בית פורומים אידישע געדאנק

די קראקאדייל טרערן פון "הקריה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/7/2011 20:55 לינק ישיר 
די קראקאדייל טרערן פון "הקריה"

קייאמישע לעיק, נ.י,

אויסטערלישער חילול השם.... שוידערליכער חילול השם...... לעכערא די אייגענע שיף...... שעדיגען די גאנצע שטאט אלס "נקמה"..... רבן דקרו.... יעדער יחיד איז איז אין סכנה...... אינספעקטארס קריכען אויף לייטערס אריינקוקען פון פענסטער ....... מען ארעסטירט פאר עפענען א גראסערטי.... ..ארייקריכען אין משפחות פינאנצען.... איינלאדענען דעם גוי עמי בבית...... שאדענס פאר יעדען חרידישען איד ווי אימער......פינסטערע פלענער פון די מוסרים......

אחרון אחרון חביב, בתי מדרשים אין קרית יואל זענען אין סכנה...........

דאס זענען טייל פון די הימעל שרייענדע קעפלעך און סלאגאנען מיט וואס די מוסרים הידועים לשמצה די משתלטים על התושבים בכפי' תלמידי וחסידי ר' אהרון ט"ב מצאנז קאורט....

פרייטיג פארמיטאג אויפען וועג צום קאנטרי מאך איך א סטאפ אין מאנראו ביי מיין ברודער מיטצונעמען זיין טאכטער אין קאנטרי אויף שבת. מיין ברודער שיקט מיר מיט א צייטונג "הקריה" און זאגט מיר ליין און האב הנאה....

פעסט פארווארד, שבת צופרי, מען ענדיגט דעם גרויסען קידוש וואס דער שכן האט אהערגעשטעלט לכבוד א יארצייט פון א באבע, לויט וויפיל אידען ער האט מחי' געווען איז די נשמה זיכער נתעלה געווארען ממדרגה למדרגה אכי"ר. איך זאג פאר די בני בית אז מען דארף א הפסקה פון לכה"פ א שעה ביז די סעודה און איך פרוביר צו מאכען פלאץ פאר די אפקאמינג סעודה כיד המלך וואס די בני בית זאל זיין געזונט האט צוגעשטעלט.

איך נעם מיר אין די האנט די "הקריה" און הייב אן צו לעזען און איך הייב מיר אן צו ציפען די באקען ווי איינער זאגט, בין איך אויף צו שלאף איך? בין איך משוגע צו ביסטו משוגע?

לאמיר אויפמישען אלטע זכרונות פון דעם נישט לאנגען עבר.....

ווי מען זאגט ביי אונז אין לאנד, טא מעיק א לאנג סטארי שארט. דער לעצטער געריכט איבער דעם רעביצינס ביהמ"ד האט געאורטיילט אז דער ביהמ"ד געהערט פאר קהל בית פיגא און די ארונים האבען נישט קיין שום בעלות אויף דעם ביהמ"ד. ערליכע אידען האבען אפגעאטעמט אז לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים און דער מקום תורה ותפלה פון איבער 30 יאר וועט ווייטער דינען פאר די מתפללים זיך אויסצוגיסען דעם הארץ בתפלה בבית מקדש מעט און עוסק זיין בתורה און דינען דעם אייבערשטען.

ויעמוד השטן לנגדו, די רשעים בלבוש ישראל לא ינוח ולא ישקוט זענען נישט געשלאפען און האבען זיך ארויפגעכאפט אויף א געזעץ וואס מכלומפרשט איז פארבאטען אין קרית יואל צו האבען א ביהמ"ד אין א פרייוועט רעזידענס און האבען באקומען ערלויבעניש אין געריכט, אן ערלויבעניש וואס זיי האבען דורכגעפירט דורך די "פאבליק סעיפטי" הידועים לשמצה, אפצושפארען א ביהמ"ד פאר זאונינג פארלעצונגען.......

יא איר הערט גוט..... די "ווילידזש אוו קרית יואל" מיט די כח הזרוע פון די "פאבליק סעיפטי" האט צוליב זאונינג פארלעצונגען אפגעשפארט א ביהמ"ד וואס דינט שוין ווי א בית מקדש מעט אריבער 30 יאר.....

דאס איז נישט געשען ביי די "שרעקעדיגע" טאון אוו מאנראו" וואס שיקט אינספעקטארס אויף לייטערס אריינקוקען אין פענסטער אויף פארלעצונגען, נאר ביי די "ווילידזש" אונטער די פירערשאפט פון "הרה"ח אברהם ווידער" הרה"ח גדלי' סעגעדין, הגה"ק משה לייב וויטריאל מיט די איבעריגע......

פרובירט אייך צו רייבען אייער שטערען אויף עטליכע מינוט און דערמאנט אייך צו איר האט שוין געהערט ווי אימער אין א חרידישע געגענט אונטער גויאישע הערשאפט אז מען זאל אפשפארען א לאנג יעריגע עקזיסטירענדע בית המדרש פאר זאונינג פארלעצונגען.....

און אט דאס האבען מיר דערלעבט פון די "ווילידזש אוו קרית יואל".... 

מיינט איר דאך אוודאי אז די אידען מתפללי בית המדרש זענען געשטאנען אין די זייט און צוגעקוקט כבלע את הקודש מיט פארלייגטע הענט? ניין!! עטליכע אינגעלייט האבען געהאט די חוצפה צו שטיין אויף דעם שטח הביהמ"ד און פרובירט מיט זייערע גופים צו בלאקירען די טראקטארס פון צוברעכען דעם מקום שהתפללו בו אבותי ביהמ"ד בבית רבינו קוה"ק זי"ע....

נישט געזארגט...... די זרע עמלק, תלמידי וחסידי אט"ב זענען אויף דעם אויך גרייט...... די "פאבליק סעיפטי" איז גרייט אויף אלעמען... מיט סאדיסטישע קלעפ האבען די טונקעל הויטיגע "פאבליק סעיפטי אוו קרית זשועל" ארעסטירט די אינגעלייט אויפען חטא פון פרובירען צו האלטען אפען א ביהמ"ד.....

דאס איז נישט געשען ביי די "שרעקעדיגע" טאון אוו מאנראו" וואס ארעסטירט גראסערי לייט....... ניין דאס האבען מיר דערלעבט פון די היימישע קאפאוס, בהנהלת אברהם ווידער וגדלי' סעגעדין ובנשיאות דעם שוטה משוטה אליינס וואס איז שוין מיעד געווארען פון נוצען די בחורים די "פאליציי פון שטעטעל" און האט שוין היינט עכטע פאליציי ב"ה.....

און...........אט"ב הצליח, ער איז מן הסתם דער ערשטער פירער פון א אידישע שטעטעל אפצושפארען א ביהמ"ד לתורה ולתפלה פאר נארישע בעיבישע פאליטיק צו האבען א טוילעט ביי די האנט כידוע.....

 

איך וועק מיך אויף פון מיינע מחשבות און איך הייב אן צו ליינען די ארטיקלען אין "הקריה" און איך ליין מיט שרעק...... די פינסטערע פלענער פון די מוסרים און עס ווערט דעטאלירט די אלע סכנות פון לעבען אין אמעריקע אונטער די גויאישע רעגירונג אן די שוץ פון די "ווילידזש אוו קרית יואל" און די היימישע ווארימע הערצער פון די אנשי חסד פירערס פון די ווילידזש.....

צענדליגער סכנות אויפען גאנצען ישוב, אויף יעדען יחיד און אויפען גאנצען חרידישען אידענטום, אלעס שטייט אין קאן ממש מען מוז זיין א "סעלף העיטינג זשו", א באנדע מופקרים ארויפצוברענגען אזא סכנה אויף כלל ישראל...

 

איך ווארט שוין צו זעהן ווי זיי וועלען אראפרייסען דעם מסור הידוע לשמצה, דוד בן פעסיל לחרפות ולדראון עולם, וואס צוליב זיין פארשטינקענע בלינדע געטריישאפט צו אט"ב האט ער אריינגעפירט גאנץ כלל ישראל אין די סכנה...

איז דען ווערט די אלע מוראדיגע סכנות כדי צו צושטעלען א ביה"כ סמוך לתפלתו?

איז דען ווערט די מיליאנען דאלארען אין לויערס געלטער אלעס נאר אפצושפארען א ביהמ"ד לתורה ולתפלה?

איז דען ווערט דער חילול השם איבער די גאנצע וועלט פאר תאות הנצחון פון פארטרייבען די אידען פון זייער מקום קבוע לתפלתם זה עשרות בשנים?

דערווייל וואס ווען ווי...... די בני אהרן האבען געטראפען דעם שולדיגען......... הנהלת קהל בית פיגא.... זיי זענען גאר די שולדיגע.

עס דערמאנט די מעשה וואס דער רבי אין חדר האט דערציילט פון דעם גנב וואס איז ארייגעקומען אינמיטען די נאכט און אויסגעליידיגט דעם הויז, פלוצלינג וועקט זיך דער בעה"ב אויף און נעמט זיך שרייען מיט באנומענע קולות..... דער גנב קוקט אים אן און זאגט אים..... ר' איד, איר וועקט דאך אויף די שכינים.... איך האב מיר אויסגעטון די שיך און זיך ארומגעדרייט אין שטוב שטילערהייט פרובירט מיט אלע כוחות נישט אויפצווועקען די שכינים, און די ביזט א אומפארשעמטער פארשוין, די מאכסט קולות אינמיטען די נאכט....

אזוי שטיין די מוסרים ומלשינים, די פוסעים על ראשי עם קודש, די מטיל אימתם על הציבור און שרייען אויף די אידען וואס ווערען אונטערדריקט און געפייניגט, וואס וועקט איר אויף די שכינים, מיר זענען שטיל און איר דרייט איבער די שטאט....

און איך שטיי און שטוין..... צו וועם איז דער "הקריה" געצילט? זענען דא אידען אין קרית יואל וואס ווערען איבערגענומען פון די "שרעקעדיגע" מעשיות? וועט קיינער נישט צוקומען צו גדלי' סעגעדין און אים זאגען, ביזט גערעכט גדלי', די סכנה פון די פעדעראל קעיס איז שרעקליך, די תוצאות מי ישורנה, יעדעס ווארט אין הקריה איז אמת, ביטע הסר ממנו אך את ה......... הזה, עפען צוריק דעם ביהמ"ד און פטור אן עסק....

אויב גלייבט אברהם ווידער און זיינע מענטשען די פראפאגאנדע, פארוואס עקשנ'ן זיי זיך?? פארוואס עפענט מען נישט דעם ביהמ"ד ושלום על ישראל? איז דאס אלעס ווערט פאר א "טוילעט"?

די צינדערס שרייען אויף די לעשערס, וואס גיסט איר אויס וואסער......

טייערע צינדערס, האט איר אפשר זיך באזינט אויף א מינוט אפשר איז כדאי נישט צו צינדען וועט מען נישט דארפען לעשען?

זענט איר טאקע א באנדע מופקרים אז פאר א פארשטינקענע טוילעט זענט איר גרייט צו שטעלען דעם גאנצען "ווילידזש" און גאנץ כלל ישראל אין די סכנה וואס איר באשרייבט אזוי שיין?

נעמט אייך די מיה, ליינט איבער דעם גאנצען פאשקעוויל, און טראכט אייך איבער צו איז דאס אלעס ווערט פאר תאות הנצחון....




