בית פורומים כל העולם כולו

לכבוד די חשב'ע רעדאקציע פון די בלאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2011 21:38 לינק ישיר 
לכבוד די חשב'ע רעדאקציע פון די בלאט


אחדשה"ט באה"ר

די וואך איז אריינגעפאלן א בריוו און "דער בלאט" {דאכט זיך מיר אז עס איז די ערשטע בריוו דארט}, וואס האט נישט באלאנגט אינעם בלאט, עס איז מיר א וואנדער אז די בריוו איז אריינגעשטעלט געווארען און די רעדאקטער האט נישט באמערקט די טעותים

בנוגע דער בריוו, איז דא דריי וועגען וואס עס קען מיינען:

1}אדער מאכט דער שרייבער א טעות, און מיינט צוזאגען עפעס אנדערש
2}אדער וויל דער שרייבער חוזק מאכען פון די פרומע ווייבליך, וואס גייען מיט א פרומע לבוש
3}אדער וויל דער שרייבער חוזק מאכען פון  "דער בלאט" מיען אריינשיקען אזא ברייוו

עס פאסט נישט אזא טעות, עס האט געמאכט אומבאקוועם טייל פרומע ווייבליך, מאכענדיג א לצנות פון די לבוש, אויף א אויפן וואס עקזעקסטירט נישט און עס איז בכלל נישט בנמצא

ביטע בעסער אכטונג געבן נעקסט טיים,


++

דיסקלעמעיר: ביטע נישט אויסניצען די אשכול זיך אפצורעכענענן מיט דער בלאט, אדער עס בארעדן אויף סיי וועלכע אופן, די אשכול איז נישט קיין רעפערונדעם איבער די "דער בלאט" איך האט געענפענט די אשכול להערה נאר אויף די אישו, טעותים קענענן אייביג געשען און עס איז מותר מעורר צו זיין דערויף, און מן הסתם וועט זיין א אנטשלדיגט נעקסטע וואך און דער בלאט ווי נאר זיי וועלן זיך כאפן אויף די טעות, אבער אויף קיין שום פאל האב איך נישט קיין אינטערעסע צו בארעדן יחידים אדער ארגענאזאציעס,  איך וויל נישט אז דורוך מיר זאל מען עס טיען,   , איר זענט פריי פון מגיב זיין אויף די אשכול, און פאל איר פילט אז איר קענט נישט טיען ע"פ תורה,







 



תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 21:46:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:08 לינק ישיר 

4

} העוו האופ האט נישט גוט פארשטאנען דעם בריוו.

דער בריוו שרייבער ברענגט זייער גוט ארויס דעם פונקט, אז ס'האבן זיך אריינגעכאפט מאדעס אויך צווישן די שפיצלעך. לדוגמא, שרייעדיגע קאלירן א.ד.ג. וועלכע איז פונקט דאס פארקערטע פונעם ציהל פון די פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן געהייסן אויסטוהן דעם שייטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:26 לינק ישיר 

העוו האופ
איך קויף כמעט נישט דער בלאט, אבער אויב איז די סיטואציע אזוי ווי דייקן זאגט, איז עס גאר א ערנסט ענין

אפשר סקענסטו דעם בריוו ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:32 לינק ישיר 


דייקן, דאס וואס דו שרייבסט, בערך דאס איז געשטאנענן און דער בלאט,

דייקן, עס איז נישט במציאות אזא זאך, פינטל!!  א שפיצל איז אייביג  די האר קאליר פינעם מענטש, און מען מאכט נישט קיין רויטע/בלויע/פינקע/געלע/גרינע/פורפיל/ווייסע/ שפיצל, עס איז נישט דא, עס עקזעסטירט נישט!!

און נאכאמאל, עס איז אדער ליצנות פינעם לבוש, אדער ליצנות פינעם בלאט







תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 22:35:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:39 לינק ישיר 

העוו האופ, מעגליך אז די ווייסט נישט וויאזוי א שפיצל קוקט אויס, מ'רעדט דא פונעם קאליר פונעם טיכל.

פונקט ווי די פארשטייסט אז אין קליידער איז דא אזא מושג ווי שרייעדיגע קאלירן, דאס זעלבע איז ביי די שפיצלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:47 לינק ישיר 


אקעי, עס הייבט זיך אן, מען רעדט נישט פינעם שפיצל, נאר מען רעדט פינעם טיכל?!

זאג, דו רעדסט אינעם נאמעם פינעם בלאט? אויב יא וויל איך דיר פרעגן אפאר שאלות איבער די בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:55 לינק ישיר 

די קוקסט מיר נישט אויס צו זיין אזא שוטה און נישט פארשטיין אז ווען מ'רעדט פונעם שפיצל איז מסתבר אז חוץ פון די האר איז דא נאך א חלק ניכר.

צום ענין, דאס בריוו'ל אינעם בלאט -צו ס'האט יא געדארפט שטיין צו נישט- ברענגט ארויס א שטארקן פונקט בונגע דעם שפיצל, אז ס'זענען דא פרויען וועלכע פארוואנדלען דאס אין א פרישע מאדע, אקוראט דאס פארקערטע פון איר ציהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:05 לינק ישיר 


דאס טיכל, איז נישט א חלק פינעם שפיצל, פינקט ווי עס איז דא גאר גאר אסאך פרויען וואס גייען מיט א שפיצל און א העט דערויף, נישט מיט קיין טיכל, עס איז לגמרי צוויי עקסטערע זאכען, און עס האט נישט קיין שייכות,

אסאך פרויען האבן זיך מיט מסירת נפש אנגעטיען שפיצליך עטליכע יאר צירוק ביי די שייטל פרשה, אבער זיי זענענן געבליבען מיטען העט,

אז עס קימט די סאטמערע צייטונג, וואס דארפן לכאורה זיין די פאן טרעגער פון די פרומע, און די סאטמערע צייטונג שטעלט אריין א בריוו קעגן טייל פרויען וואס גייען מיט שפיצליך, מיט א בלבול וואס איז פון פינגער אויסגעטראכט, ווייל ווי געשריבען איז במציאות נישט שייך קיין אומאויסגעהאלטענע שפיצל, איז עס א שטיקל פראסק פאר די מסירת נפש פרויען, וואס זיי זענענן אויך נישט קיין מלאכים, עס פארלאנגט זיך א וואך שפעטער א אנטשולידגט פינעם צייטונג, פלאס צוויי וואכען א עקסטערע קאלום מיט די מעלות פון די וואס גייען יא מיט א שפיצל,
 








תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 23:09:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:10 לינק ישיר 



ליידער ליידער זענען זיי גערכט.

דער יצר הרע פראבירט ווי ער קען, און די לעצטע יאר איז נפרץ געווארן די מושג שפיצלעך וואס איז ברוין וכדומה, וואס איז קלאר נגד דעם שיטה פון הייגילען דברי חיים, וואס שרייבט קלאר אז א שפיצל איז אסור.
נאר אויב ס'איז ארום גענומען מיט א שטיקל משי, וואס קוק נישט אויס ווי האר, ברוין איז נישט משי.

והשם הטוב יכפר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:16 לינק ישיר 

ערקלער ביטע דיין טענה,

מעגליך אז די האסט נישט גוט פארשטאנען דעם בריוו, דיין ווערט דיין טענה פארוואנדלט אין א בקשה צום בלאט, אז זיי זאלן בעסער מגיה זיין די בריוון, ווייל די האסט נישט גוט פארשטאנען וואס דער בריוו שרייבער וויל ארויסברענגען.

אויב איז דיין טענה אז ס'איז נישט דא א מושג ווי שרייעדיגע קאלירן אין א שפיצל, האב איך דיר פריער ערקלערט אז ס'זענען יא דא. און דאס האט דער בריוו שרייבער -מיט רעכט- ארויסגעברענגט אין זיין בריוו.

אויב אזוי, ווערט קיין שום פרוי וועלכע טראגט מיט שטאלץ אן אויסגעהאלטענעם שפיצן בכלל נישט פארשעמט ווען זי ליינט דעם בריוו, ווייל זי פארשטייט אז די בריוו איז געוואנדן צו די פרויען וועלכע פרובירן אריינצוברענגען מאדע'ס אינעם שפיצל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:19 לינק ישיר 




הולץ לבג"ץ האט געשריבען:

ליידער ליידער זענען זיי גערכט. דער יצר הרע פראבירט ווי ער קען, און די לעצטע יאר איז נפרץ געווארן די מושג שפיצלעך וואס איז ברוין וכדומה, וואס איז קלאר נגד דעם שיטה פון הייגילען דברי חיים, וואס שרייבט קלאר אז א שפיצל איז אסור. נאר אויב ס'איז ארום גענומען מיט א שטיקל משי, וואס קוק נישט אויס ווי האר, ברוין איז נישט משי.



די מישט אויס צוויי זאכען, דער דברי חיים זי"ע האט גארנישט מיט קיין קאליר!

דער דברי חיים זי"ע האלט אז מען דארף גיין מיט זיידען, עס מעג זיין סיי וועלכע קאליר! די שפיצל וואס איז מותר לויטען דברי חיים, דאס הייסט א אומגעדריוועלטע שפיצל, וואס דאס מיינט אז עס האט נישט קיין פעדעמער, לויטען בעל דברי יואל זי"ע, איז נאר דאס מותר, {גאר ווייניג פרויען גייען נאך היינט מיט אזא שפיצל}

ווי ווייט איך ווייס, איז קאליר ברוין, נישט קיין אויפאלענעדע קאליר, און פרויען וואס האבן מער א ליכטיגע קאליר האר, ניצען די קאליר ברוין,  חס מלהזכיר אז עס זאל זיין עפעס א פראבלעם דערמיט מער ווי שווארטץ







תוקן על ידי have_hope ב- 19/06/2011 23:26:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:21 לינק ישיר 


דייקן,

עס וואלט געווען געאייגענט אז ווען דו ענפערסט צירוק, זאלסטע כאטש קודם ליינען און זען וואס דער אנדערער האט געשריבען, און אויף דעם זיך באציען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:28 לינק ישיר 

ווען איך האב געשריבן מיין תגובה, האב איך נישט באמערקט אז איינער האט צוגעשריבן. מיט אנטשולדיגונג.

העוו האופ, לאמיר גיין צושטייטלעך מיט דיר, אפשר אזוי וועלן מיר קלאר ארויסהאבן דעם בילד. 
די פארשטייסט אז ווען די טיכל פונעם שפיצל איז לדוגמא אינגאנצן רויט, איז דאס שרייעדיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:35 לינק ישיר 

מר' העוו האופ ני"ו
דער קאלום פון פענע צום בלאט איז גאר שטארק געאייגענט פאר דעם דיסקאשען,............. און איך קלער אז דארט וועט דער שמועס אויך פארן אין א בעסערן ריכטונג..............

אויב אבער האט איר אנדערע כוונות................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2011 23:44 לינק ישיר 

העוו האופ כמיין אז איעדער פארשטייט אין מדראף קיינעם נישט מסביר זיין אז מרעדט פין די טיכל פינעם שפיצל ,וואס ביי דעם איז שוין איינמאל דא מאדעס אין עס איז אבסעלוטלי דא שרייעדיגע קאלירן 

חוץ אז די ביסט דא סתם משוגע מאכן דעם ציבור
  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2011 23:48 לינק ישיר 

איך וואלט געזאגט אז עס איז נישט אינגאנצן אזו,י מקען הערן אז איינער זאל נישט האבן פארשטאנען,
אבער געכאפט דער טעות און פארטיג וואסע די טענה'ריי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לכבוד די חשב'ע רעדאקציע פון די בלאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext