|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:16 |
|
| |
1) די נאמען פון הג"ר נסים קרליץ פיגורירט אויפן לעדערהעט פונעם ועד, און אלעס ווערט געטוהן בשמו.
2) הרב שמידל אדער סיי ווער פון א"ק קענען אנרופן דעם ראב"ד שליט"א און הערן וואס ער זאגט צו מען גראבט דארט חלילה קברים, און זיי וועלן הערן אז יעדע ריר ווערט געטוהן עפ"י הוראתו.
אלזא, וואס זענען די פראטעסטן? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:27 |
|
| |
איך האב שוין ערווענט אז ר' ניסים קרליץ איז ווייט פון היימיש, און דו ווייסט דאס אויך, נאר פשוט יעצט ווייל ער איז אויף דיין שאך ברעט נוצטו אים צו שלאגן אתרא קדישא.
און אויב דער ראב"ד גיט א השגחה אויף די אלע מעשים, זאל ער רופן הרה"ג ר דוד שמידל און אים דאס מודיע זיין.
איך זע נישט פארוואס ר' דוד שמידל זאל דארפן גלייבן א ניק פון היידפארק ווען למעשה זאגט אים נישט קיים איין היימישער רב אז ער טוט נישט גוט. אדרבא מ'איז אים כסדר מכבד און מחזק.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:36 |
|
| |
1) הייסט דאס אז מען פראטעסטירט ווייל ר' נסים איז נישט היימיש? זיי מסביר קלאר, ווייל געמיינט האב איך אז מען איז מוחה אויף חילול קברים.
2) דער ראב"ד ברויך נישט אנרופן הרב שמידל ווייל ווער נאך ווי א"ק אליינס ווייסט זייער אומרעכט. איך גלייב אז דו ווייסט אז זיין טעלעפאן קאל וועט גארנישט ברענגען, אויסער מעגליך פרישע פאשקעווילן. אויב אבער לשיטתך איז אתרא קדישא פשוט באזארגט אויף די קברי אבותינו וואס ווערן דארט רח"ל אויסגעגראבן (..), פארוואס נישט מאכן א טעלעפאן קאל, והכל על מקומו יבא בשלום?
וואס זענען די פראטעסטן? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/06/2011 22:37:03
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 22:51 |
|
| |
מ'פראטעסירט ווייל מ'גראבט קברים, און ר' ניסים איז בכלל נישט קאמפעטענט צו זאגן אז מ'גראבט נישט.
מיטן ראב"ד דרייסטו ארויף און אראפ, אז דער ראב"ד האלט אז אתרא קדישא טוט אומרעכט זאל ער זיי רופן מעורר זיין, און דער ראב"ד ווייסט גאנץ גוט וויאזוי צו מאכן א רעש, עיין ערך מצעד התועבה און פרשת גיירים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:01 |
|
| |
1) ר' נסים לאזט גראבן קברים? זיי קלאר מסביר ביטע, ווייל עס קען אונז צומוצקומען.
2) דער ראב"ד האלט (לייען: ווייסט) אז אתרא קדישא איז א געלט\כבוד קאמפאני, און דער עצה דערצו איז נישט זיי אנצורופן.., נאר ער טוט דערצו דאס וואס ער דארף צו טוהן, און ב"ה דער מצב אצינד איז זייער גוט.
אתרא קדישא האט שוין היינט נישט קיין שום קאנטראל אויף קברים, און דער נייער ועד האט געעפנט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל אויף א אופן וואס איז שוין יארן נישט געווען.
אבער צו דיר לשיטתך בלייבט מיין פראגע אקוראט ווי פריער, ביטע גיבן א ענטפער.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:10 |
|
| |
ר' ניסים לאזט גיין צו בחירות אויך. דאס קומט דיר אויך צוניץ?
מ'גראבט ליידער קברי ישראל, אזוי ווי די רשעים האבן געגראבן די לעצטע פופציג יאר, און דעריבער גייען די אינגעלייט ארויס מוחה זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:12 |
|
| |
געלעכטער, איך בעט דיר זייער, דו ביסט דער ערשטער וואס האט אנגעהויבן ענטפערן אויף וואס איך פרעג, אויב האסטו טאקע די ריכטיגע תשובות, ביטע האלט דיר צום שמועס, און ענטפער וואס איך פרעג.
יישר כח.
| FiveBoro כתב: |  | 1) ר' נסים לאזט גראבן קברים? זיי קלאר מסביר ביטע, ווייל עס קען אונז צומוצקומען.
2) דער ראב"ד האלט (לייען: ווייסט) אז אתרא קדישא איז א געלט\כבוד קאמפאני, און דער עצה דערצו איז נישט זיי אנצורופן.., נאר ער טוט דערצו דאס וואס ער דארף צו טוהן, און ב"ה דער מצב אצינד איז זייער גוט.