תוקן על ידי המהדרין ב- 11/07/2011 17:49:29




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2011 21:11 לינק ישיר 

וואס?? דו מאכסט אוועק די טוילעט פון דזשיגאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2011 21:37 לינק ישיר 

גוט ארויסגעברענגט...

די בהמות פארקויפען שטרוי פאר די קוהען אבער די קוהען זענען שוין מבינים דערויף.

קרית יואל איז נישט אויפגעשוידערט, די ארונים נעמען זיך נישט איבער און פאר א נויט שעלטען זיי נאך דוד עקשטיין וואס האט זיי אריינגעשלעפט אין די זינלאזע און פארלוירענע מערכה.

נישט קיין חילוק וואס דער פסק וועט זיין, דער סוף פסוק וועט זיין אז די רעביצינס ביהמ"ד וועט זיין אפען, אט"ב וועט לויפען קיין דרום אין טוילעט, די ווילידזש וועט האבען געספענט מיליאנען אין לויערס קאסט, אט"ב ובניו וועלען אנהייבען צו צאלען טעקסעס און וואסער פונקט ווי ר' יוסף וואלדמאן און אלע דורכשניטליכע בירגער, די ווילידזש וועט געבען מעריעדזש לייסענס פאר פארפעלקער וואס וועלען חתונה האבען אין עטרת מאיר צבי אן זשיגאן'ס הסכמה, פראפערטי טעקסעס וועלען אייניג געצאלט ווערען דורך אלע בתי מדרשים און פאבליק סעיפטי וועט זיך מער נישט דערוואגען צו בעפארצוגען ארונים קעגען די איבעריגע תושבים.

די ארונימל'ך וועלען זיך ארומקוקען און זיך פרעגען, מה בצע? האט זיך דאס געלוינט?

און מיר וועלען שטיין אין לאכען א גוטס

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2011 21:45 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
..........נישט קיין חילוק וואס דער פסק וועט זיין, דער סוף פסוק וועט זיין אז די רעביצינס ביהמ"ד וועט זיין אפען................... 


זיי נישט אזוי זיכער מיט דיר ...............

נאך א הערה לויט ווי איך האב אריין געקיקט אין די קארט פעפירס האט די VILLAG אריין גשפילט אין די הענט פין די בית יואל קאנג. ווייל רוב פין די קלאגעס איז געווען אין די לעצטע איינס צי צוויי יאר

תוקן על ידי nys10952 ב- 10/07/2011 22:33:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2011 04:16 לינק ישיר 
פארוואס האט רביה"ק זיך ארויסגעצויגן פון שכנים חסידי אומה"ע צו די אנטיסעמיטישסטע געגענט אין אמעריקע טאון אף מאנרא?

די הקרי' שרייבט אז מאנרא איז נישט ווילימסבורג און נישט מאנסי ! הפלא, פארוואס טאקע האט אויסגעפעלט צו קריכן וואוינען צווישן אנטיסעמיטן? וואס איז מען נישט געגאנגען צו א אנדערע טאון אזוי ווי מאנסי וואס האבן מער ליב די אידן?

זייער פשוט, טאון אוף מאנרא האט נישט מער פיינט די חסידים ווי טאון אף מאנסי אדער ברוקלין, ס'איז זייער פארשטענדליך אז ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט דהיינו סאטמאר זאל מתחילה וואוינען אין מאנרא און פרובירן זיך אריבערציען אויף ווימ"ס, ס'איז נישט קיין ספק אז די לאקאלע אוהבי ישרא' וואלטן גארנישט ווייניגער געטון אז די חסידים זאלן בלייבן רוען אין מאנרא, און זיך נישט באזעצן אונטער די נאז, נאר דא איז די מעשה געווען אזוי אז די חסידים פון ברוקלין האבן זיך געוואלט ארויסריקן אויף מאנרא און זיי האבן פשוט פרובירט אויף אלע וועגן אז ס'זאל זיך נישט גרינדען קיין חסידיש געגענט און זייער בעקיארד,

היינט צוטאגס צו קרית יואל זאל יא האבן א אייגענע ווילידש אדער נישט, איז דער חסידישער געגענט פון 4 טויזענט משפחות שוין א פאקט אזוי ווי ווימ"ס מיט מאנסי און קיינער האט נישט מער מורא פון די טאון אף מאנרא ווי פון טאון אף מאנסי אדער ווימ"ס ווי די אידן וואוינען דארט במנוחה אן קיין ווילידש,

אבער כדי קיינער זאל נישט פרעגן וואס זענען אזוי די ויצעקו'ס פון די ווילידש וואסערע בענעפיטן האט דען א ווילימסבורגער איד נישט ווייל ער האט נישט קיין ווילידש?, פארדעם דארף מען גוט פראגראמען די ליינער נאכאמאל און נאכאמאל אז צו וואוינען אין מאנרא אן א ווילידש איז א סכנה ווייל טאון אף מאנרא זענען די אנטיסעמיטן פון אמעריקא, ווייל זיי האבן נישט מקבל פנים געווען די חסידישע אידן פאר 30 יאר צוריק צו קומען וואוינען אין זייער בעקיארד ווי גוטע פריינד!

קאמענטארן זענען איבעריג, דער אמת איז ליידער יעדן באקאנט אז אויב איז דא אידן אין ניו יארק וואס ליידן פון די פירערס איז דאס נישט קיין צווייטער ווי תושבי קרית יואל! אפשר איז שוין געקומען די צייט אז אלע תושבי קרית יואל זאלן לעבן גלייך אויף גלייך על מי מנוחות בשלום ושלוה פונקט ווי ווילימסבורגער און מאנסיער אידן אן קיין ווילידש?  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 07:31 לינק ישיר 
פאלגענד איז וואס א ארוני שרייבט אין ארוני פורום

דירוך שפאצירענדיג די בלעטער פון דעם הקריה, אנפלעקט זיך דאס פאלגענדע בילד:

דער ווילידש וואס איז נסייתד געווארן בשנת תשל''ז, דירוך אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, מיטן בלויזן ציל, צו פארפולקאמען זיין לעבנ'ס טרוים, אויף צושטעלן א שטעטל, א הייליג ווינקעל, ווייט ווייט פון די רוישיגע שטאט, כדי יודישע קינדער זאלן קענען מגדל זיין די קינדער על דרך התורה ומסורה, עד ביאת הגואל,  איז א שטאלץ און פראכט פאר סאטמאר,

דער הייליגער רצון  פון דעם צדיק הדורות, איז נתמלא געווארן במלוא מובן המילה,

בגשמיות:

דאס שטעטל ווערט געפירט בגשמיות דירוך א געניטער שטאב פון איבערגעגבנע עסקנים, וואס האבן בלויז איין ציהל פאר די אויגן, צו פארשענערן, און פארבעסערן דאס לעבן פון יעדן איינציגען איינוואוינער, מיטן צושטעלן דאס מאקסמום סערוועס'עס וואס איז נאר שייך, (פול מער וואו ביי די נישט אידישע ווילידשעס,) אז די תושבים זאלן געניסן פון א לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען רואיג מגדל די קינדער על במתי התורה והיראה, אויף די וועגן פון דעם גרויסן און הייליגן מייסד פונעם שטעטל, רבינו הקוה''ט זי''ע ,

ברוחניות

ברוחניות דארף מען דאך אפי' נישט זאגן, דער שטעטל ווערט געפירט דירוך איר גרויסן מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, וואס איז פון די צדיקי הדור, און פון די גאוני הזמן, פון די גרעסטע תלמידים פון רבינו הקוה''ט זי''ע דער מייסד פונעם שטעטל, 

און צו זיין רעכטע היינט שטייט דער גרויסער תורה ריז,  דער בעל אגלי דבש שליט''א אויך מתלמידי הגדולים פון דעם הייליגן מייסד פונעם שטעטל, 

און זיי פירן דעם הייליגען שטעטל אויפן שענסטען אופן וואס איז נאר שייך, אקאראט אזוי איר הייליגער מייסד געוואלט, צו עס זאל זיין די  מוסדות החינוך מיט אירע שווערע טויזענטער קינדער, צו איז דאס דער עירוב, די מקווה טהרה, די שחיטה, די מצה בעקעריי, דאס צניעות, צדקה וחסד, מלחמת ה' בעמלק, מיט אלעמענען שטייט קרית יואל אויפן העכסטן ניווא  איז נאר שייך, און זי דינט אלס א לייכט טארעם, פאר'ן גאנץ כלל ישראל, וואו אזוי א יודיש שטעטל דארף זיך פירן,

וואו פארשטענדליך אז דער שטן מיט זיין פמליא דאס נישט דערליידן, ער קאן נישט צוקיקן וואו דאס שטעטל וואקסט און בליעט בדרך התורה והמסורה,  מלא קדושה, מלא תורה, מלא יראת שמים, מלא צדקה וחסד, ריכטיג גירא בעיני דשטנא,  האט דער שטן  אנגעהויבן א מאסוויע דיסטראקציע פלאן,

ער האט זיך מלבש געווען אונעם אותו איש, יוזל בן מריא ימ''ש, און אנגעהויבן זייען כאאס אונעם שטעטל, טעראר, רשעות, מסירה, הפרת התורה,  לשון הרע, אד''ג,  ער האט געמיינט אז ער וועט דערגרייכען זיין ציל, אבער דער הייליגער באשעפער די שומר ישראל, האט אונז געגבן דעם הייליגען צדיק, דער רבי דער ברך משה זי''ע, מיט פולע אנדערע צדיקי הדור, רבי בנימין ראבינאוויטש זי''ע, רבי משה אריה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע און נאך, וואס מיט זייאער גרויס קדושה האבן זיי מרגיש געווען ווער עס איז זיך מתלבש און דעם אותו איש, און דעם יאשעק וואלדמאן שר''י, און זיי האבן געווארענט דעם ציבור אז מען זאל פון דעם אויסגעשפינגענס שטייען מיילן ווייט, ( יאשעק'ס רבי רבי יואליש איז נאך געווען פון די שאפרסטע קעגן אן התחברות מיט דעם רשע יוזל שר''י)

 

איז גאר קיין חידוש נישט וואו דער יוזל שר''י  האט זיך גענימען בלויז איין ציהל און לעבן, עוקר צו זיין דאס וואס רבינו הקוה''ט זי''ע  האט מייסד געווען בדם לבבו,

ממש וואו א מומר אוכל נבילה להכעיס, נישט לתיאבון, אפי ער שטיקט זיך מיט די נבילה, וועט ער עס ווייטער עסן, יודע את בוראו ומכון למרוד בו, רח''ל ,

דער יוזל שר''י איז גרייט מאבד צו זיין מיליונען דאלארען יודיש אויסגעהארוועטע געלטער, פון די בני המן/ אנשי סאסמאן,  ער איז גרייט צו ליידן אונאיינעם מיט זיינע ווערעמדיגע שתפים, פון די תוצאות פון זיינע פונסטערע מסירות , ער איז זיך גרייט צו שטיקען מיט די נבילה, אבי ער זאל קענען זייען כאאס אונעם שטעטל, און שטערן די הרחבת גבולי הקדישה, ווייל ער איז גאר דער שטן במלוא הדרו אליינס, 

קיין אנדערער הסבר איז ניקס פארהאן, 

-------------------------------------------------------------------

יעצט א שנעלע איבערזיכט
--------------

דירוך שפאצירענדיג די בלעטער פון דעם הקריה, אנפלעקט זיך דאס פאלגענדע בילד:

