בית פורומים כל העולם כולו

בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2011 22:26 לינק ישיר 
בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים



פאר 5 יאר צוריק האט די אידישע וועלט און די הולכים בשיטה הק' בפרט, חסידי סאטמאר און נקי' עדת ירושלים, געווען פארמישט אין א ביטערע מערכה קעגען א איד מיטן נאמען ישראל אהרן קלעצקין דער בעה"ב פון א דרוקעריי אין ירושלים מיטן נאמען "דפוס ישר" וואס האט געמאסערט אסאך ערליכע אידן וואס האבן געהאנגן צעטלעך אין ירושלים.

פאר די וואס געדענקן נאך די מערכה, איז אופגענומען געווארן מיט שאק (אדער אפשר גאר נישט), אז מהרז"ל איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין טאכטער דעם לעצטען דאנערשטאג אין בארא פארק.

דער איד וואס האט געמאסערט און ארעסטירט עטליכע פון די גרויסע לוחמים מלחמות ה' בארה"ק.
דער באקומט חיזוק פון זיינס א גלייכן מהרז"ל וואס איז געגאנגען אין בג"ץ הציוני.

די שאק איז גאר שטארק געווארן ווען מוצאי שב"ק ביים שבע ברכות פון ירושלימער רב'ס אייניקעל
איז דער מסור אנגעקומען מיט א בקשה משמח זיין דעם חתן, מיט א מטרה זיך צו מטהר זיין.
ירושלימער רב וואס איז געווען שטארק פארמישט אין די מערכה האט עם גלייך אפגעזאגט.
האט זיך דער מסור אנגערופן "ביסטו בעסער פון סאטמאר רבי'ן וואס איז געווען ביי מיר דער מסדר קידושין"
אפאר אייניקלעך פון ירושלימער רב וואס האבן דאס געזען האבן עם ארויס געטראגן פון זאל מיט ביזיונת.

אבער די קשיא בלייבט שטיין, מהרז"ל שעמסטו זיך נישט בריש גלי' צו מחזק זיין אזא מסור?
האסטו פארגעסן ווען די אליינס האסט מיט די לישקע געשריבן א בריוו קעגען דעם פארשוין?

להיכן היגענו??????????

איך האב נישט די בריוו פון זיין לישקע קעגען דעם קלעצקין, וויל איך בעטען ווער ס'האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:38 לינק ישיר 
דער שארפער בריוו פון בי"ד הגדול שבירושלים קעגען דעם מסור וואס מהרז"ל איז געגאנגען שטיצען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 22:51 לינק ישיר 

די גאמצע וועזן אין באשטאנד פין ד זאלי'ס איז הפקירות אין עיקרות התורה ווען זיי שמעקט

ס'איז נישט דא קיין תורה קיין שבת קיין באשעפער גארנישט איז פאר זיי אפהאלט

מסירה רציחה חילול השם חילול שבת ויום טוב אלעס איז מןתר ווען זיי שמעקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2011 23:21 לינק ישיר 

אביסל זכרונות פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן יענעט טעג

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 01:11 לינק ישיר 

איז דא א בילד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 01:29 לינק ישיר 

זיין צביאות איז נישט קיין חידוש, אויב איינער האט געהאט ספק איז ער קלאר געווארען וועט ער אריינגעטראגען א קאלגע אין ציוניסטישע בג''ץ
עס איז נאר כדי צו באמערקן די בלינדקייט פין זיינע קעלבער
אין פאר זיינע קעלבער שרייט ער איך בין די גרעסטע קנאי......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 06:09 לינק ישיר 


דער שקרן90 אויף בחדרי שרייבט קלאר אז ס'איז אמת, נאר די תירוץ איז אז דער בלאט האט נישט געשריבן וועגן דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 16:33 לינק ישיר 

oאטמארער כתב:
איז דא א בילד?

דא איז געווען א קליפ, אבער מ'האט דאס שוין אראפ גענומען
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2899886&forum_id=771

תוקן על ידי צאן_ברזל ב- 22/06/2011 16:34:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 04:16 לינק ישיר 

יעצט געקוקט דעם קליפ מען זעט נישט מהרז"ל מסאטמאר דארט

האט איינער א בילד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 07:00 לינק ישיר 

U forgot that rz"l is very strong against pictures and his chasidim promised to enforce it



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 17:59 לינק ישיר 

עס וואלט כדאי געווען ווען מען קען אפירברענגען דעם בריוו פון מהרז"ל אליינס [ובית דינו גבוה לצדק] ביי די קלעצקין פרשה, צו באגרייפן וואס היפאקריט איז טייטש.

ער האט געשריבן לשונות וואס א ערנסטער רב וואלט אין קיין פאל נישט געשריבן אויף אזא פרשה, און דער בריוו אליינס איז שוין א באווייז אויף די פאלשקייט און נישט אויסגעהאלטנקייט פון די וועלכע שפילן קנאים, און באנוצן זיך דערביי מיט זייער אינערליכע רשעות שלא עפ"י תורה.

אבער וואס דא האט יעצט פאסירט איז דאך ממש א הימל געשריי!

ווער קען דאס מסביר זיין? דער לץ אליינס שרייבט אויף א מענטש די ארגסטע לשונות, און ער שרייבט דארט אז מען מוז דעם מענטש מרחק זיין פון כלל ישראל, און דא פאר אפאר דאלער און אביסל כבוד אדער וואס, ווען יענער רופט אים מסדר קידושין זיין קומט ער צו גיין מיטן פולסטן פראכט?

ילמדינו רבינו. ווער האט א הסבר דערויף? עולם השקר איז זייער שוואך געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2011 19:44 לינק ישיר 
די אנדערע זייט פון די מטבע


זעענדיג וויאזוי פאליטיק שפילט ליידער היינט א ראלע און כמעט א יעדע זאך, אזאש אז מען איז גרייט צו באשולדיגען אידן און עס חמץ און בפסח רח"ל ציליב פאליטיק, אא"וו און אר"י איז ליידער די מצב נישט ציפיל בעסער, ווייל א פאר חברה האבן זיך בכח הזורע משלט געווען אויך די רבנים ליידער, כידוע

שטעלט זיך א פראגע, איז די גאנצע קאמפיין קעגען קלעצקין געווען אויסגעהאלטן??
איז עס געווען א קאמפיין נוסח אתרא קדישא? אדער קלעצקין האט באמת עפעס שלעכט געטיען?!!

איך בין נישט אינטערסירט דא אויסצושמיעסן די עוולה'ס פון קלעצקין, עס איז דא חרם דרבינו גרשום צו דערמאנענן פאר א איד זיינע אלטע חטאים, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה, אז מען דארף נישט ווערט איבערגענימען אויף קיין שום זייט, ביז מען ווייסט נישט די פינקטליכע פרטים, און די רשעים וואס האבן זיך משתלט געווען אויף די עדה, און צווינגען זיי אריין און פארשידענע מערכות שלא ביושר, זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון פאר עלבון ובזוין תלמידי חכמים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 19:54 לינק ישיר 

איינער קען ברענגן דעם בילד ווי דער גאב"ד ווארפט ארויס קלצקין פון די שבע ברכות וואס סאטמארבילד איז געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 22:07 לינק ישיר 

אט איז דער דעמאלסדיגער בריוו פון הגז"ל:

(גענומען פון בחדרי פארום)




...להרחיקם מכל גבולי ישראל!!!


נאכאמאל: ווער קען מיר מסביר זיין וויאזוי מען קען איין טאג שרייבן אזא בריוו און אביסל שפעטער אננעמען א סידור קידושין ביי דעם זעלבן מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2011 22:17 לינק ישיר 


איך ווער נישט נתפעל פון פיוובארא'ס קשיא, נאכדעם וואס הגזל"ן האט געטאנצן און מכבד געווען די אהבה מוסתרת  גרופע, ובראשם המסור והמלשין הידוע, אזוי אויך האט ער מספיד געווען שמעון ווייס ע"ה

קיינער האט נישט אזוי מצער געווען זיין טאטע ווי יענע גרופע, די ערגעסטע לשונות איז געשריבען געווארען דורוך אלע גדולי ישראל זי"ע קעגן יענע גרופע, און עכ"ז טאנצט ער מיט זיי קדוש,

אויב אהבה מוסתרת איז א פאקט און זיי זענענן מותר לבוא בקהל, זע איך נישט פארוואס קלעצקין זאל זיין א פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 23:19 לינק ישיר 

יא! מר האפ
דא לאכט מען!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בושה וחרפה: מהרז"ל פייפט אן ירושלימער רב און אלע קנאים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext