בית פורומים כל העולם כולו

יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2011 00:23 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין באווייזן אז דאס האט יצחק ווייס געמאכט, עס קען רואיג זיין אז עמרם טייטלבוים האט עס געמאאכט.

האסט א דריטע ווערסיע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:24 לינק ישיר 

יא, לא היו דברים מעולם. דאס האט פייוו בארא געמאכט און מיינט אזוי באשולדיגט מען אתרא קדישא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 00:26 לינק ישיר 

געלעכטער, גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:28 לינק ישיר 

אצינד נאכן ענטפערן לפנים משורת הדין שלא מן הענין, קען איך הערן עפעס ערנסטע תשובות אויף מיינע ערשטע צוויי פראגעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:36 לינק ישיר 

וועלכע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 00:37 לינק ישיר 

שאלה נומער איינס:

FiveBoro כתב:

וואס איז דיין מיינונג אויף די פראטעסטן וואס אתרא קדישא פירן אן, אויף פלעצער וואו עס איז דא א השגחה עפ"י הוראתם פון הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א און כ"ק הראב"ד שליט"א, און מען גראבט נישט דארט קיין קברים ב"ה? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?

ביי פרשת שפאניע איז געווען עפעס ליגנערישע הסברים אז מען פארלאנגט פון די שפאנישע רעגירונג עפעס מער. וואס איז דא די הסבר?

אויב האסטו א גוטן הסבר דערויף, און אזוי וועסטו מיר אויך קענען ענטפערן אויף אלע מיינע ביז יעצטיגע ברענענדיגע קושיות און סתירות וואס איך וועל דיר פארשטעלן, דאן פארשטיי איך אפשר פארוואס דו קענסט נישט גלייבן אויף אתרא קדישא אז זיי טוען דאס וואס זיי טוען, און דו ביסט בארעכטיגט מחולק צו זיין.

ביזדערווייל, קלער איך אז באמת ווייסטו דעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:38 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
שאלה נומער 2:

אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".

מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון 
אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.

שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?

וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?

פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 00:55 לינק ישיר 

פאר איך גיי מיך אריינלאזן דיר צו ענטפערן זאג מיר פון וועלכע ביז וועלכע תקופה דו רעדסט. איך האלט מיך נישט ביים אריינלאזן נאכזוכן די אלע פאקטן, און נאכדעם וועסטו מיר קומען זאגן, דאס איז אנדערש, דעמאלס איז געווען א אנדערע סיבה פארוואס זיי האבן יא וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 01:35 לינק ישיר 

איך רעד פון תשע"א, זינט נאך פרשת יפו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 04:08 לינק ישיר 

קודם כל די פייערדיגע דיבורים פון הגאון רא"י סאלווייציק שליט"א. יעצט וועמען דארף מען ליבערשט גלייבן פייוו בארא צי דעם גאון?

בס"ד

 

מתוך דברי מחאה וזעקה

מאת הגאון הגדול

 רבי אברהם יהושע הלוי סאלאווייציק שליט"א

ראש ישיבת בריסק – מנשיאי אתרא קדישא

בחובת המערכה להגנת קברי ישראל המנוהלת ע"י אגודת "אתרא קדישא"

 

המחשבה ש"אתרא קדישא" פוגעת בקברים או מפנה קברים דומה למחשבה ולדיבורים שהנוצרים טענו שיהודים רוצחים נוצרים לשתות דמם ולשים דם נוצרים במצות!

 

הגויים שסרבו לקבל תורה משום "מה כתוב בה – לא תרצח" " אי הכי לא בעינן"! הם טוענים על היהודים שאמרו "נעשה ונשמע" על לא תרצח – שהיהדים רוצחים וצריכים דמם!

 

רבנים שטוענים כבר 20 שנה שאתרא קדישא קיצונית ובלתי פשרנית ולא מתפשרת – ולכן גורמים שאין השלטונות רוצים לשמוע אותנו, וצריך להיות יותר פשרנים וותרנים ואז נוכל לפעול.

