וואס איז ארגער???
איך בין געווען ביי א שבע ברכות וואס א גרויסער זאלי אנפירער האט די וואך געמאכט ווען ער חתונה געמאכט זיין זון, און אלץ א משפחה פון אבי הכלה בין אריין געגאנגען זאגן מזל טוב נישט קענענדיג זיין ביי די חתונה, דער אבי החתן איינער פון די גרעסטע זאלי שוויצערס האט נישט מסיח דעת געווען א סעקונדע פון אהרן טייטלבוים, "שוויתי אהרן לנגדי תמיד" ער האט געשאלטן אלע אהרונים מיט קללות נמרצות, און בין הדברים איז ער געווען שרעקליך אויפגעברויזט אז די פינסטערע אהרונים האבן אויסגעזאגט פאר איינעם געלבמאן פון בארא פארק אז זיין ווייב איז אוועק כדי ער זאל נישט קענען גיין צו די חתונה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען אין דער געאסר'טן זאל, האב איך עם א פרעג געטון, זאג נאר! וואס איז ארגער? זאגן פאר א איד אז ער דארף זיך אראפ זעצן שבעה נאך זיין ווייב און ביני לביני עם צוריק האלטן פון אריין גיין אין א געאסר'טן האל (לשיטת הארונים) אדער פאר א טאכטער חתונה מאכן אין א זאל וואס דער טאטע זאגט קלאר און דייטליך אז ער גייט נישט אריין גיין ווייל ער האלט אז עס איז דארט אסור אריין צו גיין?, נו! איר קענט אייך פארשטעלן, דער חצוף מחוצף איז געווארן רויט ווי א פאפריקא, און אנגעהויבן צו מאכן אויף מיר קולות וברקים מיט אזעלעכע מיני קללות אויפן חשבון פון ר' אפרים שמואל פעלדמאן און ר' חיים שטערן צוזאמען מיט רבי געציל בערקאוויטש שליט''א אז איך האב געכאפט מיין זעקל ביינער און אנטלאפן כל עוד נשמתי באפי.
 |
|
|