די ספר תורה ליגט ביי משה שמואל אינדערהיים, משה שמואל זאגט אז ער האט זיך געכאפט וואס די זאליס טוען מיט אים, זיי מיינען אז איך זייער נער האט ער געשריגען אין קליימער.
איעברהויפט זאגט משה שמואל אז ער האט אפגעמאכט אז ער נעמט דאס צו זיך אהיים, נאכדעם וואס ער האט געהערט אז ביי ר' זלמן לייב אינדערהיים רופט מען משה שמואל יחצאל, און מען קוילערט זיך פאר געלעכטער פון אים.
ר' זלמן לייב האט אריין געלייגט א נייע סעיף באזיך אין שטוב צו קענען האלטן די ספר תורה, משה שמואל האט זיך אויך אריין געלייגט א נייע סעיף, און די זאליס האבן נאך געהאט די חוצפה און געשיקט די ביל פונעם סעיף צו משה שמואל אז ער זאל עס באצאלען, משה שמואל האט געזאגט בלא, איך בין מער נישט די נער פון שטאט, און מיין נאמען איז מער נישט יחצאל.
כ"ק רבי לייבוש לייזער שליט"א האט געוואלט גיין זעהן די ספר תורה, אבער די זאליס האבן געלייגט פרעשר אז ער זאל נישט גיין צו משה שמואל עס זעהן, זיי האבן געזאגט פאר רבי לייבוש אז משה שמואל איז א גנב און ער האט עס גע'גנב'ט, איז רבי לייבוש נישט געגאנגען, און משה שמואל ברענט אויף די חוצפה פון די זאליס אויף וואס זיי האבן נישט געלאזט רבי לייבוש קומען צו אים אין שטוב.
 |
|
|