דער ווילידש וואס איז נסייתד געווארן בשנת תשל''ז, דירוך אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, מיטן בלויזן ציל, צו פארפולקאמען זיין לעבנ'ס טרוים, אויף צושטעלן א שטעטל, א הייליג ווינקעל, ווייט ווייט פון די רוישיגע שטאט, כדי יודישע קינדער זאלן קענען מגדל זיין די קינדער על דרך התורה ומסורה, עד ביאת הגואל,  איז א שטאלץ און פראכט פאר סאטמאר,

דער הייליגער רצון  פון דעם צדיק הדורות, איז נתמלא געווארן במלוא מובן המילה,

בגשמיות:

דאס שטעטל ווערט געפירט בגשמיות דירוך א געניטער שטאב פון איבערגעגבנע עסקנים, איבערגעגעבן פאר וועם? וואס האבן בלויז איין צוויי ציהל פאר די אויגן, צו פארשענערן, און פארבעסערן   כלשון כלב אהרן "שענסטע די בעסטע"ד אס לעבן פון יעדן איינציגען איינוואוינער ארוני, מיטן צושטעלן דאס מאקסמום סערוועס'עס וואס איז נאר שייך, (פול מער וואו ביי די נישט אידישע ווילידשעס,  שקר) אז די תושבים ארונים זאלן געניסן פון א לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען רואיג מגדל די קינדער על במתי התורה והיראה, אויף די וועגן פון דעם גרויסן און הייליגן מייסד פונעם שטעטל, רבינו הקוה''ט זי''ע , וויזשניץ

ברוחניות

ברוחניות דארף מען דאך אפי' נישט זאגן, טאקע נישט דער שטעטל ווערט געפירט דירוך איר גרויסן ריזיגע מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א די בכל אתר ואתר והגלילות, וואס איז פון די צדיקי הדור די צדיק הדור,  און פון די גאוני הזמן משעה 6 אזייגער פארטאגס בדיוק, פון די גרעסטע תלמידים אפלאכערס פון רבינו הקוה''ט זי''ע דער מייסד פונעם שטעטל, 

און צו זיין רעכטע היינט האנט  ווענדט זיך נעבן וועמענס שטייט דער גרויסער תורה ריז פעיראל דיין,  דער בעל אגלי  דבש שליט''א אויך וואס די אויך? מתלמידי הגדולים פון דעם הייליגן מייסד פונעם שטעטל, 

און זיי ווער איז די זיי? פירן דעם הייליגען שטעטל אויפן שענסטען אופן וואס איז נאר שייך, אקאראט אזוי איר הייליגער מייסד געוואלט, צו עס זאל זיין די  מוסדות החינוך עס איז דא 3, וועלכע מיינסטו? מיט אירע שווערע טויזענטער קינדער מיט וויפיל מער ווי די אנדערע צוויי? , צו איז דאס דער עירוב, די מקווה טהרה מען ווארפט ארויס ווער עס האט חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי, די שחיטה ווי איז מאיר הירש?, די מצה בעקעריי וואס אדווערטייזט זיך אין אלע צייטונגען, און פארקויפט זיךאין די גראסעריס, דאס צניעות לאנגע שארט-קאטס מיט שארפע אויגן און איך וויל נישט זאגן ווייטער, צדקה וחסד רייסט ארויס כולל שומרי החומות פישקעס, מלחמת ה' בעמלק מלחמה קעגן אלע וואס גייען נישט אין שפאן, מיט אלעמענען שטייט קרית יואל אויפן העכסטן ניווא  איז נאר שייך, און זי דינט אלס א לייכט טארעם, פאר'ן גאנץ כלל ישראל, וואו אזוי א יודיש שטעטל דארף זיך פירן, די גרעסטע חילול השם קומט פון דא