אתרא קדישא האט שוין היינט נישט קיין שום קאנטראל אויף קברים, און דער נייער ועד האט געעפנט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל אויף א אופן וואס איז שוין יארן נישט געווען.
אבער צו דיר לשיטתך בלייבט מיין פראגע אקוראט ווי פריער, ביטע גיבן א ענטפער.
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:23 |
|
| |
איך האלט נישט ביים איבערקייען איינמאל און נאכאמאל. איך האב דיר שוין געבעטן אפאר טאג צוריק זאלסט ברענגן "איין" היימישער רב וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז אתרא קדישא טויג נישט. הייבסטו אן דרייען מיט א ר' ניסים קרליץ וואס איז בכלל נישט היימיש און נישט מאסגעבנד ווען עס קומט צו די נושאים פון דת ומדינה. נו, אז נישט ר' ניסים, הייבסטו אן זאגן אז דער ראב"ד ווייסט ביי זיך אין הארץ אז אתרא קדישא טויג נישט. האסטו נאך אלץ נישט געענטפערט מיין ערשטע פארלאנג פאר "איין" רב אפילו וואס איז זיך מתלונן אויף אתרא קדישא און זאגט אז זיי טוען אומרעכט.
איך בעט שוין אפילו נישט אז זיי זאלן מוחה זיין, מ'רעדט אז די עדה החרדית, צי די בני הרה"ק מבריסק נ"ע זאלן עכ"פ זאגן אז ידינו מסולקת פונעם גאנצן געשעפט, מיר שטיצן נישט יאקטער אבער מיר שטייען שוין מער נישט מיט מיט די פעולות פון אתרא קדישא.
פארוואס האלטסטו אז א נייטראלער מענטש, ווי למשל אברהם פריעדמאן מיט זיין צייטונג, דארפן אננעמען חוות דעתו פון א ניק אויף היידפארק וואס זאגט אז ר' משה שטערנבוך האלט אין הארץ אזוי, און דער פרעמדער ר' ניסים קרליץ האלט אזי, ווען לעומת זה איז דא אן א צאל בריוון פון גאוני וקדושי ארץ אין שטיצע פון ר' דוד שמידל און אתרא קדישא?
תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 23:29:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:25 |
|
| |
ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:28 |
|
| |
ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:33 |
|
| |
דו ווילסט דא יעצט ווערן דער 'שואל' בעפארן מיר ענטפערן?
איך בין גראדע גרייט צו זיין א משיב, אין א צווייטן אשכול.
אבער עס איז א שאד אז דו האסט אפגעטרעטן פון צו זיין דא א משיב, און דו לאזט איבער א רושם פאר ענקערע מענטשן אז מיר האבן רעכט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:45 |
|
| |
דאס אהרונישע שמאל קעפיגקייט אז די וועלט ווערט געפירט פון היידפארק איבערצייגט זיך נעבעך איינמאל און נאכאמאל.
ניין צדיק'ל, קיין איינס פון אונזערע מענטשן דארפן ב"ה נישט קיין תשובות צו דיינע וואנזיניגע שאלות, וואס באשטייט פון א איין מאן באנד מערכה אויף היידפארק, ניטאמאל דער פרישער קברים פארשטייער ר' הירצקא צוויבל נעמט א שטעלונג אין דיין מערכה'לע וואס ווערט געפירט מיט א תמימות מיט גראבע און קליינע אותיות, לאנגע שטריכן און שרייענדיגע קעפלעך.
איך האב ס"ה געוואלט צוקומען צום שפיץ פון דיין בארג, און עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט אז קיין איין היימישער רב, אפילו נישט ר' אהרן טייטלבוים, וואס האלט זיך געעווענדליך אפ פון עפענען א גרויס מויל ווען ס'פארהאן א סקאנדאל ביי כלל ישראל, נאכדערצו אזא שרעקעוודיגע סקאנדאל ווי דו לייגסט עס אראפ, שטייט מיט אין דיין מערכה קעגן דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא וואס איז נתייסד געווארן ע"פ הוראתם פון רביה"ק מסאטמאר והרה"ק מבריסק זי"ע, און ווערט ווייטער געפירט דורך די אלע ערליכע אידן פון אונזער היימישער לאגער, ובראשם מרן הגאב"ד ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
יעצט זיי ממשיך מיט דיין עבודת הפרך פון פארשווארצן דעם פנים פון די אהרונים אז זיי זענען די וואס פירן א מערכה קעגן דעם הייליגן מוסד.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/06/2011 10:07:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 23:53 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | | ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט. |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:05 |
|
| |
שאלה נומער 2:
אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".
מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.
שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?
וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?
פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/06/2011 10:08:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:54 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט. |
|
|
|
|
|
|