|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:32 |
|
| |
גערעכט, די פאשקעווילן ווערן נישט געשריבן דורך יצחק ווייס [אתרא קדישא], נאר דורך עמרם טייטלבוים [ועד למניעת חפירות].
צו ביסטו טאקע אזוי נאאיוו?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:33 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | איך האב נישט יעצט קיין געדולד נאכצוזוכן, אבער איינער פון די בריסקער קינדער האבן ממש לעצטענס זייער שטארק גערעדט לטובת אתרא קדישא, און אפגעווארפן די טענות קעגן זיי. עס איז געווען בשעתו שטארק מפורסם, איך וועל דאס באלד אפירזוכן. |
|
אמת. האלט מיר ביי איינעם.
ווער נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:38 |
|
| |
לאמיר זיך אפשטעלן ביי דעם איינעם. מ'האב מיר דא ר' ניסים קרליץ, וואס איז בכלל נישט פון אונזער חדר, אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט איינער פון בריסקער רב'ס קינדער, וועלכע האבן זיך אלץ געהאלטן נאנט בשיטה מיט סאטמאר. נו, וועמענס דעת תורה איז מער מאסגעבנד?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:48 |
|
| |
ביטע זיך האלטן צום שמועס.
געלעכטער כתב: פייו בארא, איך האלט אז נאך אזא שרעקעדיגע אקט פון אתרא קדישא גייען זיך זיכער אלע גאוני וגדולי ארץ וואס שטייען מיט מיט די ארגענעזאציע, זיך אפשאקלען פון איר און זיי אויפהערן שטיצן. וואס האלטסטו?
FiveBoro כתב: איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.
געלעכטער כתב: די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק
FiveBoro כתב: וועלכע פון זיי?
האסטו דערמיט געמיינט בלויז הגרא"י סולווייציק?
אויב יא, קענען מיר צוריקגיין צצו אונזער שמועס.
אויב נישט, שרייב ווייטער די נעמען און די באווייזן, און דערנאך וועלן מיר זיך מוטשען צו פארשטייען פארוואס זיי ערלויבן אזאנע געמיינע אינגען פירן זייערע מערכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 22:54 |
|
| |
הייסט יעדער פון די נעמען וואס איך גיי ברענגן האט א עקסטרע תירוץ? נו, הייב אן פארענטפערן הגרא"י און איך וועל פארזעצן ברענגן די אנדערע נעמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:01 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | שאלה נומער 2:
אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".
מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.
שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?
וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?
פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו?
|
|
לעניית דעתי איז דאס דער הילכיגסטער באווייז אויף דעם וואס איך ווייס מידיעה ברורה, אז די עדה החרדית איז קעגן די אלע פסולע מערכות וואס אתרא קדישא פירט יעצט אן.
און אויף דעם תגובה האב איך נישט געזעהן קיין אנטווארט פון דיר, געלעכטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:09 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | הייסט יעדער פון די נעמען וואס איך גיי ברענגן האט א עקסטרע תירוץ? נו, הייב אן פארענטפערן הגרא"י און איך וועל פארזעצן ברענגן די אנדערע נעמען. |
|
נאכנישט געזען קיין תירוץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:11 |
|
| |
50% רבני העדעה ובראשם הגאב"ד שליט"א זענען נישט קעגן אתרא קדישא, עס איז א פאקט, וואס סיי לויט וועלכע וועג די וועסט עס וועלן ספינענן, וועט דאס בלייבען די מציאות
גראדע באדערט עס פאר מיר אויך, ווייל מיין געפיל איז אויך נישט מיט אתרא קדישא, אבער א מציאות קען מען נישט טוישען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:11 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | איך האלט נישט ביים איבערקייען איינמאל און נאכאמאל. איך האב דיר שוין געבעטן אפאר טאג צוריק זאלסט ברענגן "איין" היימישער רב וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז אתרא קדישא טויג נישט. הייבסטו אן דרייען מיט א ר' ניסים קרליץ וואס איז בכלל נישט היימיש און נישט מאסגעבנד ווען עס קומט צו די נושאים פון דת ומדינה. נו, אז נישט ר' ניסים, הייבסטו אן זאגן אז דער ראב"ד ווייסט ביי זיך אין הארץ אז אתרא קדישא טויג נישט. האסטו נאך אלץ נישט געענטפערט מיין ערשטע פארלאנג פאר "איין" רב אפילו וואס איז זיך מתלונן אויף אתרא קדישא און זאגט אז זיי טוען אומרעכט.
איך בעט שוין אפילו נישט אז זיי זאלן מוחה זיין, מ'רעדט אז די עדה החרדית, צי די בני הרה"ק מבריסק נ"ע זאלן עכ"פ זאגן אז ידינו מסולקת פונעם גאנצן געשעפט, מיר שטיצן נישט יאקטער אבער מיר שטייען שוין מער נישט מיט מיט די פעולות פון אתרא קדישא.
פארוואס האלטסטו אז א נייטראלער מענטש, ווי למשל אברהם פריעדמאן מיט זיין צייטונג, דארפן אננעמען חוות דעתו פון א ניק אויף היידפארק וואס זאגט אז ר' משה שטערנבוך האלט אין הארץ אזוי, און דער פרעמדער ר' ניסים קרליץ האלט אזי, ווען לעומת זה איז דא אן א צאל בריוון פון גאוני וקדושי ארץ אין שטיצע פון ר' דוד שמידל און אתרא קדישא?
|
|
נאך נישט באקומען קיין תירוץ.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:12 |
|
| |
וועלכע פאשקעוויל? קעגן ראב"ד צי קעגן רבי מיכל יהודה?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:12 |
|
| |
געלעכטער, עס איז שוין די דריטע מאל היינט וואס צוליב א מאנגל אין תירוצים, פארדרייסטו די נושא אנשטאט ענטפערן.
דא האסטו שוין געפרעגט די קושיא פארוואס רבנים זענען נישט מוחה, און כהאב דיר געענטפערט.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/06/2011 23:24:09
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 23:21 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | וועלכע פאשקעוויל? קעגן ראב"ד צי קעגן רבי מיכל יהודה?
|
|
ביידע.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:02 |
|
| |
הארטע באווייז ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:14 |
|
| |
זייט ווען דארפסטו באווייזן ?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:22 |
|
| |
זייט פייוו בארא דארף.
|
|
|
|
|