איצט האבן זיי געבאקען א פרישע מעשה, אז רביה"ק זי"ע האט געהייסען נאר ניצן מים חיים קאלער סאדע, און סעלצער, און ח"ו נישט קיין אנדערע, און זיי לייגן נאך צו אז רביה"ק איז דער משה רבינו פון דור, ממילא איז פסק קדשם פון רביה"ק זי"ע און משה רבינו אז מען דארף טרינקען נאר מים חיים סאדע...
און מען בעט אלע זאליס אז אין די הייליגע טעג פון מתן תורה זאל מען זיך מקבל צו טרינקען נאר מים חיים סאדע, און מיט דעם וועט מען הייבן אידישקייט ביי אונזערע דורות...!
די מענטשן האבן נעבעך מיטן קאפ צו טון לאכט אבער נישט, אזוי וואלט מיר אונז אויסגעזען היינט ווען מען לאזט זיך אין די מ' יארן פון די אלע רעבעצין מענטשן וואס האבן מורא געהאט אז מען גייט חלילה פארגעסן פון רעבין זכרוינעליבראכע יעדע עד וואלט געווען די רבי ז"ל, די רבי האט געהיייסן טרינקען קאלער סאדע, די רבי האט געהייסן קויפן גאלדען פלאו טשאקלעד מילעך, וכו' וכו' איך ווייס נישט ווי די מענטשן שעמען זיך נישט אגב, ווער איז דער בעה"ב פון מים חיים היינט
נשלח ב-29/6/2011 01:48
הייסט קען גאר זיין אז ס'מיז נישט זיין קיין טרערן פין דברי חיים אפשר איז געווען מים חיים וואסער ?
נשלח ב-29/6/2011 01:54
מיים חיים עדווערטייזט אין בלאט?
נשלח ב-29/6/2011 02:04
אוי וויי זענען די זאלי אראפ פון זינען?
אזאנע אקסן!
נשלח ב-29/6/2011 02:14
אפאר גוטע וויצן.
ר' זלמן לייב האט געמאלדען אז פון היינט און ווייטער ב"ה דארף מען ווייטער נישט לערנען... ווייל מיטן טרינקן א קאלטן גלעזעל מים חיים בלער טשערי, איז פונקט ווי מען לערנט א בלאט גמרא מיט תוספות... און אזוי פירט ער זיך שוין יארן...
קוטשי וואלי זייט ער איז געוואור געווארן די פרישע פסק פון רבי'ן זי"ע, טרינקט ער א גאנצען טאג מים חיים קלאער סאדע, אזוי ווייט אז די וואך האט ער שוין קידוש געמאכט אויף קאלער סאדע...
יודעלע וויינשטאק האט זיך מקבל געווען זיך צו באדען יעדען טאג אין מיים חיים פיינעפעל סאדע...
איך מיין אז וועגן דעם איז ל"ע דא די טמא'נע זאלציגע עירוב אין ווילי, ווייל דער עולם טרינקט נישט גענוג מים חיים קאלער סאדע... איינמאל מען וועט אנהייבען צו טרינקען מים חיים סאדע וועט דער עירוב בטל ומבוטל ווערן....
פון היינט און ווייטער וועט יעדע זאלי מלמד ווען א קינד וועט זיין שלעכט, וועט ער אים באגיסען מיט מים חיים אראנטש סאדע, און מיט דעם ראטעווען די דורות עתידים...
ווארט נאר בקרוב וועלן די זאליס, מען מגלה זיין די פסק פונעם רבי'ן זי"ע, איבער וועלכער אייז קרים מען מיז ניצן צו ראטעווען די דורות עתידים....
נשלח ב-29/6/2011 03:21
יעצט באשטעטיגט: מים חיים עדווערטייזט נישט אינעם גע'אסר'טן בלאט. איינער האט נאך קשיות אויף דעם אשכול?
געלעכטער איז שוין אנגעטרינקען מיט מים חיים סאדע...
אנגעטרינקענערהייט אסר'ט ער שוין דער בלאט אויך...
דער דארגער מיט די זאליס שרייען שוין אז באר מים סאדע איז געזאלצען און מען טאר עס נישט טרינקען...
נשלח ב-29/6/2011 04:06
א קלוגע מיטל צו ברעכן מים חיים קאמפאני צו עדווערטייזן אין בלאט? ימים ידברו.
נשלח ב-29/6/2011 04:14
איך גלייב שווער אז מיים חיים זאל נאר אדווערטייזן און איד, האלטס ער וויל נאר קאסטומערס פון צד מהרז''ל?
נשלח ב-29/6/2011 04:34
דיןתורה, הייבסט אן אזוי כיטרע פארמירן א בויקאט קעגן מים חיים, וואס?
נשלח ב-29/6/2011 04:38
איך ארבייט נישט פאר מיים חיים, און איך ליין נישט די איד, אבער ווי באלד איך גלייך נישט ווען מען בארעדט א איד'ס ביזנעס סתם און די וועלט אריין, וויל איך אבער קלארשטעלן וואס די עד באדייט
לויט ווי אזוי איך פארשטיי - און אסאך ליינער דא פארשטיין - באציט זיך מיים חיים צום פאקט אז ער איז געווען די ערשטע היימישע אידישע קאמפני וואס האט געהאט סאדע מיט א הכשר, און עס איז אמת די מעשה, כהאב שוין געזען באשריבען, אז די רבי האט געהייסן אז מען זאל נאר געבן סאדע מיט א בכשר, וועלענדיג מחזק זיין די קאמפאניס און די בראשית יארען ווען די קלייענטיל איז געווען זייער קליין
און די היינטיגע צייטען, קען טאקע אזא עד ארויפברענגן לצינות, אבער פון דא ביז אים צוזאשטעלן און איין טשולענט טאפ מיט די גאנצע זאלי פארטיי, איז פאלג מיר א גאנג, ביי טייל שרייבער דא קען טאקע זיין אז דמו הפקר, ווייל ער איז מעגליך פון א אנדערע פארטיי, איך האלט אבער נישט אזוי
קום, לאמיך דיר דערציילן אביסל היסטאריע. ווען מים חיים איז ארויסגעקומען, האט מען גענוצט דעם גאנצן פאליטישן מאשין צו צוברעכן די פרנסה פון אן אנדערן איד וועלכער האט פארקויפט סאדא.
איך וויל נישט רעדן מער, די וואס זענען גענוג אלט ווייסן און די וואס נישט, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך.
בקיצור צי זיין א זאלי טאר מען נישט עסן ריפעל פעטאטע טשיפ אין א מצוה צי טרינקן קאליר סאדע איי וואס טוט זיך מיטן קדיש עצמך במותר לך א קשיא אויף אן עם הארץ