 

הם הרבנים שעכשיו מעלילים על "אתרא קדישא" שחפרו קברים ועשו מה שהם דורשים שיעשו כבר 20 שנה! וכמובן שהכל שקר וכזב ואין לאותה חפירה שום שייכות עם אתרא קדישא – שום שייכות ממש.

 

חז"ל אומרים שתבוא אשת פוטיפרע ותעיד שלא נחשד יוסף על עריות, מאי שלא נחשד? הרי בוודאי נחשד – רש"י מביא שכל מצרים דיברו עליו – שאותה מרשעת הרגילה שמו בפי כל הבריות והי' צ"ל שתעיד "לא עבר עבירה" ומאי שלא נחשד?

 

אלא שחז"ל מביאים שמצרים שטופה בזימה כולה, והתורה מעידה "כמעשה ארץ מצרים לא תעשון" ומצרים היתה סמל של זימה ועברות, ומה הי'ה להם לבריות במצרים לרנן ולדבר על יוסף כל כל הרבה, הרי כל הדיבורים אודותיו שהיה כמעט מעשה – ובפועל לכולי עלמא לא היה כלום – אז בארץ שטופת זימה כמו מצרים מה יש לדבר על זה?

 

אלא שזו התשובה: שאם יוסף היה באמת מאותם הנחשדים על דבר זה – באמת לא היו מדברים על זה כלל! שהרי מה יש לדבר על דבר שלא הי' כלל, אלא כל הדיבורים הם בגלל שלא נחשד יוסף ואי אפשר לחושדו כלל – ולכן הדיבורים.

 

והוא הדין "אתרא קדישא" – כל הדיבורי שקר – בגלל שאי אפשר לחושדם כלל!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 04:10 לינק ישיר 
א בריוו פון דעם גאנצן בי"ד שע"י העדה החרדית פון כסליו תשע"א




תוקן על ידי געלעכטער ב- 29/06/2011 04:11:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 18:38 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א בערענענדיגע קושיא פארוואס דער בי"ד שווייגט שטיל אויף די שרעקליכע חילולי קברים וואס קומען אנגעבליך פאר אין צענדליגער פלעצער איבערן לאנד - שוין נאך די סתימת הגולל אויפן יפו מערכה, 1) זיי פארופן נישט קיין מחאות, 2) זיי גיבן נישט ארויס קיין מכתבי מחאה, 3) זיי שיקן נישט דעם ציבור מוחה זיין אויפן פלאץ, 3) זיי גייען נישט אראפ אינאיינעם מוחה זיין אזוי ווי עס איז געווען אין יפו.

און דו ברענגסט מיר א בריוו פון חודש כסליו, (ווען די יפו מערכה איז נאך - אגב - אנגעגאנגען) וואו בי"ד שרייבט אז מען זאל העלפן די "אינגעלייט" (פארוואס זיי שרייבן נישט "אתרא קדישא" האט אויך א סיבה ואכמ"ל) וועלכע האבן חובות צוליב די פארלאפענע מחאות, מען זאל זיי גיבן געלט.

פון וועמען מאכסטו ליצנות?

==========

ביטע ענטפערן אויף ביידע פון מיינע פראגעס א תשובה הגונה "מן הענין", אז איך זאל קענען פרעגן ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 20:31 לינק ישיר 

און איך האב אויך געפרעגט א ברענעדיגע קשיא, הגם נישט מיט באלד אותיות, אבער מער ברענעדיגע ווי דיינס. דא שטייט פאר הגאון רא"י מבריסק שליט"א, קעגן א ניק אויף היידפארק. ווער איז ליבערשט באגלייבט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 20:45 לינק ישיר 

ברענעדיג? גוט, לאמיר נישט אריינגיין אינעם אפטייטשט יעצט, לאמיר זעהן ווי מיר האלטן מייט דיר:

איך האב געפרעגט 2 קשיות, און דיין ענטפער אז הגרא"י מבריסק שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער קען נישט גלייבן אז אתרא קדישא גראבט קברים.

איך האב גוט פארשטאנען? ווייל געבעטן האב איך דו זאלסט ענטפערן "מן הענין".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2011 20:57 לינק ישיר 

וועלכע חלק איז נישט מן הענין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext