| נשלח ב-23/6/2011 19:13 |
|
| |
פ' קרח: 'שמוץ פון די וואך' אין "די צייטונג"
נאך וואס מען האט מיר אויפמערקזאם געמאכט איבער די ארטיקל פון ר' מנשה פילעפף די וואך אין "די צייטונג", האב איך דאס דורכגעליינט, און די מסקנא איז, אז יא, די שמוץ גייט אן, טראץ וואס ס'איז אביסל מילדער.
די פאריגע וואך איז עס געווען אין א נייעס ארטיקל, און באגלייט מיט נעמען, די וואך איז עס אן קיין נעמען, בלויז שקרים און פאנטאזירטע העצע קעגן די "ועד למנעית חילול קברי ישראל", ווי איך וואלט אנגערופן די באשרייבונג די וואך, 'שמוץ על טהרת הקודש'...
ר' מנשה שרייבט דארט אין "צייטונג" אינעם ארטיקל 'ורדו בכם שונאיכם' אז די אלע חילול קברי ישראל די לעצטע יאר צייט איז צו פארדאנקען דאס וואס די נתניהו רעגירונג באשטייט פון יהדות התורה, וואס זיי האבן געגרינדעט דעם ועד למניעת חילול קברי ישראל, כדי צו קענען גראבן קברים מיט א הכשר.
ווייטער שפינט דער לץ נאך א פשעטל אז די משרד הדתות פלעגט אמאל זיין אונטער די מזרחי, און דעריבער זענען אלע חרדישע פארטייען - אריינגערעכנט די אגודה - געווען פאראייניגט מיט די מערכה פון אתרא קדישא, נאר היות היינט איז דער משרד הדתות אונטער ש"ס, די ארטאדאקסישע ציונים, האט דאס גורם געווען אז די אגודה זאל אוועקשטיין פון די מערכה און דאס איז דער יעצטיגער סכנה, און... דערפאר גראבט מען יעצט קברים.
דער כח השקר אינאיינעם מיטן כח הדמיון זענען ממש אויסערגעווענליך.
מען נעמט א ועד פון ערליכע אידן, און מען שמורט זיי אן מיט א שטולנט קוגל פון אגודה, דגל, ש"ס, נתניהו, מזרחי, און פארטיג.. עולם גולם וועט האפנטליך גלייבן יעדעס ווארט, און דער ועד איז אטאמאטיש פסול.
וויל איך נאר דא פרעגן דעם לץ עטליכע פראגן אויף זיינע בנינים, און דערנאך איין פראגע פון ר' אברהם, בעה"ב פון צייטונג.
1) דו [ר' מנשה] שרייבסט אז די פרישע 'פראבלעמען' פון א"ק זענען צוליב די נתניהו רעגירונג מיט די 'אגודה' דערינען.
האט זיך טאקע די נתניהו רעגירונג געעפנט א האלב יאר צוריק? וואס איז געווען ביי די אשקלון מערכה? פארוואס דארט האבן יא די ראשי ישיבות זיך צוגעשטעלט, און פארוואס האט דעמאלס נישט פיגורירט דער ועד למניעת חילול ק"י? וואס האט יעצט פאסירט?
2) זענען די רבני העדה"ח אויך פארכאפט אין די אגודה\נתניהו רעגירונג? פארוואס קומען זיי נישט ארויס שוין פאר איבער א האלב יאר מיט א קול מחאה איבער די מערערע [מכלומרשטע] חילולי קברים איבערן לאנד? מען שטייט און מען גראבט אויס קברים פאר די נאז אין בי שמש, און אלע היימישע רבנים אין בית שמש זענען שא-שטיל?
מען פארופט א מחאה אין בית שמש מיט ריזיגע פלאקאטן און רמקולים, שרייבנדיג און שרייענדיג אז הג"ר נתן קופשיץ שליט"א (דומ"ץ העדה"ח בבית שמש) גייט אנקומען זיך אננעמען פאר די כבוד המתים, און למעשה קומען אן [בלויז] 200 אידן, און זיי קוקן זיך ציה צו א ליידיגער אויבן אן פון בלויז עטליכע תמימותדיגע ראשי כוללים וועלכע האבן נישט קיין השגה וואס עס טוט זיך אין די נושא, און הג"ר נתן קופשיץ שליט"א קומט נישט אן. ער איז נישטא. מה זאת?
ר' נתן איז אפשר אריבער צו די ש"ס פארטיי?
דער ראב"ד שליט"א זאגט פאר אלעמען אז אויב וויל מען מציל זיין קברי ישראל זאל מען זיך ווענדן "נאר" צום נייעם ועד, איז ער פון ש"ס אדער פון די אגודה? אדער אפשר מזרחי?
מ'שטיינס געזאגט, די ציונים האבן דא נעבעך פארכאפט אלע גדולי ישראל פונעם יהדות החרדית... שרעקליך!!
יצחק ווייס שרייבט פאר 5 וואכן צוריק אין בחדרי פארום'ס, אז עס גיט ארויסקומען א חרם חמור פון אלע גדולי ישראל אקעגן הרב יאקטער, צוליב זיין "מיטארבעט" מיט די רשות העתיקות. (כלומר, ער ארבעט מיט זיי אז זיי זאלן נישט טשעפענמען קברים...)
ווי עס שיינט האבן די ערווארטעטע גדולי ישראל נישט געוואלט אונטערשרייבן, און יצחק ווייס איז געבליבן מיט א צעטל אנע חתימות. צו זענען אלע גדולי ישראל אריין יעצט אין די נתניהו קאאליציע? צו כאפן זיי נישט אזא ציטער ווי ר' מנשה ווען היימישע אידן קראבן ל"ע קברים און מאכן חרוב אלע מערכות? וואס גייט דא פאר.
3) דו שרייבסט אז די אגודה איז געגרינדער געווארן דורך ש"ס וועלכע פירו די משרד הדתות, אינעם ועד הפעולה האטליין שרייט דער צאהלער לרפו"ש אז ער ווייסט קלאר אז משה גפני פון 'דגל' פירט עס, יצחק ווייס שרייבט אויף די אונטרענעט און אויף די פאשקעווילן אז אהרעלע יאקטער פירט עס. קענען מיר אפשר פארשטיין וויאזוי יעדער האט דא קראנטע אינפארמאציע, און קיין איינס שטימט נישט מיטן צווייטן?
4) אנהייב שרייבסטו אז די נייע פראבלעמען קומען צוליב וואס די אגודה איז אין די קאאליציע, שפעטער זאגסטו אז די נייע ועד איז געגרינדעט דורך ש"ס. צו קענסטו אין דיינע אייגענע ווערטער אויך נישט האלטן קאנטראל? ווער האט געעפנט די אגודה? ש"ס? נו וואו קומט פריער די אגודה אריין אין בילד? אפשר מיינט איר צו זאגן אז דאס איז א באזונדערע זאך אז די אגודה האט זיך אפגעטרייסלט פון אתרא קדישא? אויב אזוי, וויאזוי האט אלעס פאסירט אויפאיינמאל? איז עס געווען אפגעשמועסט?
====
דעם אמת דארף איך לכאורה נישט איבערחזרן, נאר כדי נישט צו ווערן צומישט נאכן ליינען די צומישטע פאנטאזיעס, וועל איך עס איבערחזרן אין קורצן:
די ועד למניעת איז געגרינדעט געווארן 20 יאר צוריק דורך הרב מיכה רוטשילד לרפו"ש, וועלכע האט בשעתו געהאט הפגנות פון אתרא קדישא טעראריסטן פאר דעם חטא, אבער ער האט דאס איבערגעלעבט און פיגורירט אן קיין פרסום, מיט די שטיצע פון פילע גדולי ישראל, ובתוכם הראב"ד עדה"ח, וועלכע האט שוין יארן ארויס די קארופציע [איידל גערעדט] פון א"ק, פון די פריערדיגע פרשיות.
מיט בערך 2 יאר צוריק איז הרב מיכה געפאלן למשכב מיט א קאומא ל"ע, און דער ועד האט נישט פוקציאנירט דערווייל, נאכן פארלירן אויף דערווייל דעם הויפט פירער.
מיט בערך א דרייפערטל יאר צוריק, נאכדעם וואס די חילולי קברים זענען געווען ענדלאז, צוליב וואס א"ק הט געהאט פארפאטשקעט אלע אפמאכן מיט די רעגירונג ביי זייער נארישע בחורישע און רשעותדיגע פירערשאפט ביי די מערכות אין אשקלון און יפו, האבן די געוועזענע ארבעטער פון די ועד באשלאסן זיך צו רעארגעניזירן, און זיי האבן געהאט פילע הילף פונעם חשובן עסקן הרב אהרן יאקטער וועלכע האט דעמאלס זייענדיג בתוך המערכה באמערקט די קארופציע, ווי שוין אויסגעשמועסט בשעתו גאר באריכות, און ער האט געראבעט און ארבעט ווייטער אימערמידלעך צו ראטעווען קברים.
נאך לאנגע השתדלות האבן זיי באוויזן אויפצו-ווייזן פאר די באאמטע אז מיט זיי קען מען יא רעדן מענטשליך, און זיי האבן צוריקבאקומען די פערמיטן וואס אתרא קדישא האט געהאט בעפאר, און היינט זענען זיי די פאקטישע ועד מונע צו זיין [מיט סוקסעס ב"ה] חילול קברי ישראל.
איך האלט אביסל מיט זייערע אקטיוויטעטן, די אידן דארט זענען אמתע ערליכע אידן, אלע פון זיי אן אויסנאם האבן מיט יארן צוריק געארבעט אין אתרא קדישא, נאר זיי האבן דאס פארלאזט צוליב די דערמאנטע סיבות, איינער פריער און איינער שפעטער, אזוי אז ס'איז נאריש צו זאגן אז דאס האט שייכות מיט אגודה אדער ש"ס אדער סיי וועמען, און איך קען זאגן אז די אידן שלאפן ממש נישט קיין נעכט, ארבעטן ביטער שווער, זיי דארפן ארבעטן שווער אז די בעה"ב פון יעדע פלאץ זאלן וועלן קאאפערירן, און ברענגען בילדער פאר די רבנים דן צו זיין כדת מה לעשות, און זיכער מאכן אז קיינער ברעכט נישט דעם אפמאך, עכ"פ, זיי ארבעטן באמת שווער בייטאג און ביינאכט לשם שמים, און ב"ה אז אתרא קדישא שטייט ליידיג און האבן פיל צייט צו פירן מערכות מיט זייערע שונאים...
======
און צום לעצט, לאמיר פרעגן די פראגע צו ר' אברהם:
פארוואס געפינען די שקרים און וויסטע העצע א מקום אין אייער א"ג ריינער "די צייטונג"?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 19:50 |
|
| |
האלט א סעקונדע, ר' מנשה פילאפף וועט דא זיין ביז אפאר מינוט ענטפערן דיינע באמבע פראגן...
אגב, איך מיין אז חוץ ר' מנשה בוסטו אויך זייער צומישט וואס דא גייט פאר, און דו טוישט יעדן טאג ווערסיעס כטוב לבך. וואס פונקטליך האט מיכה ראטשילד געטון די לעצטע צוואנציג יאר? פארוואס האט מען קיינמאל זיין נאמען נישט געהערט? א בריוו פון גדולי ישראל בארה"ק און ארה"ב איז דא אין שטיצע פון דעם מיכה? וועם דרייסטו א קאפ מיט א אומשולדיגן מיכה וועלכע שמאכט אין שפיטאל?
דו האסט איין אגענדע, אראפ מיט אתרא קדישא. און פאר דעם ציהל וועט מען יעדן טאג באקן פרישע מעשיות און מאכן הימל שרייענדיגע קעפלעך אויף היידפארק און אין בלאט. אפשר ברענגסטו איין בריוו פון איין היימישע רב (סארי אבער הגאון ר' ניסים קרליץ איז נישט היימיש, אפילו ער האט מיטגעשפילט ביי ענקער בני ברק'ער הליכה לבגץ) וואו ער שרייבט איבער די אלע "שרעקליכע" זאכן וואס אתרא קדישא טוט? וואס פייוו בארא האט צו זאגן האבן מיר שוין געהערט, יעצט לאמיר הערן וואס די רבנים זאגן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/06/2011 21:42:39
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 20:05 |
|
| |
איך האב פארשטאנען 2 קושייות, כוועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון.
1) פארוואס האט מען נישט געהערט פון הרב מיכה רוטשילד ביז היינט?
תשובה: ווייל ער האט געארבעט שטיל, נישט געזוכט קיין פרסום. אדרבה, פרעג א איד אין ארץ ישראל וואס ווייסט אביסל עניני כלל, וועט ער תיכף וויסן דערפון צו זאגן.
יצחק ווייס אויף בחדרי ווייסט אויך דערפון, און ער שרייבט טאקע אז די ארגאניזאציע פלעגט שוין דעמאלס מחלל זיין קברים(...).
2) פארוואס שרייבן נישט רבנים איבער די עוולות פון אתרא קדישא?
תשובה: ווען האסטו די לעצטע מאל געזעהן א בריוו פון רבנים קעגן סיי וואסערע עולה פון יחידים? (איך רעד פון היימישע אידן).
(איך וויל נישט דא אריינמישן אנדערע אישוס, אבער לעצטנס האב איך געהערט וועגן א שוידערליכע מסירה וואס יוסל וואלדמאן האט געעפנט אין ערכאות, אן קיין שום זכר פון א היתר בי"ד...)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 20:18 |
|
| |
יחידים? אתרא קדישא איז א יחיד? און אז נישט א בריוו זאלן זיי כאטש ארויסקומען זאגן ידינו מסולקת, דערווייל זעט מען ווי זיי שטיצן און זענען ווייטער מחזק אתרא קדישא.
יא, מ'האט טאקע געהערט פון מיכה אין עסקנות א שטייגער ווי מאטקע בלוי, אבער אין קברים איז ער ניטאמאל ערווענט געווארן אפילו אלס א דזשאוק,
תוקן על ידי געלעכטער ב- 23/06/2011 20:19:00
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 20:58 |
|
| |
1) א"ק - יחידים. כהאב נישט געמיינט דערמיט אז זיי זענען יחידים, איך זאג אז יעדע זאך וואס האט "מענטשן" אונטער זיך, גייט קיין איין רב נישט ארויס עפענטליך דערקעגן. ס'איז נישט אין סטייל היינט... איך מיין אז דו האסט פארשטאנען, און איך ווארט אויף א תשובה\אויפווייז אז די מציאות איז אנדערש.
2) הרב רוטשילד. ביטע נישט רעדן פון זאכן וואס דו ווייסט נישט, עס קען ברענגען עווענטועלע בושות.
אויב שפורסטו נאכאלץ אז מיינע הנחות אין די נושא האבן סיי וואסערע צומישעניש אדער סתירה, ברענגט עס ביטע ארויס דא, דאס בעסטע וואס שייך. יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 21:09 |
|
| |
1) א"ק - יחידים.
די פרשה פון די בנות ירושלים מיידל שולע אין בית שמש וואו דער בית דין איז געזיצן און ארויסגעגעבן א פסק. די גיירות פרשה ווא ס'האט אפיציעל געהייסן אז דער גאנצער בי"ד גייט זיך ארויסשטעלן מוחה זיין קעגן רב עובדי' יוסף ועוד.
2) הרב רוטשילד.
דאס קענסטו זייער גוט, זאגן אז אונטערן טיש שטייט דער מיט און יענער ברויזט, איך ווייס נישט פון מיכה אבער דו ווייסט יא און אזוי ווייטער אן א שיעור דוגמאות ווי דו שטעלסט הנחות באזירט אויף דיינע א.ג. סודות און קראנטע קוועלער
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 21:22 |
|
| |
ביטע שטיין אויף א ליניע און נישט ארומדרייען אהער און אהין.
1) 'בנות ירושלים' איז נישט געווען קיין מחאה, איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אהער.
'גירות פרשה' איז נישט געווען קעגן היימישע אידן. זעה ווי איך האב געדרוקט פריער 'היימישע אידן'. (איך האב נישט געמיינט אז קעגן די ציונים קומט נישט ארויס קיין מחאות.. דו פארשטייסט מיך גוט).
2) האסט אנגעהויבן אז מיינע ווערטער האבן סתירות, דאס וויל איך הערן. סתם אז דו ווילסט מחולק זיין? דאס בין איך גערן מסכים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 21:24 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | דערווייל זעט מען ווי זיי שטיצן און זענען ווייטער מחזק אתרא קדישא |
|
וועלכע רבנים מיינסטו?
דו מיינסט ר' מנשה פילעפף? דאס ביסטו גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2011 21:29 |
|
| |
געלעכטער
עסזענעןאלטסדאגארחשובעארגאניזאציעסוואסזענעןברובהימיםגעווארןפארwשלעפטאוןדיריכטיגעמטרהפארוואסערט, ביתיתומיםדיסקין,התאחדותהרבניםועודועוד
ליידערהיינטווערטדעראמתציקוועטשט אוןיעדערשלעפטדאסארייןאיןאנדערעפאליטיק
דאסאיזאקלאר אזדיעדהוואסאיזאויךנישטרייןפוןדיאויווןדערמאנטע,פארשטייטשויןהיינטאויךאזדיפאלטשקייטפוןדיא"קארגאניזאציעשרייטביזצוםהימל,
תוקןעלידיkleinekupב-23/06/201121:40:35
תוקן על ידי kleinekup ב- 23/06/2011 21:43:21
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 03:55 |
|
| |
א גוטן פייוו בארא
פון דיינע ווערטער איז אביסל משמע אז דאס וואס מען האט די לעצטע פופציג יאר זינטן גרינדונג פון די פארשאלטענע מדינה הטמאה געגראבן איז בלויז וויבאלד א"ק האט נישט גוט געהאנדלט, און מיט קארופציע וכדו' (דאס ווייסטו דאך בעסער...), אבער היינט ווען עס איז שוין דא דער נייער "וועד למניעת וכו'" וועט דאס שוין נישט פאסירן.
ווי נישט ווי, זענען זיי די ציונים רשעים ארורים, וועלכע לייקענען בה' ובתורתו און אין שכר ועונש, זיי לייקענען אויך אין השארת הנפש, ווילסט מיר זאגן אז פון היינט און ווייטער איז נאמאור כפירה בהשראת הנפש?!.
וראי' לדברי פון דאס וואס כ'האב געליינט אין אן "המודיע" פון בעפאר יו"ט שבועות, אז ערגעץ וואו האט מען געגראבן קברים, און עס איז געקומען א מפקח פונעם וועד, און אנקומענדיג נעקסטן טאג האט מען געזעהן אז איבערנאכט האבן די ארכאלאגן הארורים ימ"ש אלעס אויסגעגראבן און נאך גאר געלייקענט נעקסטן טאג אז זיי האבן אויסגעגראבן וכו', פשט איז אז פון דעם נייעם וועד לאכן זיי זיך אויך אויס, איז מה הועילו חכמים?
כ'האב געהערט היינט אויפן 'אינפא-ליין' הידוע אז מ'האט אויפגעהערט צו גראבן אין בית שמש צוליב די מחאות און פראטעסטן, ס'איז אמת?
(א ווערטל לקינוח סעודה: היינט זאגט ער אויך אז שלום פריעד באקומט דריי געהאלטן פון די מדינה אפיס'עס, אבער ער האט געטוישט ווערסיע פון "רשת העתיקות" צו "משרד התחבורה"... ווער ווייסט אפשר גאר פון אלע פיהר? ארבעה מי יודע??...)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 17:10 |
|
| |
ס'איז דא א פרישע שיחה פון ליל ששי, און ער פיהרט דארט אויס בברכה מרובה אז "באבוד רשעים רנה", און ער שעלט ווייטער צוזאם משה גפני, שלום פריעד, משה אורדנטליך וכו'. אויך דערציילט ער אז אין יפו האט מען אויסגעגראבן עצמות און די אוניווערזיטעט אין די מדינה האט דאס גענומען פאר עקספערימענטן, וויבאלד כלומר'שט די אגודה למניעת פאסט איצט אויף, און באמת אין פוצה פה ומצפצף.
אינעם גליון העדה די וואך ווערט דערציילט אז אין 'רמלה' ווי מען בויעט די טרעין סיסטעם, האט מען געגראבן קברים, און אדאנק די פעולות פון אתרא קדישא האט מען אויפגעהערט גראבן. (זיי דערמאנען נישט קיין ווארט בנוגע בית שמש).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 18:56 |
|
| |
א גוט יאר אייך לא עליכם.
1) קברים גראבונגען די לעצטע 50 יאר.
זיכער איז עס אזוי, אז די ציונים זענען כופרים באלוקי ישראל, און אוודאי אין השארת הנפש. זיי פון זייער זייט האבן נישט קיין שום פראבלעם צו גראבן ביינער רח"ל, וואס זיי באטראכטן ווי בלויזע הארטע ביינער אן קיין שום שוויות חס מלהזכיר.
אבער, צו גראבן זיי קברים יעדן טאג? ניין. לאמיר צולייגן וויאזוי עס גייט צו ווען מען בויעט אין אר"י. (אגב וועט דיר פארענטפערט ווערן זייער שקר וועגן בית שמש).
יעדער וואס האט א לאט, און עס איז דארט פארהאן סימנים פון אלטע זאכן, קען ער נישט באקומען קיין פערמיט צו בויען ווילאנג ער רופט נישט אראפ די ארכילאגן, וועלכע גראבן אויף און פארשן אויס דעם לאט צו דארט איז דא נוצבארע זאכן פאר זיי, וואס קענען זיי צונוצקומען פאר אויספארשונגען און ארכילאגיע ארבעט, וואס אין דעם איז אויך אריינגערעכט קברים, וואס אויף עצמות קענען זיי אסאך זעהן, און זיי זוכן דאס אויך [רח"ל].
ווען די ארכילאגן ווערן פארטיג אויסצופארשן דעם שטח, אויב טרעפט מען גארנישט, לאזן זיי דעם פעלד פריי, אויב טרעפט מען יא, איז דא צוויי אפציעס פארן בוי אונטערנעמער: אדער לאזט ער די ארכילאגן אראפקומען נאכאמאל און אויסגראבן אלעס אלעס וואס זיי געפינען, אדער קען ער רופן א פריוואטע ארכילאגיע פירמע פון סיי וועלכע יוניווערסיטעט, און זיי דארפן ענדיגן דעם דשאב.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז ס'איז כמעט נישטא אזא זאך אין אר"י אז מען זאל בויען אן די ארילאגן. ווייל ממש איבעראל איז דא עפעס סימנים פון היסטארישע אלטע זאכן, און אויפן ערשטן אויספארשונג מוז מען זיי רופן.
איז אויב זאל זיין אזוי ווי דו טראכסט, אז די ציונים גראבן אויס קברים איבעראל ממש, וואלט געדארפט זיין משך די לעצטע 50 יאר איבער א מיליאן פראטעסטן...
און דער אמת איז, אז ווען נישט וואס דער בריסקער רב זי"ע האט געעפנט א מערכה קעגן חילולי קברים, וואלט חלילה טאקע אזוי געווען [ווארשיינליך], אז זיי וואלט געגראבן איבעראל אלעס וואס זיי טרעפן אריינגערעכט קברי ישראל. נאר טאקע אדאנק די מערכות די אלע יארן, זוכן די ציונים באמת נישט צו טשעפענען די חרדישע אידן, ווייל די פאקט איז: זיי דערשרעקן זיך זייער גוט פון פראטעסטן! זיי זוכן דאס נישט.
און אגב, דאס איז געווען דער ערשטער טריק פון אתרא קדישא, ווען די נייע ועד האט געגעבן דעם ערשטן השגחה, אין יהוד, האט א"ק געשיקט טעגליעכ מוחים וועלכע האבן פרובירט אנצוזייען ווי מער חורבנות דארט כאילו מען גראבט קברים, אזוי ארום האבן זיי געהאפט אז די ארכילאגן וועלן אנטלויפן פון דארט, און זיי וועלן קענען סטראשענען דעם בעה"ב אז אויב וויל ער די ארכילאגן זאלן קומען און סזאל זיין רואיג און ער זאל קענען באקומען זיין פערמיט, מוז ער נעמען השגחה פון א"ק. און למעשה האט דער ועד טאקע זייער מורא געהאט, ווייל עס שוין באמת אויסגעזעהן אז די ארכילאגן גייען זיך אפציען פון דארט, אבער למעשה האט השי"ת געהאלפן, און די ארכילאגן האבן געענדיגט זייער ארבעט דארט [די ערשטע פאזע כנ"ל], און מען האט ב"ה נישט צוגערירט קיין שום קבר.
נחזור לענינינו, מיט ארום 15 יאר צוריק, איך ווייס נישט פונקטליך דעם דעיט, איז געווארן דער נייער אפמאך צווישן אתרא קדישא מיט די "ציונים" אז די רשות העתיקות וועט שיקן א פעקס פאר די משרד הדתות פון יעדע פלאץ וואו זיי ארבעטן, און א"ק וועט האבן צוטריט צו זייער וועבסייט דאס מיטצוהאלטן, און אויך וועלן זיי האבן פערמיטן צו זיין משגיחים, און אויך (כאפט אייך אן אין בענקל:) עטליכע משגיחים פון אתרא קדישא וועלן זיין אויף פעיראל ביים משרד הדתות, וואס וועט זיי באצאלן אויף די שעה פאר זייער ארבעט.
אגב, דער אפמאך איז געקומען דורך די מיטארבעט פון רב שמידל מיט די חסידישע ציונים פון די אגודה. צו ער האט גוט געטוהן? לכאורה יא, ס'איז נאר גוט צו וויסן...
(יעצט וועט איר פארשטיין וואספארא היפאקירטן די חברה זענען, ווען זיי שרייען אז די נייע ועד ווערט באצאלט פון די משרד הדתות, אין די צייט וואס ביז א יאר צוריק האבן "זיי" באקומען געהאלט, און בלויז דערפאר שטעלן זיי זיך פאר אז היינט באקומט דאס די נייע ועד..., און אגב, די ועד באקומט דאס נישט!)
עכ"פ, דאס איז די סיבה פארוואס די לעצטערע יארן - ביז די אשקלון מערכה - איז געווען שטיל.
ביי די אשקלון מערכה האט זיך די פארשאלטענע ציוניסטישע רעגירונג פאר'עקשנ'ט, און אין די צייט איז אויך הרב רוטשילד נישט געזונט געווארן, נאך וואס ער האט געהאלטן פעסט אינמיטן ארבעטן דערויף, און היות אתרא האט געפירט א מערכה נוסח אתרא קדישא ווי בחורים און רשעותדיגע פרומקייט ווי שוין פארציילט בפרטיות עטליכע מאל, און ווייטער איז געווען א יפו מערכה וואו זיי האבן באשלאסן אז מען מוז דא פראטעסטירן לטובת המערכה אן צו לאזן בודק זיין צו דאס איז בכלל אידישע קברים, און אן צו פרובירן זיך אראפצוזעצן מיט די בעה"ב בכלל, נאר פארקערט, די בעה"ב זענען בפירוש גרייט געווען זיך אראפצוזעצן, און אזוי אויך נאך וואס אלע בוי אונטרענעמער - פרעמדע און היימישע צוגלייך - האבן געהאט טענות ומענות אויף א"ק אז מען לאזט זיי ווארטן אין די וועלט אריין א יאר צוויי ביז זיי באקומען א השגחה, ווילאנג זיי זאגן צוה דעם ריכטיגן פרייז..., איז צופאלן אלע אפמאכן, אתרא קדישא האט פארלוירן זייער צוטירט צו די פעקסעס, פארלוירן זייערע פערמיטס צו זיין משגיחים, פארלוירן זייער געהאלט.., און דעריבער טאקע האט זיך אנגעהויבן פראטעסטן יעדן טאג אין נאך א פלאץ, ווייל אז ס'איז נישטא קיין השגחה, איז יעדע איינציגע פלאץ אין א ספק אז מען גראבט דארט קברים.
ווען איך האב גערעדט אפאר חדשים צוריק מיט איינעם פון די נייע ועד, און איך האב אים געפרעגט צו ער האלט אז עס קומען יעצט למעשה פאר חילולי קברים, האט ער געזאגט "זיכער זיכער, נישט קיין שום ספק אז אן קיין השגחה גראבן זיי קברים".
און טאקע דערפאר, האט די נייע ועד געארבעט אויף קעסל און כלים אימערמידליך, מיט איבער-מענטשליכע כוחות, צו באנייען די אפמאכן, וב"ה שעלתה בידם.
=======
אין קורצן" די ציונים האבן ליידער נישט קיין פראבלעם צו גראבן קברים, אבער כדי צו פארמיידן פראטעסטן, האבן זיי אלעמאל פרובירט צו פארהאנדלען, און די לעצטע 15 יאר איז געווען א געהעריגע אפמאך מיט א"ק, די לעצטע יאר-צוויי זענען די אפמאכן צופאלן צוליב די אוממנטשילכקייט, טעראריסטישקייט, און תאוות הממון-קארופציע פון א"ק, און אצינד האט ב"ה די נייע ועד אויפגעפרישט די אלטע אפמאכן.
======
2) און בנוגע בית שמש, יא ס'איז אמת, די ארכילאגן האבן געמאכט פליטה פון דארט.. אבער איר ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן שוין געענדיגט...
זיי האבן שוין געענדיגט זייער ערשטע פאזע וואס איך האב אויבן ערקלערט באריכות, זיי האבן בודק געווען אויבן-אויף דעם פלאץ, און פון דא און ווייטער קען שוין די בעה"ב באשליסן וועמען צו נוצן פאר די צווייטע פאזע.
און דער עיקר: מען האט נישט געטראפן קיין שום סימנים פון קיין מערות קבורה!.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 19:34 |
|
| |
3) בנוגע א לעצטערע פאסירונג פון חילול קברים.
עס איז מיר שווער און איך האב נישט די צייט איבערצוגעבן טעגליך יעדע זאך, דעריבער איז דא זאכן וואס איך איגנאריר, אבער אז דו פרעגסט וועל איך יא פארציילן, און עס וועט דיר פארענטפערט ווערן פארוואס דו האסט דאס נאר געזעהן אין פרעמדע צייטונגען.
(אגב, היתכן א סאטמארער אינגערמאן ליינט די המודיע? עס איז זיכער אין גדר פון ספרי מינות!)
ס'איז דא א דערפל, ערגעץ נעבן חיפה, וואס דארט האט די ציוניסטישע מיליטער געגראבן, און עס איז געווען דארט א מערת קבורה.
היות די מיליטער האבן א אייגענע ארכילאגיע אפטיילונג, באקומט נישט די ועד קיין פעקס איבער דעם, און זיי האבן נישט דעם פערמיט דארט. עס איז א מסכתא בפני עצמו.
אבער, היות די ועד איז משגיח אויף אנדערע פלעצער, האבן זיי גענאשט אינפארמאציע פון די ארכילאגן, און איינער האט זיי פארציילט אז דארט גראבט מען (איך ווייס נישט פון וואו יענער האט געוואוסט), און עטליכע עסקנים פונעם ועד זענען אראפגעפארן אהין, און צו זייער שאק האבן זיי געזעהן אז דארט שטייען מערות קברוה גרייט צו ווערן אויסגעגראבן.
זיי האבן אנגעהויבן מיט שתדלנות און מיט [אויסגערעכנטע] סטראשערייען, און די חברה האבן זיך אנגעהויבן בייגן, און צוערשט האבן זיי מסכים געווען אז דער משגיח זאל האבןם דארט זכות כניסה, טראץ וואס זיי האלטן זייערע אקטיוויטעטן דארט שטארק בסוד, אבער נאך לאנגע הארעוואניע איז דאס דורך, און נאך א טאג האבן זיי אויך געזאגט אז זיי וועלן נישט טשעפענען די מערה.
למעשה אבער, ווי לא עליכם זאגט, ציונים בלייבן ציונים, און די חברה האבן געבראכן זייער ווארט. דהיינו, איין טאג ווען דער משגיח (ער הייסט אמנון תאונה, א ספרדישער איד, ער איז געווען א משגיח פאר אתרא קדישא לאנגע יארן) איז אנגעקומען, האט ער געזעהן אז די חברה האבן אים שוין געפעדערט, און אויסגעגראבן איין מערה!
נאך א זאך איז אויך געווען דא, אז חיים טויסיג פון אתרא קדישא, וועלכער ווייסט נישט היינט צוטאג וואו די ארכילאגן ארבעטן בכלל און וואו די נייע ועד בהדרכת הרבנים איז אלס משגיח, אבער ער וויל דאך וויסן וואו צו פראטעסטירן, פארט ער נאך דעם קאר פון די משגיחים געווארויר צו וועןר וואו זיי פארן... (לאכט נישט, אזוי ווערט מען געווארויר וואו ע סאיז דא אן השגחה, און אזוי ווייסט מען צו פראטעסטירן אויפן השגחה..).
נחזור לענינינו, ס'אזי ליידער אויסגעגראבן א מערה. די ועד איז געווען זייער באזארגט דערוועגן, צו דאס וועט נישט גורם זיין ווייטערדיגע חילולי קברים, האבן זיי באשלאסן אז א מכתב מחאה פעלט זיך אויס דא.
זיי זענען אריבער צום ראב"ד שליט"א פארציילן די מעשה, און ער האט אויך געזאגט אז ער וויל די בי"ד העדה החרדית זאל ארויסקומען מיט א בריוו. האט ער צוערשט אפגעשריבן א אייגענע בריוו צו אלע חברי הבי"ד, אז היות ער האט געהאט ביי זיך עדים נאמנים וועלכע פארציילן אזא און אזא מעשה, איז כדאי די בי"ד זאל שרייבן א מחאה.
למעשה איז געווען א ישיבת בי"ד, און עס האט געהאלטן ביים ארויסקומען א מחאה, ביז.. איינער פון די צדיקים פון אתרא קדישא, (וועלכע זוכט בלויז צו "ראטעווען קברי ישראל"!) איז ערשינען, און ער האט אנגעהויבן פארפירן מעשים אז היות די עדים נאמנים זענען אליינס קברים-גרעבער קען מען זיי נישט גלייבן... און, עס האט זיך אנגעהויבן א טומל, און דער בריוו איז נישט ערשינען.
דאס איז טייטש, אז אתרא קדישא איז געשטעלט צו ראטעווען קברים.
====
אגב, וועט איר שוין אויך פארשטיין די מעשה וואס דער צאהלער איז פארנומען פאר די לעצטע 7 וואכן, אז א משגיח פון אתרא קדישא איז געקומען צו א פלאץ וואו די ועד איז מפקח און ער האט געזעהן ווי מען גראבט קברים פארן משגיח'ס אויגן און ער לאזט דאס ציה..., נישט ווייל איך בין חושד דעם צאהלער אז ער [מיט זיינע משלחים] טויג נישט אויפצוטראכטן א מעשה שלא היה א יש מאין, ער קען דאס זיכער אויך.. אבער אין דעם פאל איז דא א פינטעלע אמת דערינען אויך, אז בעצם איז געווען אזא מעשה אז מהאט רח"ל געגראבן, אבער דאס איז אין א פלאץ וואס דער ועד האט נישט קיין עמטליכע פיקוח ווייל ס'איז נישט אונטערן אפמאך, און אויך איז נישטא קיין געהעריגע קשרים מיט זיי דארט, און טאקע אתרא קדישא זענען די וועלכע האבן נישט צוגעלזאט אז בי"ד זאל ארויסקומען יט א מחאה! און דערפאר ליינט מען דאס נאר אין די פרעמדע צייטונגען.
(איך אנטשולדיג מיך אויב שרייב איך היינט אביסל נישט אין סדר, צוליב מיין מאנגל אין צייט יעצט, און אזוי אויך קוק איך נישט איבער יעצט די ספעלינג מיסטעיקס).
תוקן על ידי FiveBoro ב- 24/06/2011 19:36:34
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 19:42 |
|
| |
דיין לעצטע מעשה שטינקט פון א קאווער-אפ, עס בעסער ווען דו דערציילסט עס ווען נישט, אדער קען זיין אז דו דערציילסט עס, זיך צו באווארענען, ווייל א סקאנדאל איבער די מעשה גייט אט אט ארויסקימען
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 19:46 |
|
| |
עס גייט נישט ארויסקומען גארנישט, ווייל די מעשה איז שוין נישט ניי, און איך פארצייל עס בלויז ווייל ער האט געוואלט וויסן וואס ער האט געזעהן אין המודיע.
איך וועל מיר נישט צוריקהאלטן פון פארציילן דעם אמת, אפילו אויב א זאלי ווי העוו האופ וועט זאגן אז ס'איז א קאווער-אפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 19:50 |
|
| |
בכלל איז דיין לעצטע מעשה א סתירה צו דיין גאנצע אויפגעבויטע בנין,
דער ראב"ג איז שוין עטליכע מאל אליינס ארויסגעקימען קעגן אתרא קדישא! די לעצטע מאל וואס ער האט עס געטיען איז געווען ביי די פרשה פון מירון, ווען מען האט געגראבען דארט, אויב דער ראב"ד האט געזען און מיטגעהאלטן די פעלות, פארוואס הערט מען נישט פון אים?? דער ראב"ד האט נישט מורא פון קיין טעראר, כידוע, זאל ער ארויסקימען אן די עדה
|
|
|
|
|