|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:31 |
|
| |
עס איז נישט קיין אישו פין דיר יא אדער נישט גלייבן, עס איז די אישו צו די טענות וואס די לייגסט פאר קענען אפילו פעסן דעם 'סמעל טעסט'. כ'האב שוין געזאגט אז איך העט ווען געקענט באשטיין צו זעהן סקווער אלץ געווינערס אין געריכט, אבער הגם איך בין נישט מזלזל אין די מסורה'דיגע מנהגים פין סקווער, איז גאנץ זיכער אז טאמער וועט איר אפיציעל אריינלייגן אין די ווילעזש רולס אז מען מוז דאווענען אין די גרויסע שול, אנטוהן שטיוול, פיאות צונויפגעקנוילט אונטער די גלעזער צו די לענג פון איינס און א פערטל אינטש, אריינלייגן די ניי געבוירענע קינדער אין א לעדל פאר א חודש, דעמאלטס וועט סאסמאן האבן אסך א גרינגער פעלד ביי זיין קלאגע אויפצולעזן ענקער ווילעזש ווי ער האט אין קרית יואל...
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 27/06/2011 22:49:41
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:23 |
|
| |
חשובער אוטענטיש, איך האב זייער נישט געוואלט דיסקאטירן חסידות סקווער אין דעם פורום, ווייל דא שרייב איך נייטראלע פאקטן. אז דו האסט שוין געפרעגט, און מסתמא ווילסטו הערן א תירוץ אויכעט, וועל איך דיר פארציילן עטליכע נקודות, און באלד דערנאר וועלן מיר זיך צוריק'קערן צום אלגעמיינע נושא. קודם כל, אין סקווער איז דא ווייניג זאכן וואס ווערט ממש שטרענג פארסירט, איך וויל דיר מסביר זיין: גיין מאן און ווייב צוזאמען, גיין אויף פרויען זייט, נישט אפשערן ביי צוויי, נישט לייגן אין א לעדל, נישט קומען צום טיש, נישט אריינגיין מיט א קוויטל, און נאך אסאך זאכן וואס קוקען אויס אפשר מאדנע אין די אויגען פונעם אלגעמיינע וועלט, ווערט 'נישט' שטרענג פארסירט. נאר וואס דען, ווער ס'וויל דווקא נישט טוהט נישט און קיינער פארטשעפעט זיך נישט דערויף [כ'קען נישט זאגן קיינער, ס'נישטא קיין אחריות און קיין הענט שלעסער אז קיינער זאל נישט טוהן צו זאגן יענעם, ווי למשל שפיצער האט געטון, אבער עס איז נישט קיין חיוב מצד החסידות והקהילה, ביז סטראשע און שטראף] ווידער געוויסע זאכן, וואס איז באמת גארנישט מער ווי געציילטע תקנות און מנהגים, איז איינגעפירט און ווערט שטרענג אויפגעפאדערט, זייענדיג א זאך וואס קומט מפה קדשו פונעם רבין אדער זיין טאטן, וואס האט דאס איינגעפירט און זיך אויסגעדרוקט אז ער האט א פארבארגענע סיבה דערין, און ער וועט דאס נישט נאכגעבן פאר קיין שום פרייז. למשל, מאכן א מנין שחרית אום שבת ויו''ט באזונדער אן רשות, גיין אין הוילע שייטל, און נאך איינס צוויי זאכן וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, אויב ס'דא בכלל נאך.. ס'איז גראדע דא זאכן, וואס די הייסע חסידים וועלן פארלאנגען, און וועלן זיך צעהיצן דערויף, ווי למשל, איינער וועט מאכן א שמחה אין שטעטל און וועט נישט מיט'טיילן דעם רבין, דאס טייטש ער וועט איגנארירן דעם רבין פון זיין שמחה, עס איז נישט קיין חיוב אבער עס צייגט קלאר ארויס ביזיון און קלות אקעגן דער נשיאות. איך פארצייל דיר קלארע פאקטן, און איך פארצייל דיר אויכעט די אמת! ס'דא וואס פאלגן מחמת בושה צוטוהן אנדערש, אבער רוב עולם האט א געוואלדיגע הערצה צו די מנהגים וואס זענען נישט אויסגעזויגן פון פינגער נאר זענען יסודתו מהררי קודש. ממילא, אלעס אנדערש וואס מ'טוהט אין סקווער, און א צווייטער וועט עס נישט טוהן, וועט נישט אויסרופן קיין געשלעג בכלל נישט. און מיט דעם בין איך מקצר, און ווער ס'וויל הערן מער וועגן סקווער גופא, קען מיך אנפרעגן אין אישית יעצט בנוגע די געזעצן, יא, סקווער האט שוין לאנג געברויכט אריינגעבן די אפציעלע תקנות פונעם וויליטש אין די שטאט, נאר עס האט זיך פשוט פארשלעפט און ס'קאסט צייט און געלט, ביז היינט ווען מ'האט געזען אז דאס בעסטע וועט זיין, אז מ'וועט דאס מוזן איינגעבן קלאר, יעצט מוז מען שוין איינגעבן, כדי מסביר צוזיין וואס איז דאס געווען די גורם אז די דראפ אויטס און טראבל מעיקער האבן זיך דערויף אנגעכאפט און געמאכט א עסק. און ווען דו זאלסט וויסן וויל לעכערליך סוסמאן'ס טענות זענען, וואלסטו אפילו נישט געפרעגט די שאלות, נאר באמת איז טאקע שווער צו פארשטיין וויאזוי מ'קען ארויפצווינגען מנהגים און תקנות, אבער אויב ס'איז אזוי געסיינט אין די קאנטראקט פון יעדע תושב, איז א אנדערע מעשה. איך האב געשריבן אז מ'קוועטשט 911 אלץ מליצה, די אמת איז, אז איינער וואס פאלגט נישט אויס די עיקר און אמת וויכטיגע תקנות, וואס זענען געציילטע וואס ווערט אויפגעפאדערט אלץ חיוב, וועט ווערן אנגעקלאגט אין פאליס, און זיי וועלן יענעם מעלדן אז ער האט ווייעלעישאנס דא, און זאל בעסער מסדר זיין. איז דאס קלאר?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:16 |
|
| |
אין די לעצטע טעג, האב איך געלייגט א שטארקע דגוש, אויסצושפיאנירן די אינסיידס פון די קלאגעס, פון ביידע זייטן, און איבערקוקנדיג די פיילס פון ביידע זייטן, איז די מסקנה ווי פאלגענד ראטנבערג וואס ווערט פארטרויטן דורך זיין איידעם אלבוים, האט נישט געמאכט קיין פארשריט, נאר געבליבן מיט די ערציילונג וואס די גאס האט גערידערט נאך די ערשטע וואך. און זיין סטעיטמענד אקעגן 'שעכטמאן' האט געמאכט א ווילד מאדנע רושם ביים המון, עפעס צייגענדיג אז די ווערטער זענען אויסגעזויגן מבית הבתרים.. סוסמן וואס האט געזאלט אנקלאגן דעם רבין און קהילה, איז דערווייל אויף האלט, ווייל וועלנדיג מאכן א גרויסע גערודער, האט ער צוזאמגעפארט די געפעכט און די וויילענס מיט די וויליטש קאנטראל, און צודעם נאך אנדערע קהילות אינעם זעלבן איינגעמאכטס, און די יוסטיץ דעפארטמענט האט שנעל געכאפט דעם מישמאש, און געמאכט סדר, אויסקלארנדיג די נושא, מי ומי ההולכים און געלייגט זיין נושא אין א שאנק, און אפירגענומען די עצם פאסירונג פונעם וויילענס און געפעכט. די גרופע ראטנבערג שטיצער, האבן זיך בארואיגט זעענדיג די ווערטער יוצא מפורש מפי הסופרים קארט, 'אטעמט מערדער'. מיט אנדערע ווערטער, ראטנבערג האט גערעדט צו סקווער, און די יוסטיץ רעד צו שפיצער. און דאס וואס ראטנבערג האט אויפגעברענגט אז יעדע תושב אין שטעטל ווייסט נאר פון רבי סקווירא סקווער רעבע.. האט ביים קאנקלושען געמאכט קאלטע ציינער, ווייל ס'איז דאך דעמאלט נישטא דאס וויסנשאפט בכלל וואס טייטש פארלעצן א געזעץ, אדער דאס הארבקייט פון סיוויל רייטס, ממילא איז דאך כי לכל העם בשגגה, און פנים חדשות באו לכאן. נישט קיין רציחה נאר פאנאטיקייט. יעצט נאך א אינטערעסאנטע פאקט, אז אויסער דעם, וואס אינעם יוסטיץ דעפארטמענט איז מען איבעראשט געווארן ווי סקווער האט זיך נישט צעווילדעוועט און געהאלטן דאס מויל ביז איבער א חודש, האט געצייגט גאר געזעצטקייט, וואס האט געמאכט א שטארקע רושם אויפן שופט אליין. און איך האב באקומען א רעפארט פון איינער וואס איז מיטגעווען מיט שפיצער אין קארט האויז פרייטיג. גראדע א שומר שבת, זאגט ער מיר משיח לפי תומו, אלע האבן זיך געוואונדערט פארוואס 'שעכטמאן' האט אנגענומען דעם קעיס, ווייל ער איז זייער א קלוגער און גלייכער, און אפילו גריביץ האט פון אנהייב נישט געוואלט אנהייבן דערמיט, ביז ער האט באקומען א דירעקטן שליחות פון דעם סקווערן רבין, אז ער זאל עס איבערשמועסן מיט שעכטמאן, און גריביץ פארציילט, אז ווי נאר ער האט געהערט בסוד סודות פון שעכטמאן דעם מגילה, האט ער שוין פארשטאנען זיין שטאנד און זייט. דא אבער זאגט מיר יענער באטייליגער, אז דער שופט אליין, זעענדיג 'שעכטמאן' באגלייטן שפיצער אלץ זיין פארטיידיגער, האט ארויסגעוויזן סימפאטיע, און עס האט ביים פראסעקיוטער געשטעלט א פראגע צו זי איז גרייט זיך צו פארמעסטן מיט עהם. אבער למעשה איז געבליבן אז יא, אין א מאנאט וועט פארקומען דעם ערשטן קארט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:20 |
