בית פורומים כל העולם כולו

יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2011 19:24 לינק ישיר 

שמוציגער געמיינער פאשקעוויל היינט אויסגעהאנגען דורך "אתרא קדישא" עשקנים.

נעכטן איז נפטר געווארן הגאון ר' מיכל יודא לעפקאוויטש ז"ל, א איד וואס איז נישט געווען פון אונזער קרייז, געגאנגען צו די בחירות, אבער אלע ערליכע רבנים האבן פארט געהאט א רעספעקט פאר אים זייענדיג א גדול בתורה און אויך איז ער געווען א יחיד במינו, אז ער איז געווען א אמתער לוחם קעגן די גזירות נגד הדת באה"ק, נישט ווי די אנדערע וועלכע זענען פארטיקען געווארן אין ציונות און פאליטיק.

היינט אינדעפרי האבן די פושעים הנקראים "סיקריקים", אנשי אתרא קדישא, בשעת די לויה פון ר' מידל יודא ז"ל, אויסגעהאנגען אט דעם שמוציגן פאשקעוויל קעגן אים, פארן חטא פון אראפנעמען דעם חרם פון אלקטרה.

איך וועל יעצט נישט אריינגיין אינעם ענין פון די חרם ווי אויסגעהאלטן דאס איז געווען און פארוואס זיי האבן אראפגענומען דעם חרם, אבער איך שיהיה לאזט זיך פרעגן:

הזאת תורת אמת?! דאס האט אונז די רבי געלערנט?! דאס מיינט ערליכע קנאות?! פארשעמטע פארשוינען!!!



מיר רופן אלע אויס צו די שמוציגע אזוי גערופענע קנאים: פארשעמט נישט די נאמען פון אלע קנאים און פון די עדה החרדית! לאזט אונז אפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 19:41 לינק ישיר 


כאטש אז איך האב נישט קיין שום איבריגע געפיל פאר אתרא קדישא, און זייערע אנפירער
דאך וויל איך ארויסבענגען מיין מיינוג בנוגע די לעצטע פאשקעוויל וואס פייוו בארא האט אהערגעברענגט,

לויט מיין מיינוג, איז די לעצטע פאשקעוויל נישט קיין צעטיל פון גאס, וואס איינער האט אויפגעהויבן פון פלאר, און אריינגעסקענט און קאמפיוטער, עס זעט מיר אויס כאילו איינער האט עס אליינס פאברעצירט און דער נאך געשיקט צו פיוובארא עס זאל עס אהערשטעלן און פארשעמען דערמיט אתרא קדישא

אדרבה, פראבירט עס אליינס, סקענט אריין א צעטיל אויפגעהויבן פון גאס, וועט איר זען אז עס קיקט נישט אויס די זעלבע

איך וועל נישט חושד זיין פיוובארא מיט פארפירען דעם ציבור, מן הסתם איז ער געווארען אפגענארט און געקויפט פאלשע אינפערמאציע,

נ.ב. די זעלבע קען מען אויך זאגען אויף די ערשטע פאשקעוויל פון דעם אשכול, הגם אז אויף די צווייטע זעט זיך עס מער אן אז עס איז פאלש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 19:53 לינק ישיר 

have hope

איך וואלט געוואלט פארשטיין פארוואס די באשולדיגסט פייוו בארא מיט א אזא פרעכע באשילדיגונג?

איז דאס באזירט אויף דיין עקספערטיז פון סקענען פאשקעווילן?

דיין פשוטע טראסט וואס די האסט אז אתרא קדישא בפרט, און כלל ישראל בפרט , האבן  נישט אזעלכע
געמיינע LOWLIFES אלטס פאשקעווילן שרייבער?

אדער איז עס גאר באזירט אויף דיין 14טע אני מאמין!
[אני מאמין שכל מה שאתרא קדישא עשה עושה ויעשה מיום הווסדם עד ביאגו"צ הם צודקים,והאמת בארץ תקבור! ואין לנו ולבנינו ולבני בנינו, רשות להרהר אחריהם לעולם ועד סלה]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 20:01 לינק ישיר 

מכחיש שמש בצהרים. א שאד יעדעס ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 20:42 לינק ישיר 


קליינקאפ, 

עס איז נישט צו פארשטייען ווי אזוי די פרעגסט מיר א שאלה אויף מיין תגובה, אויף זאכען וואס איך האב ניטאמאל געשריבען, עס איז די מינעמאלסטע סטענדארט, אז דו זאלסט צום ווייניגסטענעס קודם ליינען די תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך,

לייען איבער מיין תגובה נאכאמאל, און אויב עס איז דיר שווער קענסטע מיר איבערפרעגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 20:44 לינק ישיר 

יא! מר האפ
דא לאכט מען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 21:18 לינק ישיר 

פייו בארא, איך האלט אז נאך אזא שרעקעדיגע אקט פון אתרא קדישא גייען זיך זיכער אלע גאוני וגדולי ארץ וואס שטייען מיט מיט די ארגענעזאציע, זיך אפשאקלען פון איר און זיי אויפהערן שטיצן. וואס האלטסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 21:30 לינק ישיר 

1) איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.

2) דו טוסט בארעכטיגן דעם פרעכן פאשקעוויל פון די געמיינע יונגען?

(ענטפער ביטע אויף ביידע).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 21:54 לינק ישיר 

פאר די אלע וועלכע קענען נישט אריינעמען אין קאפ דעם ביטערן מציאות אז אזעלכע שמוציגע פאשקעווילן ווערן געמאכט דורך אתרא קדישא יונגען, [וואס באמת איז פארשטענדליך דאס נישט צו קענען פארדייען אלס אן אמת, נפש היפה סולדתו], האט מיר איינער אריינגעשיקט א לינק צו אן אלטער אשכול פון עטליכע חדשים צוריק אין בחדרי חרדים פארום, וואו איינער שטעלט ארויף אויסצוגן פון א קונטרס וואס איז ארויסגעגעבן געווארן לרגל א עצרת פון אתרא קדישא, וועלכע אנטהאלט דעם מיאוסן פאשקעוויל קעגן הגאון ר' נסים קרליץ, און נאך שמוציגע מאמרים אקעגן אים און זיין בי"ד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 22:10 לינק ישיר 


עס איז נישט אזוי ווייט אז מען וויל נישט גלייבען אז אתרא קדישא איז עלול צי טיען אזלעכע זאכען, יעדער פארשטייט אז זיי קענענן עס טיען,

די שאלה איז מער צו די עומדים בראש און די מלחמה מיט אתרא קדישא, צי זיי זענענן טאקע אזלעלכע נקי כפים, און אויסגעריפענע אמת'ע מענטשן, אז מען דארף זיי גלייבען אויפן ווארט, און אפקויפן זייער PR וואס ווערט בעיקר געפירט דא אויף היידפארק דורוך איינצעלע ניקים, אדער אפשר קען זיין אז ניין, מען מוז זיי נישט גלייבען, און עס איז רעכט צו פארלאנגון באווייז אז זיי זענענן טאקע בעסער און די PR וואס זיי פארקויפן איז אמת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:15 לינק ישיר 

יא! מר האפ!
דא לאכט מען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:19 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
1) איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.

די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק

2) דו טוסט בארעכטיגן דעם פרעכן פאשקעוויל פון די געמיינע יונגען?

וואו האסטו מיך געזען בארעכטיגן? איך האלט נאך בכלל נישט אז דאס האט מיט אתרא קדישא (נניח אז אזא פאשקעוויל איז בכלל מפורסם געווארן)

(ענטפער ביטע אויף ביידע).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:26 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
פאר די אלע וועלכע קענען נישט אריינעמען אין קאפ דעם ביטערן מציאות אז אזעלכע שמוציגע פאשקעווילן ווערן געמאכט דורך אתרא קדישא יונגען, [וואס באמת איז פארשטענדליך דאס נישט צו קענען פארדייען אלס אן אמת, נפש היפה סולדתו], האט מיר איינער אריינגעשיקט א לינק צו אן אלטער אשכול פון עטליכע חדשים צוריק אין בחדרי חרדים פארום, וואו איינער שטעלט ארויף אויסצוגן פון א קונטרס וואס איז ארויסגעגעבן געווארן לרגל א עצרת פון אתרא קדישא, וועלכע אנטהאלט דעם מיאוסן פאשקעוויל קעגן הגאון ר' נסים קרליץ, און נאך שמוציגע מאמרים אקעגן אים און זיין בי"ד.



קוקענדיג אויפן קעפל שטייט אז דער גליון איז ארויסגעקומען דורך א געוויסע ועד למניעת חפירות. וואס האט דאס מיט אתרא קדישא?
 און בכלל ווייסט יעדער דער אפטייטש פון א פאשקעוויל איז אז דאס ווער פארשפרייט אנאנים, דו ברענגסט דא איין פאשקעוויל נאכן צווייטן, וואס ווי געזאגט איז בכלל נישט זיכער אז עס פארשפרייט געווארן בכלל, און מיט דעם פירסטו א מערכה מיט אתרא קדישא, הלמאי זיי האבן דאס געשריבן, יענץ געווארפן וכו'. דאס איז טייטש השנאה מקלקלת את השורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 22:28 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק

1) וועלכע פון זיי?

2) ווען האבן זיי די לעצטע מאל מפרסם געווען אז זיי שטייען מיט מיט אתרא קדישא? עס איז דא א קאפי דערפון?

(ביטע ענטפערן אויף ביידע)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 22:30 לינק ישיר 

איך האב נישט יעצט קיין געדולד נאכצוזוכן, אבער איינער פון די בריסקער קינדער האבן ממש לעצטענס זייער שטארק גערעדט לטובת אתרא קדישא, און אפגעווארפן די טענות קעגן זיי. עס איז געווען בשעתו שטארק מפורסם, איך וועל דאס באלד אפירזוכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.