
בקודש פנימה
פארגאנגענעם ערש"ק האט הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א מ'וויזניץ בני ברק – שוואגער פון רבי'ן שליט"א באזוכט בקודש פנימה ביי מרן רבינו שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער תורה'דיגער שמועס.
•♦•
שיינער שבת שבע ברכות בצל הקודש אין ק"ק קרית יואל
א הערליכער שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו איז געפראוועט געווארן אין קרית מלך רב – קרית יואל בצל הקודש פונעם דאפעלטן עלטער פעטער – כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער געסט אנשי שלומינו פון איבעראל, און אזוי אויך צענדליגער געסט חסידי וויזניץ און ספינקא וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת של שמחה.
קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדוירכגעגאנגען גוט שבת זאגן פאר'ן רבי'ן שליט"א.
ארום 11:15 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די חתן, זיידע'ס און מחותנים שליט"א, וועלכער איז געפראוועט געווארן צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, און אלע געסט און בני משפחה, אויפן אויבערשטן שטאק אינעם בנין פון מבצר הכוללים.
נאך קידוש פון מרן רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט דער זיידע הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, דערנאך דער חתן שליט"א, און דאן דער דאפעלטער זיידע דער בארא פאר'קע'ר רב שליט"א.
במשך דעם טיש זענען געזינגען געווארן שיינע ניגוני שב"ק און ניגונים לכבוד די שמחה, מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ מ'קרשאנוב ב"פ שליט"א מחותן פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק – אבי החתן שליט"א, מיט מנוחה ושמחה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרב ישראל ערנסטר שליט"א, וועלכער האט געזונגען א ניגון המיוחס לבית וויזניץ.
צוליב דעם כסדר'דיע שטראם פון תלמידים וחסידים צום געהויבענעם טיש, האבן די עסקנים במשך דעם טיש געדארפט צולייגן נאך טישן און בענק צום זיצן און אזוי אויך פארענטשע'ס פאר די אברכים און בחורי חמד.
ביי די תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון אנהייב סדרה און מאריך געווען בדרוש צו סומכין על הנס אדער אין סומכין על הנס.
מיט קה אכסוף האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל מייזליש שליט"א אבד"ק אוהעל וויליאמסבורג. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, און מיט די שבע ברכות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א בן הרה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א וחתן האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א מיט'ן זינגען רחם, און דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מכבד געווען הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א מיט קה רבון, ווי דער רב שליט"א האט פאהרגעזינגען.
דערנאך איז דער בדחנא דמלכה ארויף על שלחן מלכים ווי ער האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ כנהוג , און דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די הייליגע עבודה פונעם מצוה טאנץ א לענגערע צייט.
נאכ'ן טאנצן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די זיידע'ס הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א און הגה"צ בארא פארק'ער רב שליט"א מיט די מצוה טאנץ, און דערנאך האבן געטאנצן הגאוה"צ האחים המחותנים שליט"א לפני הכלה.
מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרב שלום טייטלבוים שליט"א איידעם פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א - אבי החתן.
עס איז שוין געווען נאך 3:00 אזייגער פארטאגס ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען פון דעם געהויבענעם טיש.
שב"ק בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען ארום 9:40, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר משה גרינוואלד שליט"א בן הרדמו"ר מ'פאפא שליט"א וחתן האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, צו תפילת שחרית איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען כנהוג, און צו הויכע שמו"ע האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבתינו בבני ברק אבי החתן.
מיט פתיחת ארון הקודש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב זיידא שליט"א דומ"ץ וויזניץ וויליאמסבורג. הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א האט עולה געווען שלישי, הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א חמישי, מרן רבינו שליט"א שישי, ווי דער רבי שליט"א האט דערנאך געמאכט די מי שברך'ס לקריאת השמות פון די ניי געבוירענע מיידלעך למז"ט, שביעי האט עולה געוווען הר"ר ישראל ערנסטר שליט"א, דאן האבן עולה געווען די דריי שבע ברכות חתנים, דערנאך האט עולה געווען הרה"ג ר' יחזקאל מייזליש שליט"א אבד"ק אוהעל וומסב"ג, און הרה"צ אבד"ק קהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.
תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער זיידע הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז געפראוועט געווארן דער שלחן הטהור יום שב"ק אינאיינעם מיט די שבע ברכות מיט די גערופענע געסט ובני משפחה אין בנין פון מבצר הכוללים.
מיט ברוך ה' יום יום האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרב אלי' גרויס שליט"א פון בארא פארק, און מיט ברוך א-ל עליון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד וויזניץ ב"פ בן הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר ישעי' שלום ווייס שליט"א בן האדמו"ר ספינקא שליט"א, די ברכות ראשונות פון די שבע ברכות האט געזאגט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, און ברכה אחריתה האט געזאגט הר"ר אשר ישעי' אייכענשטיין שליט"א בן הרב מ'זידישטוב – פתח תקוה ז"ל איידעם פון ספינקא רבי שליט"א.
שלש סעודות איז געפראוועט געווארן בביהמ"ד הגדול אויף א דערהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון די גרויסע זיידע'ס שליט"א.
ביי די דברות קודש ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די זוה"ק פון די וואך פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן, ווי דער זוהר הק' ברענגט דעם פסוק שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך.
דער רבי שליט"א האט קודם מאריך געווען מיט דברי מוסר בעניני שמירת עינים, נאכזאגנדיג ווערטער פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין פ' שמות אז אויב מען פירט זיך נישט בקדושה ברענגט דאס א פגם אין די אמונה, און מיט דעם האט דער רבי שליט"א אויסגעטייטשט די גמרא אין מס' ברכות אז רבי האט געלייגט די הענט אויף די אויגן ביי קר"ש, ווייל קר"ש איז קבלת עול מלכות שמים און כדי מען זאל קענען מקבל זיין עול מלכות שמים בשלימות פעלט אויס צו לייגן די הענט אויף די אויגן, צו האבן שמירת עינים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די שווערע וואך וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט, און די גרויסע אומגליק וואס האט פאסירט, נאכזאגנדיג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע די וואך אין די סדרה אז א יעדע אידיש קינד איז ווי א ביהמ"ק, און דאס איז ממש ווי א חורבן ביהמ"ק.
בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט פון איין זייט ווי שיין ס'איז געווען דער קידוש ה' ווען כלל ישראל האט מיטגעפילט מיט יענעם'ס צער און אלפי ישראל האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מציל צו זיין א נפש אחת מישראל, און לעומת זה דער צער און בושה דעם אנדערן טאג ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער מזרע ישראל האט געטוהן אזא אכזריות עם החיים ועם המתים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי האט דאס געקענט פאסירן אז איינער מזרע ישראל, וואס אידן זענען רחמנים ביישנים און גומלי חסדים, ווי קען א איד טון אזא זאך, נאר בלי ספק אז דאס האט גורם געווען דער ותראו את שיקוציהם, אז מען קוקט אויף די טמא'נע כלי און מען זעהט זיך אן מיט די שפיכות דמים וואס טוט זיך אין די מדינה ממש יעדן טאג, דאס קילט אפ יעדן אידישע הרגש, ס'איז נישט אין איין טאג, אבער מיט די צייט פאסירט דאס, און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, אז נאך אזא מאורע איז והחי יתן אל לבו וואס ס'מיינט די טמא'נע כלים, אלע טמא'נע כלים!, ס'איז מטמא די אויגן און די הארץ און ס'רייסט ארויס דאס פינטעלע איד, דאס מדת רחמנות פון א איד, און ס'ברענגט אריין דאס גאנצע גוי'אישקייט, דאס אכזריות פונעם גוי.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר רחמים געווען אז דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע הענט אויף אלע אידישע קינדער וואס גייען יעדן טאג אין חדר מען זאל אהיימקומען געזונטערהייט, און מסיים געווען בתפלה מי שאמר לעולמו די יאמר לצרות ישראל די ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. אמן.
בייגעלייגט איז דא א לינק ווי מען קען הערן די גאנצע דברות קודש
אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול סאטמאר:
212-444-9899 אדער : 718-305-6942 און פון ארה"ק אויף 02-372-1111
די דברות קודש פון די וואך איז אויף אפטיילונג 42 דערנאך דרוקט 144#
מיט ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יואל האלברשטאם שליט"א איידעם פון הגה"צ בארא פארק'ער רב שליט"א, און מיט אל מסתתר האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יואל מייזליש שליט"א פון ירושלים עיה"ק זוהן פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א.
פאר ברכהמ"ז איז געזינגען געווארן ניגוני שמחה לכבוד די שמחה, דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א מיט ברכהמ"ז. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט די שבע ברכות.
נאך הבדלה האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א פון ביהמ"ד הגדול מיט געזאנגען פון "כי מלאכיו יצוה לך" לרגל וואס דער רבי שליט"א פאהרט אי"ה די וואך אויף ניו העמפשיר אויף אפרוה.
•♦•
נעכטן נאכט האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א ביקור גומלין ביי זיין שוואגער הרה"צ מ'ווזיניץ שליט"א בבית האכסניא אין קרית יואל אין שטוב פון הרבני החסיד מוה"ר ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
•♦•
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א', ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר ישראל משה לאנדאן הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר חיים לייב אייזיקאוויטש הי"ו פון בארא פארק. פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אהרן פרידריך הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
•♦•
אצינד אין די נאכמיאג שעה'ן קומט פאהר א שבע ברכות אין זאל פון קרן ויואל משה וועלכער איז פאררופן געווארן דורך מרן רבינו שליט"א און עס זענען געלאדענט געווארן די נגידים תומכי מוסדות הק' יטב לב בארה"ק.
•♦•
היינט נאכט איז דער לעצטער געלגנהייט פאר כניסה אל הקודש פנימה ביי מרן רבינו שליט"א בעפאר דער רבי שליט"א פאהרט אי"ה אויף ניו העמפשיר אויף אפרוה, בביתו נאוה קודש אויף אוהל קט. אין קרית יואל.
•♦•
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
שמחת נישואי החתן הרב שמעון שליט"א
בן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א, ראש ישיבתינו ב"ב
עב"ג בת אחיו
הגה"צ ר' יקותיאל יודא מייזליש שליט"א, דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ
בני הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א
יום ד' פ' פנחס העעל"ט - בביהמ"ד הגדול ב"פ
חלק ד' - מצוה טאנץ חלק ב'
בילדער דורך:
הערשל רובינשטיין
די מצוה טאנץ פון זיידע פון די כלה
ספינקא'ר רבי שליט"א



דער ספינקא רבי שליט"א טאנצט מיט'ן רבי'ן שליט"א

האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א טאנצט מיט אחיו האדמו"ר מ'ספינקא 18 עוו. שליט"א

דער ספינקא'ר רבי שליט"א טאנצט מיט חתנו אבי הכלה שליט"א

דער רבי שליט"א אין א רקידה מיט די חתן און זיידע'ס שליט"א

די מצוה טאנץ פון הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א זיידע פון חתן



הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א טאנצט מיט נכדו החתן

אין א טאנץ מיט גיסו מרן רבינו שליט"א

אין א טאנץ מיט האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א

אין א טאנץ מיט מחותנו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א


הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15 עוו. שליט"א טאנצט לפני הכלה


דער רב שליט"א טאנצט מיט'ן חתן

דער רבי שליט"א אין א רקידה מיט אחיו הרה"צ שליט"א


דער רב שליט"א טאנצט מיט הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א - אבי החתן

הרה"צ אבד"ק 15 עוו. שליט"א טאנצט מיט די צוויי מחונים שליט"א

דער רבי שליט"א, הרה"צ אבד"ק 15 עוו. שליט"א אין א טאנץ מיט די מחותנים שליט"א

הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א טאנצט מיט'ן חתן און מחותנים שליט"א


מצוה טאנץ פון אבי החתן שליט"א




מצוה טאנץ פון אבי הכלה שליט"א


הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסורג שליט"א אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים שליט"א

ובכן צדיקים יראו וישמחו...
דער רבי שליט"א טאנצט מיט די זיידע'ס און בני המפשחה


♦♦♦