און די אהרונים האלטן אז יא, נו, איז דאך נאר רעכט אז ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן וואס האבן יא אנגענומען דעם איסור, האבן זיך טאקע וועגן דעם נישט משתתף געווען ווייל לויט זיי איז עס אסור בתכלית האיסור, אבער אין הופפער איז לויט קיינעם נישטא קיין איסור, נישט פון דעם דיין פריעדמאן, נישט פון שארמאשער, נישט פון גאלד, נישט פון די לישקע, און נישט פונעם גז''ל, נו, פארוואס איז מעכל שלעזינגער נישט געקומען צו זיין אייניקלס שמחה, איז ער א גרעסערער מהדר און מחמיר פון ר' יושע לעפקאוויטש, צו ר' שמעי' ראזנער?, אדער איז ער סתם אזוי קלוגער פון זיי?, וואס איז דער טעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 01:07 לינק ישיר 

משהלע נאכאמאל, מעכיל האט מורא געהאט אז דו וועסט איהם טעריזירן, כדרככם בקודש ...
סוף כל סוף איז ער מער עקטיוו אין די זאלי פארטיי, ווי דעי אנדערע, האט ער ״ליידער״ גענוג וואס מורא צו האבן פון די רוצחים אין הופפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 01:28 לינק ישיר 

ערגער פון ישראל שמעי' ראזנער? וואס האט געקלאגט די אהרונים אין קארט, איז מעכל ערגער פון עם? בכלל, האט שוין עמעצער אמאל געכאפט שלעק אין הופפער? און פארוואס דווקא אין הופפער האט ער מורא? קען מען עם נישט כאפן אויף די גאס און אן בא-מקל'ן? אויב פילט ער אז ער דעזערווט שלעק, דארף ער זיך באהאלטן און זיך בכלל נישט דרייען אויף די גאס, עפעס שטומט עס נישט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 01:37 לינק ישיר 

משהלע,
מעכל איז מער א געבויגענער ווי שמעי׳,
און אין הכי נמי ער ציטערט צו גיין אויף די גאס אזוי ווי הונדערטער אנדערע ציטערן פון ענק, נאר מען האט נישט קיין ברירה,
אבער אריינגיין אין לייבן גרוב, דאס פעהלט איהם זיכער נישט אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2011 01:51 לינק ישיר 

משהלע,
חוץ מזה, וואס ר׳ מעכל האט באקומען פאר יענעם שבת אן אנאנימע ווארענונג נישט צו וואגען אריינצוטרעטן אין הופפער.  

און דאס זעלבע ווארענונג האט שמעי׳ באקומען, נאר ער איז נישט אזא פחדן, ער קען זיך אליין פארטיידיגן. עע״ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.