|
|
| נשלח ב-26/6/2011 05:24 |
|
| |
היפאקראטיע ארויף, היפאקראטיע אראפ. נישט ווייל איינער איז דא בכלל אינטערעסירט צי וויסן דעם אמת, אבער אפשר גיט מיר איינער א לאגישער הסבר פארוואס ישראל אהרון קלעצקין האט גערופן זיין "דם שונא", דער וואס האט מיט אים געפירט מערכות און אדאנק דעם האט ער געדארפט פארלאזן ירושלים, צו א חתונה פון זיינס א קינד?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 00:54 |
|
| |
אוי האסטו געפרעגט א מעכטיגע קשיא......
קלצקין וויל דאך ווייזן אז די וואס האבען אינטערגעשריבן קעגן אים זענען היפאקריטן אדער אין בעסטן פאל האבען זיי עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי זיי שרייבן והא ראי' זיי קומען טאנצען מיט אים
אין פאר די זעלבע סיבה האט ער אריינגלייגט די בילדער אין כל העולם כולו ער וויל ווייזן אז די גאנצע חרם קעגן אים האט א פנים ווי אלע זאלי חרמות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 01:01 |
|
| |
צו שטייטעלעך. הייסט עס אז קלצקין האט געבעטן ר' זלמן לייב ער זאל קומען, כדאי ער זאל קענען ווייזן פאר די וועלט וואספארא היפאקריט ער איז?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 01:15 |
|
| |
אלא מאי.....
ער שרייבט אינטער קעגן איינעם מיט די שארפעסטע לשונות נאכדעם טאנצט ער אויף זיין חתונה
איך וואלט דיך ענדערש געראטן זאלסט לאזען די אשכול אראפגיין וויי איידער זאלסט ווייזן דיינע נערישע ספינס צו פארענטפרן דיין קעלבלע
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 01:26 |
|
| |
דערווייל בוסטו דער ספינער דא. איך האב נאך אלץ נישט קיין תירוץ פארוואס קלעצקין זאל רופן א איד וואס האט מיט אים געפירט א מערכה צו זיין קינד'ס חתונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 01:59 |
|
| |
א ספינער איז דער וואס האט עס געלייקענט
אין כדי צו פארדרייען די שמועסט שרייבט ער א תגובה וואס דארף זיין א קשיא אין איז אבער קיינעם נישט שווער
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:01 |
|
| |
ווער האט געלייקענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:37 |
|
| |
פאר ווער ס'קען אביסל דעם לץ קלעצקין, און איך קען עם זייער גוט, זיין כח איז ליצנות
ער איז געגאנגען צו מהרז"ל רופן אויף סידור קידושין איז ער געזעצן ביי עם א האלבע שעה, און נאכדעם געמאכט גוטע בילדער פון די סידור קידושין און באצאלט אסאך געלט פאר די צייטונגען,
דאס איז זיין כח ליצנות, ער האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט אז דער וואס האט קעגן עם אונטער געשריבן איז א היפאקריט, אדער האט ער גארנישט געוויסט וואס ער שרייבט אונטער, און די גאנצע מערכה קעגען עם האבן געפירט אפאר קינדער ובראשם שקרן90 אבער די רבנים האבן נישט געוויסט פון גארנישט.
דאס איז געווען זיין מטרה מיטן עם רופן מסדר קידושין זיין, און אויך די סיבה פון גיין צום גאב"ד רעדן ביים שבע ברכות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:52 |
|
| |
ווער איז געווענדליך מכבד מיט סידור קידושין, חתן'ס זייט אדער כלה'ס זייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 05:45 |
|
| |
בדרך כלל ביי אונז חסידישע אידן חתנ'ס זייט און אויך פילע מאל כלה'ס זייט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 06:38 |
|
| |
יעצט וועל איך דיר דערציילן. דער חתן דינן ליפא לעפקאוויטש איז א יתום, און ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט סידור קידושין, היות דער רבי פלעגט אים כסדר מקרב זיין, און ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביים רבי'ן אין שטוב. אזוי אויך איז דער רבי געווען שטארק פארמישט אינעם שידוך.
נאך עפעס איז דיר שווער אויפן הארץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 07:53 |
|
| |
הייסט דיין רעבע האט פאר געטריישאפט משדך געווען זיין יתום מיט אינעם וואס ער האלט אז יענער איז א מסור? מאכסט נאר שווערער די קשיא.....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 07:55 |
|
| |
עניוועי דיין פאני תירוץ וואס האט גענומען א וואך צייט פארענטפרט גארנישט און אויב עפעס מאכט עס נאר שווערער, טריי עפעס אנדערש.....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 08:45 |
|
| |
הדברים ידועים לכל, און קיינער איז נישט מחויב דיר צו ענטפערן ווען לויט דיין שמאלן שכל דרייט זיך די גאנצע וועלט ארום היידפארק, און אז דו וועסט שריייבן אז ר' זלמן לייב איז א היפאקריט, ווערט נאכנישט ר' זלמן לייב א היפאקריט. איך האב נאר דירעקט אויסגעצויגן דעם געים עד הסוף, צו ווייזן וויאזוי ס'ספינט זיך ענקערע מעשיות און געבעקסן.
קודם כל רייסט מען אראפ ר' זלמן לייב אז ער איז ערגער פון גאב"ד, דער גאב"ד האט אים ארויסגעווארפן פון א אייניקל'ס שמחה און דער קלעצקין האט פארגעהאלטן דעם גאב"ד אז ר' זלמן לייב איז יא געקומען צו אים. ווען דער ליגענט הייבט אן שווימען אויפן אויבערפלאך אז אזא שבע ברכות האט קיינמאל נישט פאסירט, נישט קיין מוצאי שבת, נישט ארויסגעווארפן, נישט אז מ'האט אים נישט גערופן, הייבט מען סתם אן פארפירן הלמאי ר' זלמן לייב איז געגאנגן צו קלצקין'ס שמחה.
איי דו ווייסט דאך אויך אז ר' זלמן לייב האט מיט אים געפירט א געפערליכע מערכה, און וואספארא אינטערעס זאל קלעצקין האבן אים צו רופן צו א שמחה?! אבער מ'פארקוקט דאס ווייל מ'רעדט זיך איין אז מיט דעם פאקט וועט ר' זלמן לייב ווערן אויס רבי מארגן.
איי דו ווייסט דאך אז סידור קידושין באלאנגט פארן צד החתן, און דו שרייסט אז דער צד הכלה האט גאר געגעבן סידור קידושין פאר ר' זלמן לייב?! אבער מ'ספינט ווייטער ווייל מ'מוז צייגן די קעלבער אז ר' זלמן לייב איז א שייגעץ (און פארגעסט נישט, דאס איז אלעס אין די צייט וואס מ'טראכט בכלל נישט פון דעם ר' זלמן לייב, מ'איז בלויז ביזי ווי שטארק, גרויס און מעכטיג ר' אהרן איז).
נאכן זען אז פון דרייען אין אלע ריכטונגען קומט מען נאכאלץ נישט אן צום ציהל, הייבט מען אן ספינען אז ר' זלמן לייב איז גאר געגאנגען ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים פאטאגרעפירן. איי דו ווייסט דאך אויך אז פון ר' זלמן לייב איז קיין בילדער נישט דא, און דאס וואס דער קלצקין איז גוט מיט לייבל פעפער און די אנדערע בעלי בתים פון בקהילה/העולם החרדי איז געווען די סיבה פארוואס די בילדער זענען אריינגעפארן דארט?! אבער מ'וועט דאס פארשווייגן, און ווייזן פאר די גאס אז ר' זלמן לייב איז דער עכטער פיקטשער רבי, בשעת ווען פון ר' אהרן איז דא בילדער יעדן איינציגסטן טאג פון מודה אני ביז נאך המפיל, אבער דאס איז גארנישט. א היפאקריט איז ר' זלמן לייב פארן אריינשיקן בילדער צום העולם החרדי וואו ער איז מסדר קידושין ביי דעם מסור קלעצקין, וואס מאכט חתונה א.. טאכטער.
יעצט שריי ווייטער ר' זלמן לייב היפאקריט, צבוע, מסור וכו', און נאך פערציג טעג ברציפות שרייען די נוסחאות איז ר' זלמן לייב אויס רבי. בדוק ומנוסה.
תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 08:46:54
 |
|
|
|
|
|