|
| |
ניין, בכלל נישט קלאר! ווי אין די אמעריקאנע קאנסטיטוציע ווערט געשאנקן פאר א ווילעזש די רעכטן איינצוטיילן בנוגע די רעליגעזע מנהגים פין זייערע איינואוינער? 2. כפי מיטב ידיעתי זענען רוב הייזער און סקווער פרייוועט פראפערטיס, און עס איז נישט אויסגענומען אונעם דיד קיין שום תנאים בנוגע די אויפפירונג פונ'ם איינוואוינער. בין איך נישט גערעכט מיט דעם? אדרבה, אפשר לייגסטו ארויף א דיד פין א סקווירא הויז ווי מען זעהט אריינגעשריבן אזא סעיף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:29 |
|
| |
ניין, איך אליין האב נישט קיין געשריבענע באווייזן תחת ידי, אבער אז דער לויער פאטשקעט דערמיט, מיינט עס אז ס'איז דא אויף וואס צו שטעלן טענות און פארטיידיגוג, דאס וואלסטו געמעגט וויסן, אז סקווער האנדעלט נישט אומקלוג, אפשר אמאל ווילד. און נאכאמאל, די אטורעטי פון סקווער, האלט נישט אז מ'האט פארלעצט געזעצן, און דאס אויפצואווייזן, זאגט דער לויער קען ער די געזעצן און די מציאות דא. וואס די גאס זאגט? וועלכע סמך האט די גאס. מ'איז דאך אין קארט נישט אויף א ליציטאציע טריבונע
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:38 |
|
| |
לאמיר ממשיך זיין מיט מסקנות וואס איך האב ארויסגעשעפט, פון די האנדלעריי איבער ביידע נושאים, פון כללות'דיגע קאנטראל, און סיוויל רייטס און פריוועסי, און וועגן דעם טיטל אטעמט מערדער א ווארט צוויי קודם כל, וואס מ'האט געשמועסט וועגן די הויז אויף אכט בוש לעין, ווי ס'דא באווייזן אויף ביידע זייטן אויב דער בעל הבית האט יא געהאט א האנט דערין צו נישט. ס'דא א שטיקל עדות וואס האט געזען דעם בעל הבית דארט באבערען, אבער יענער [איך ווייס זיין נאמען] וויל זיך נישט ארויסשטעלן און זאגן וואס ער ווייסט. פון די אנדערע זייט איז דא א באווייז, אז וואלט ער געוואלט אנצינדן דאס הויז, וואלט ער דאך עס נישט געמאכט פונעם בוידעם, אבער נאך אלע מעשיות, וועט פון שטעטל נישט זיין קיין מסירה אקעגן דעם, טראץ וואס דאט איז נישט אטעמט מערדער נאר מערדער גופא - אויב ס'איז געווען עהם, ווייל א משפחה שלימה פון קליינע קינדער, האט זיך געלייגט שלאפן דעמאלטס ניין אזייגער אווענט בכל אופן די לשון הרע אז זיכער האבן די בחורים דאס אנגעווערטשאפט, איז דאך הויל און נאקעט שקר און מוציא שם רע. און נעמט אין אכט, דארט איז געווען 'א פייער', טאקע א לאך אין בוידעם אבער א פייער, דא ווידער, איז געווען א שנעלע שפאציר אהין און צוריק, און נאכאמאל א שפאציר צוריק מיט ברענשטאף אין האנט, און אריינפאלנדיג אין ראטנבערגס הענט, איז פארגעקומען א פייט, און והנה חלום א פארטיגע מערדער.. פארן וועלן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:57 |
|
| |
