נייטרא ת''ת וועלכע האט ארויסגעדינגן איינס פין די ליידיגע בנינים פין די זאליס האבען נעכטן אנגעהויבן די זומער חדר ווי אלע מוסדות
אלעס איז געווען גרייט ווי נארמאל
די מלמדים קומען אן חדר ציפרוה אין גלייבן נישט וואס זייערע אויגן זעהן
עס קוקט אויס ווי א ריכטיגע פאגראם, צ'מזיק'ט יעדע זאך וואס קומט אינער די הענט
אלטע שטאקן פין די ת''ת זענען אויפגעבראכען אלע צימערען, נישטו קיין זכר פין קיין ווענט
ספרי קודש פליען ווי שיטראק, ציריסענע ווייערס אין אויסגעריסענע פייפס
זיי האבען קיינמאל נישט ג'חלומ'ט מער ווי דעם אז עטליכע כוליגאנעס האבען דא אנגעזייט א חרבן
ווי ערשטוינט זענען זיי אבער געווארען זענדיג ווי אויפן גאס ליגט א דאמסטער ווי א גרויס חלק פין די ווענט ווערט אריינגעווארפן
זיי האבען נישט געוויסט וואס צו טוהן ווייטער, טויזענטער ספרי קודש ליגען בבזיון, אויסגעריסן שווערע טויזענטערס ממון הקדש, קאמפיוטערס ציבראכען אין יעדע זאך איז צו'מזיק'ט, נישט איבערלאזענדיג כמעט קיין שום זאך גאנץ (די מהרסים האבען געוואלט זיכער מאכען אז זיי קומען נישט צירוק האבען זיי פראבירט אנצוזייען די מאקסימום שאדען)
קיינער האט זיי קיינמאל נישט געזאגט אז מען גייט דא בויען אדער אז מען דארף די בנין
די רעשט דארף איך אייך נישט אויספירן אין איז שוין פאר יעדן באקאנט
די סוף פסוק איז געווען אז די זאלי מוסדות האבען ערלעדיגט אז אום חגא זאל די בילדינג דעפארטמענט אראפקומען צו לייגן א סטאפ ארדער, אין כוחם אלא........ דין תורה איז ניטעמאל קיין רעדע......
אבער ווען זיי זענען ארפגע קועמן האבען זיי געלייגט א ארדער אז מען טאר נישט אריינגיין אונעם גאנצען חלק פין די בנין הת''ת, צילוב סכנות נפשות......
אבער די זאליס זענען דאך אזוי זיס משוגע
זיי טראגען ארום זייער עולם אויף א גרויסע רייד
אנגעהויבן פין זייער איבערבויען די בית החיים אין דראבישט ביז דאס שפירן א טעם פין זאלץ אין מהורדר'דיגע ווייץ אא''וו
יעצט אז וויליאמסבורג איז אויף געווען פין די נעימות המידות זייערע פין די קריסטאל נאכט אין נייטרא ת''ת
האבען שנעל איינגעשפאנטע זייערע סטאדע ספינער אין צישטערט זייער וויקעישאן צו פארווישן די סקאנדאהל
אזוי יאגעדיג האבען זיי נישט געכאפט ווי יעדע ספין איז סותר די פריעדיגע אין מאכט נאר מער דאס גענאר
די זאליס האבען דאך נישט קיין פראבלעם
זייערע קעלבער וועלן ענדערש גלייבן א היידפארק שרייבערל טראץ וואס די אויגן זעהן פארקערט
פינקט ווי יעדע זאלי ווייסט אז אין ב''ב זענען ארונים אריין אין בג''ץ טראץ וואס זיי ערשיינען אלס תובעים, אין די זעלבע אין ב''פ, ק''י וכו'
קודם האט איין ניק געבראכען די נייעס
אז ס'האט גארנישט מיט זיי
אדרבה, זיי זענען גאר פיינע מענטשן אין נייטרא זענען די חיות
אין מען בעט זיך שוין ביי זיי א לאנגע צייט, אין אדרבה זיי האבען אפי' ציגעשטעלט פאר נייטרא א צווייטע פלאץ.....
דער נעקסטער ספינער האט זעהט אויס נישט גיט אפגעליינט דער פריעדיגע ספינער, אין לייגט צו
אז נייטרא שלאגט זיך בכלל נישט, זיי זענען נישט דוד עקשטיין נאר זיי זענען נועם המידות.....
לידועה בעלמא: ר' דוד עקשטיין האט קיינמאל נישט ציווארפען א בית המדרש נאר ארויסגענומען א ''סעפטיק'' פין זיין הויף וואס גנבים הולכים בערכעות ומסרבים לדין דארט אריינגעלייגט)
נאכדעם קומט צירוק דער ערשטער ספינער, אין מסביר אז ר' זלמן לייב נעמט זיך אן פאר 82 קעגן נייטרא... (זעהט אויס אז דא קען ער זיך יא אריינמושן, ווייל צווישן די עכטע 2 צדדים וואס רייסן זיך דא ארום קען ער זיך נעבעך נישט אריינמושן)
אין פארארדענט מען זאל פארמאכען די בילדינג (די ארדער פין די בילדינג דעפארטמענט האט רז''ל געשיקט....)
איינער ווייסט אז די זאלי קהל שטייט אינטער די מערכה די צווייטע ווייסט אז די זאלי ת''ת שטייט אינטער די מערכה.... וכו' וכו'
אזוי פארט עס אהין אין צירוק, טראגענדיג ווי אייביג זייער קעלבער אויף א לאנג רייד
אין דער פקדתו שמרה מנהל האט אסאך ארבעט צו זיצן אין מעקן תגובות וואס שטומען נישט מיט די ווערסיעס......
תוקן על ידי היראים ב- 05/07/2011 19:04:47
 |
|
|