דא האט איר די תגובה פונעם זאלי ניק "גינות" ווי ער אז מכסה טפח פאר די זאליס פארוואס די סאטמערע עסקנים האבען פרכאפט אויך דראהביטש, און די פקדתו שמרה מנהל פון זייער פארום האט עס אפגעמעקט ווייל עס שטומט נישט מיט זייער בעקעריי ,
באקומען אין אישי,
די השתלשלות וואו אזוי עס איז אנגעקומען צו הרב איתמר מייזליש
איז וואו פאלגענד, עס איז דא א אינגערמאן א בנש"ק הרב ר' יושערובין [הערות היראים: שותף און די זאלי בילדער אויסגאבע] וואס ער האט שוין מיט 3 יאהר צוריק אנגעהויבן צו מעורר זיין דעם ציבור
דערנאך וואס ער איז געפאהרן מיט הרב י"מ גבאי צו ענדיגן די אוהל אין קאלבסוב און אינטערוועגנס האט אים הרב גבאי דערציילט אז ער האט געפינען די פלאץ פון די אוהל פון ר'אלעזר ניסן נאר עס פעהלט אים די קאנטאקט צו שאפן די געלטער עס צו ראטעווען און צוריק אויפשטעלן האט ער געבעטן פון הרב יושע רובין אז ער זאלזיך אריינלייגן צו מעורר זיין דעם עולם און שאפן די באדערפטיגע סומע,
(הערות היראים: פארשטייט זיך דאס איז געווען נאכדעם וואס ער האט געבעטן דעם איש משחית - טאהלער מיט וועם הרב גבאי איז נאנט ער זאל אים שאפען די געלט צווישן די זאליס)
יושע רובין האט זיך טאקע אריינגעלייגט מיט אימפעט, אבער הכל תלוי במזל ער האט געטאפט א וואנט וואו ער האט גערעדט האט זיך יעדער ארויסגעדרייט [חוץ פרעמדע יחידים וואו ווייטער באשריבן], (הערות היראים: פארשטייט זיך ער האט נאר געארבעט אויף די זאליס) 1 מאהל האט עס שוין אויסגעזעהן אז עס גייט זיך שוין ריקן עס איז שוין געלונגען
אריינצוריקן א ארטיקל אין דער איד אבער קארץ דערנאך איז עס וואו פארגעסן געווארן {...}, אזוי האט עס אנגעהאלטן איבער 2 יאהר וואס דאן האט זיך יושע רובין אויסגערעדט פאר זיינס א ידיד הרב שמעון ווערצבערגער וואו שווער ס' רוקט זיך האט זיך ר' שמעון אריינגעלייגט און מעורר געווען זיין ידיד הרב איתמר מייזליש צו ווערן דער נושא בעול און דעם הייליגן פראיעקט הרב איתמר האט געכאפט א שמועס מיט יושע רובין און האט געהערט אלע פרטים און האט זיך תכף אריינגעווארפן און אנגעהויבן צו טוהן צו שאפן נאך הוחכות וואו עס איז מיט אנדערטהאלבן וואך צוריק ארויסגעקומען וואו מען האלט יעצט אז עס איז נאכאמאהל נתברר געווארן [מיט די מיטארבייט פון משה לאנדא און נאך עסקנים] אז דאס איז טאקע [90%] די ריכטיגע מקום וואו עס ליגט רבינו ר' אלעזר ניסן. נו האט זיך ר' איתמר נישט געפויהלט נאר תיכף אריבערגעפאהרן קיין דרוהביטש פון וואו ער איז היינט {פרייטוג} צוריקגעקומען,
עס איז מערקוועדיג צו אנמערקן אז נישט יעדער האט זיך ארויסגעדרייט ! ,
די ווייטער דערמאנטע האבן יא זייערע הערצער געצויגן צו די קדושה און זיי האבן זיך משתתף געווען הרב הנגיד אליעזר פרענקל 2.500$
הרב שמעון ווערעצבערגער [אייניקל פון זרע יצחק וואס ליגט אויך דארט אין ביה"ח] 1000$ כ"קאדמו"ר מליעזש 750$
הרב נפתלי ט"ב פון פלעטבוש 500$ און נאך עטליכע קלענערע נדבות און הבטחות.
די זכות זאל און וועט זיי זיכער ביישטיין אבער וואו פארשטייט זיך אז דאס האט נישט געקענט קאלעקטן אפי' א הונדערטסטעל פון די גרויסע קאסטן און עס פעהלט זיך אויס גאהר אסאך ענערגיע דאס צו קענען מוציא זיין מכוח אל הפועל. און דאס האט זיך
אבער הרב ר' איתמר מייזליש אינטערגענומען און וועט האפענטליך אויספיהרן זיין ארבייט וואס וואו ערהאט עטליכע מאהל ארויסגעברענגט אז ער טוט דאס אלץ אייניקל ער האפט אז דאס זאל נישט אריינשלעפן אין א מחלוקת איז לאמיר פראבירן צו איינמאהל ארבייטן לשם שמים צוזאמען! "צוזאםארבייט" לאמיר האפן אז מען זאל אמאהל מיינען לשם שמים און נישט מעורר זיין מחלוקת נאר ארבייטן צוזאמען שרייבט: איינע פון די ערשטע און מערסט פארמישטע עסקנים
(ע''כ פין גינוס) יעצט פארשטייט איר פארוואס פקדתו האט עס אויסגעמעקט קורץ נאכען פאוסטען? די ס''ה שטעלט זיך ארויס אז הרב רובין זאגט אז פין די זאליס האט ער גארנישט געקענט באקומען נאר איין מאל ער האט געטראפען א אוזן קושבת ביי ר' איתמר מייזליש זענען זיי געווארען מחותנים...... קאמענטארען זענען איבריג
איך קען נאר אזוופיל מוסיף זיין אז ער שרייבט ווייניג איך וויל נישט שטערן וועל איך נישט רעדן מער
תוקן על ידי היראים ב- 04/07/2011 05:10:14
 |
|
|