יעצט לאמיר נעמען דעם נושא פון די פילע ווידיאוס און אודיאו'ס וואס איז פארשפרייט געווארן אין די גוטהייסונג פון די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' און פרייהייט זיכער.. אויב מ'רעדט פון כלפי שמיא, די דאזיגע וואס האבן באמת געזוכט יושר, האבן דאך דאס געקענט אין ערגסטן פאל סעטלען, ווי מ'קען דאך באשיינפערליך הערן אויף די אויפגעכאפטע טעלעפאן שמועסן, וממנו ילמדו ווי רואיג און געמיטלעך מ'האט געהאנדעלט, און וואכן און חדשים לאנג, מ'האט אויסגעווארט מיט געדולד, אז אפשר דאך זאל מען זיך זעצן אויף א פשרה מיט די באליידיגטע, און גארנישט! דאס לימוד זכות איז, אז איינער וואס איז נישט צופרידן איז נישט צופרידן אין ערגעץ, און מ'איז פון עהם אויכעט אין ערגעץ צופרידן, ווי די פאקטן צייגן שוין יעצט, ווי אין מאנסי זענען די אנטלאפענע אויכעט אין בעד שעיפ, ווער ס'ווייסט אביסל וואס גייט דארט פאר מיט זיי. [ווער ס'ווייסט נישט, וועל איך לתועלת הענין דאס קענען מסביר זיין אין אישי, אבער ווארט נישט אויף קיין לשון הרע ורכילות, איך פארצייל טרוקענע באקאנטע פאקטן] דא אבער, איז פארגעקומען גאר שטארקע פארלעצונגען, דאס בושה וואס איז פאראורזאכט געווארן פאר די כבוד פון די רבנים און דיינים פון סקווער, דאס בושה און בזיונות וואס מ'האט אנגעמאכט אויף פריוואטע נעמען און אלעס אויפן חשבון אז אז מ'רעדט שוין אויפן סקווערן רבין, איז שוין ממילא מותר אויסצולייגן יעדן סקווערן תושב אויפן פארשעמונג פלאטפארמע א ביטער ווערטל האב איך געהערט פון איינע פון די קהילה לייט, ר' מענדל בערגער, אויב וועט איינער באקומען איבערבעטונגס געלט, צו איז דאס ראטנבערג צו פראמאוויטש, בין איך דער ערשטער עס צו באקומען פון זיי, ווייל לויט די טובות וואס זיי האבן פון מיר געהאט, און אקעגן דעם די בושות וואס זיי האבן אויף מיר געמאכט מיט די פארשפרייטן קליפס ווידיאו און אודיאו, קומט מיר שוין באלד מער איבערבעטונגס געלט. אבער איך וועל עס נישט בעטן.. חח פאר שבועות, איז פארגעקומען א פשרה זיצונג מיט פראמאוויטש, און ס'געבליבן אז מ'גייט עהם מיט אלעס פארגיטיגן, אבער ער זאל מוחל זיין די צער וואס מ'האט געמאכט פאר זיינע קינדער וועגן עהם, און מיר וועלן עהם מוחל זיין די בושות וואס ער האט פארשפרייט אויף אונז. ויהי אחר הדברים האלה, נאר וואס א וואך שפעטער, און ער האט ארויסגערוקט א פרישע אודיאו קעגן ר' מענדל בערגער.. און דער דיל און פשרה איז ווי פארשטענדליך בטל ומבוטל ווי יעדער פארשטייט ווער ס'דא גערעכט. די עבירה כלפי שמיא פון זיין קודם א מסרב לבי''ד, און נאכדעם נאך פארשפרייטן דאס אייגענע חוצפה וואס מ'האט געשפיגן און פארשעמט א דיין, פאר מיליאנע צוהערער אויף די אינטערנעט, איז דאך א עוון בל יכופר, אבער לויט די שטאטס געזעצן איז דאס נאך אין פראסעס, און מ'האט נאך אפילו נישט דארט. ס'דא נאך אסאך סחורה פארדעם פארצוהאלטן. ווי דער עולם קען אביסל פארשטיין דא, איז דאס א טעמע, וואס האט צוויי זייטן, און ס'איז בכלל נישט קיין ווייס און שווארצע זייטן קעגן, נאר זייער זייער היסטאריש און קאמפליצירט. און ס'מיר זייער שווער מאריך צוזיין, ווייל איך וויל נישט איינזייטיגן דעם נושא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2011 21:13 |
|
| |
הרב געדאנקען, איך מיין אז דו זאלסט דיך טוישן דיין נאמען אויף 'דמיונות'... די אמעריקאנע קאנסטיטוציע מיטן אויסטייטש פונעם היינטיגן סופרים קארט איז (ליידער) זייער ליבעראל, במילא האבן דיינע שטותים והבלים נישט קיין הענט און קיין פוס!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2011 19:07 |
|
| |
New Square Man Accused In Murder Arrested On Charge Of Violating Court Order
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2011 22:35 |
|
| |
דער בחור איז מיט אלעמען?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 20:49 |
|
| |
נו? דער Rotten Jew האט געהויבן הענט!
ווען מ'האט עהם געאפערט פינעף מיליאן, האט ער געשוואוירן ביי זיין פעלערהאפטיגער בארדע, אז ער וועט אריינבייסן אינעם רעזשים, לעבעדיג צו טויט. סקווירא וועט מער נישט זיין איין מנין, ס'וועט זיין גרויסע שינוים..
כא כא.. היינט האט ער געלאזט מעלדן, אז זיין לעבן איז עהם בידיים פארשפילט. אויב מ'וויל נאך פארהאנדלען.
זעענדיג אז ער האט נישט קיין אויסזיכטן, האט מען ווידער געפרעגט דעם יודישער חכם דעם רבין, ביים רבי'ן א יוד זאל נישט זיין א מסור, וואס ווערט נידון דאס ערגסטע כלפי שמיא, ווי ס'שטייט פונעם קאמארנער זצוק''ל, און ווי ס'איז געפאסקנט אין שו''ע.
פאר די סומע פון צוויי מעלאנעס, האט ער מסכים געווען פארשוואונדן ווערן פון די ארענע..
כא כא, מיסטער ראטנ גוי, זאג מיר, ווען גייסטו זען איין קופערנע פעני פון דעם שבועה'לע.. צוויי מעלאנעס מיט א שיינעם פיגי אין צענטער קרוין..
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 21:25 |
|
| |
הלואי איז עס אמת, ראטענבערג זאל באקומען אפאר מיליאן טאלער פארגיטוגונגס געלט פון סקווירא, און דער קעיס זאל בלייבן פארמאכט און נישט פאראורזאכן א חילול השם לעיני העולם ח''ו, און די סקווערער פאנאטיקער זאל זיך האבן געלערנט א לעסאן פון די בזיונות וואס זייער חסידות האט מיטגעמאכט די לעצטערע ציייטן אז דער וועג איז נישט קיין וועג!!! דער סקווערער רבי ווערט נישט יונגער און איז שוין אין די זיבעציקער יארן עמו''ש און מיט קאנטראלירן זיין חסידות מיט אזא שטארקן פויסט גרייט עס זיכער אן דעם באדן פאר א פייערדיגע מחלוקה פאר זיין נאכפאלגערשאפט וואס וועט האלטן דעם עולם געשפאנט פאר לאנגע יארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 22:16 |
|
| |
הא הא.. סקווער האט ס''ה גארנישט דערלייגט, נאר גאר פארדינט, קיין איין תקנה איז נישט גערירט געווארן, און דערצו האבן נאך אפאר קלענערע קרעץ מיטגעפיצט..
ולא די זאת, דאס געלט וואס מ'האט דעם ראץ פאס א שבועה'לע געגעבן, איז פונקט גענוג ער זאל זיך אונטערווישן, און נישט מוזן שטעלן א פנים, אז ער האט נעבעך געמוזט ארויסבעקן בפישוט ידים ומי רגלים.
פרעג איך אייך רבותי, איז מנשה נישט געווען גערעכט? מתחילה ועד סוף..
פארפאלן מיט סקווער פאנגט מען זיך 'נישט' אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2011 23:18 |
|
| |
WOW מנשה סקוויריא איז מעכטיג גיי אונטערזוך דיך וואס שנלער
|
|
|
|
|