וואו פארשטענדליך אז דער שטן מיט זיין פמליא דאס נישט דערליידן, ער קאן נישט צוקיקן וואו דאס שטעטל וואקסט און בליעט בדרך התורה והמסורה,  מלא קדושה, מלא תורה, מלא יראת שמים, מלא צדקה וחסד, ריכטיג גירא בעיני דשטנא,  האט דער שטן  אנגעהויבן א מאסוויע דיסטראקציע פלאן,

ער האט זיך מלבש געווען אונעם אותו איש, יוזל בן מריא ימ''ש, אהרן בן משה און אנגעהויבן זייען כאאס אונעם שטעטל, טעראר, רשעות, מסירה, הפרת התורה,  לשון הרע, אד''ג,  ער האט געמיינט אז ער וועט דערגרייכען זיין ציל, אבער דער הייליגער באשעפער די שומר ישראל, האט אונז געגבן דעם הייליגען צדיק, דער רבי דער ברך משה זי''ע, מיט פולע אנדערע צדיקי הדור, רבי בנימין ראבינאוויטש זי''ע, רבי משה אריה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע און נאך, וואס מיט זייאער גרויס קדושה האבן זיי מרגיש געווען ווער עס איז זיך מתלבש און דעם אותו איש, און דעם יאשעק וואלדמאן שר''י, און זיי האבן געווארענט דעם ציבור אז מען זאל פון דעם אויסגעשפינגענס שטייען מיילן ווייט, ( יאשעק'ס רבי רבי יואליש איז נאך געווען פון די שאפרסטע קעגן אן התחברות מיט דעם רשע יוזל שר''י) דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקן מיט דעם בעל הצלת יוסף וואס האט געברענגט א ענדע צום טעראר און העלפט יעצט עס אויסרייסן מיטן ווארצל וואס האט געפעלט א האר עס זאל זיך פארשפרייטן מיילן ווייט

-

איז גאר קיין חידוש נישט וואו דער יוזל שר''י  האט זיך גענימען בלויז איין ציהל און לעבן, עוקר צו זיין דאס וואס רבינו הקוה''ט זי''ע  האט מייסד געווען בדם לבבו, ער זעהט באשיינפערליך ווי כוחו של אותו זקן רביה"ק העלפט אים צוריקשטעלן די שטעטל פאר די טעראר צייטן,

ממש וואו א מומר אוכל נבילה להכעיס, נישט לתיאבון, אפי ער שטיקט זיך מיט די נבילה, וועט ער עס ווייטער עסן, יודע את בוראו ומכון למרוד בו, רח''ל , ער איז נישט קיין ארוני איך גלייב עס נישט,

דער יוזל שר''י איז גרייט מאבד צו זיין מיליונען דאלארען יודיש אויסגעהארוועטע געלטער וועמענס?, פון די בני המן/ אנשי סאסמאן שעלט שעלט,  ער איז גרייט צו ליידן אונאיינעם מיט זיינע ווערעמדיגע שתפים, פון די תוצאות פון זיינע פונסטערע מסירות , ער איז זיך גרייט צו שטיקען מיט די נבילה, אבי ער זאל קענען זייען כאאס אונעם שטעטל  אנגעדרייט א כאאס און עס איז שוין ווייטער שטיל, און שטערן די הרחבת גבולי הקדישה  פארמאכן בתי מדרשים און אונטערדריקן די וואס גייען נישט אין שפאן, ווייל ער דער כלב אהרן איז גאר דער שטן במלוא הדרו מהודרת אליינס, 

קיין אנדערער הסבר איז ניקס פארהאן, טאקע נישט



תוקן על ידי ספרינטער ב- 12/07/2011 07:33:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2011 01:41 לינק ישיר 
ב"ה די געוויינערייען האלט נאך אן!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2011 04:51 לינק ישיר 

איך בין שוין נייגעריג צו וויסען אויב אויב ווען די ריכטער וועט זיי באשטראפן, וועלן זיי דעמאלט אויך שרייבן "הויעכגעשעצטע ריכטער רעיקאף" !?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די קראקאדייל טרערן פון "הקריה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext