בית פורומים אידישע געדאנק

זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2011 05:23 לינק ישיר 
זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע

   כיודע ווען רביה''ק מסאטמאר זי''ע איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער אויפגעשטעלט די חינוך סיסטעם אזוי ווי אינדערהיים אן צו טוישען אפילו זיז כל שהוא, ער האט געזאגט אז חינוך הבנים האט ער בקבלה פון זיין גרויסע טאטע ז''ל, די אמעריקאנער גאס האט געלאכט פון אים אז ס'איז אן אלטע צוריקגעבליבענע סיטעם, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז  געלונגען די בעסטע, און די מאדערענע חדרים קוקען היינט וואס מ'קען פון דעם ארויס נעמען גוטע זאכען, און אסאך נעמען אויף חסידישע מלמדים.

רביה''ק מסאטמאר זי''ע פלעגט יעדעס יאר מאכען אן אסיפת מלמדים, און ער פלעגט אנווייזען ווי אזוי מלמדים זאלען זיך פירען, לערנען און רעדען מיט די קינדער, (פריימענער רב ז''ל וואס איז געווען מנהל האט דאס אפגעשריבען) ,פלעגט ער איינע פון זאכען זאגען, אז מ'זאל רעדען מיט קליינע קינדער וועגען עניני קדושה וד''ל, למעשה ווייסען מיר תלמידי ת''ת תורה ויראה אז מהאט דערפון געמאכט א שווייג, קען זיין ווייל די הנהלה האט געהאלטען אז ס'פאסט נישט וכדומה,  אדער האט זיי וויי געטון ווי די שוואכע גאס האט חוזק געמאכט פון זיינע שובבים תורת אדער וואס ער האט געברענגט א פרויען זאקען אין ביהמ''ד און ער האט דאס אנגעטון אויף ידיו הקדושת און געוויזען אז ס'דורך זיכטיג, (שטעלץ ענק פאר אז מהר''א קומט אויף מיט אזא זאך) און נאך ענדליכע זאכען.

 היינט ביים ארבעט א מאדערענע איד געברענגט א אנוויזונג בוך פון אן אמעריקאנער קעמפ, וואס באשטייט די עיקר פון עניני קדושה ווי אזוי די עלטערען דארפן זיין אויפען מיט די קינדער און מסבר זיין, און אז אין די קעמפ וועט מען רעדן דערפון וד''ל.

איצט שטעלט זיך א שאלה, דארפן מיר זיך היינט לערנען פון אמעריקאנער חינוך סיסטעם ?    אולי זכינו וואלטן מיר געקענט אנוויייזען אויפן רבינס הייליגע פארשטאנט אין חינוך, און מיר וואלטען איינגעשפארט אסאך עגמת נפש וד''ל.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 05:37 לינק ישיר 

שקר וכזב, אונזערע מלמדים האבן יא גערעדט.
שקר וכזב, די גאס האט קיינמאל נישט געלאכט פין די שובבי"ם תורות פין רביה"ק זי"ע
שקר וכזב, ער האט קיינמאל נישט געברענגט קיין פרויען זאקן אין ביהמ"ד 
שקר וכזב, די אנווייזונגען אויף קדושה פין די אמעריקאנע גאס איז בכלל נישט קיין מאדעל וואס מיר דארפן שטרעבן נאכצומאכן, וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 22:57 לינק ישיר 

האט איינער באמערקט ווי 5 מיניט נאך די פאסט האט עס שוין נחום געהאט אויף זיין בלאג

מר אוטספאקין אונטשאלדיג נחום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 23:15 לינק ישיר 

לויט די שוואכע ספעלינג און גרעממער, בנוסף צו די גארביזש וואס ער שרייבט, קוקט טאקע אויס ווי דער אוטספאוקען איז נחום זעלבסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2011 20:32 לינק ישיר 

רבותי שרעקט אייך נישט לא נחום ולא בן נחום אני (איך שרייב שוין דא באלד א יאר וועגן אסאך ענינים און קיינמאל פון דעם ענין) איינער האט מיר געוויזען די בוך האב איך דאס ארויף געברענגט.

אויב רעדן ברמז רמיזא וועגן דעם ענין  איז מען ''נחום'' בין איך מוחה אויף  אלע וואס שרייבען וועגן דאס קינד אין בארא פארק (ע''ה) ווייל דאס איז געקומען פון די זאך וואס הייסט ''נחום'' וד''ל

נ''ב געזינט פרעגט אייך נאך ווי אזוי מ'רעכענט זייגער 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זענען מיר די ערשטע אדער די לעצטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext