בית פורומים כל העולם כולו

רז''ל: נאך פארמעגליך/בודאפאסט/חי' שעה: א פרישע נחמה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2011 01:47 לינק ישיר 
רז''ל: נאך פארמעגליך/בודאפאסט/חי' שעה: א פרישע נחמה

כ'האב באקומען א גיטן ארטיקל, זאל דער עולם אויך הנאה האבען, (פארשטייט זיך אז כ'האב אריינגעלייגט מיינע הגהות דערין)

ווי באקאנט
 זענען די זאליס א קהילה/פארטיי וואס איז מיוחדת במינה
זיי האבען נישט קיין שום פאזעטיווער ציהל פאר זיך, קיין שום דערגרייכונג וועט זיי נישט ציפרידענשטעלן מער ווי א שטעך פאר די קהילה פין וועם זיי האבען זיך אפגעטיילט במשך פין 30 יאר אדער מער
זיי האבען נישט קיין שום סיפוק פין א זאך אויב חלמ'ן זיי נישט וויאזוי זייער בלוט שונא די ''אהרונים'' ווערן נישט ציקראצט
זיי גאנצער מהות אין לעבן איז מלא קללות ושנאה ווי איר וועט זיי טרעפן וועט איר נאר הערן קללות
ווען ס'וועט קומען צו די אהרונים וועט די גאנצע שו''ע ווערן מותר, זיי וועלן אלעס מפקיר זיין אין ארויסגיין פין די גלייזן אפצוטוהן די אהרונים
א געווענליכע טיש קען ר' זלמן לייב קוים שלעפן מנין ווער רעדט נאך פין געזעגנן, חוץ אויב ווען מען וועט זיי זאגען אז דאס וועט זיין א קלאפ פאר די ארונים
וכהנה וכהנה והמפורסמת א''צ ראי', אין קורצען א פארטיי געבויט בלויז אויף נעגעטיוו אין שמיציגע צילן.

אין ציליב דעם דארף מען זיי האלטן אין איין פעמפערן אין געבן פרישע סחורה אויפצווייזן אז די אהרונים האבען נישט קיין שום קיום אין די הבטחה פונעם אותו האיש אז ער וועט נאך פארקויפן פענסלס וועט נאך מקוים ווערן אין די מלחמה גייט אן מיט א פעסטקייט,
(די הבטחה כ'וועל אים מאכען פאר א ישראליק איז שוין מקוים געוורען 10 מאל......), ווייל אין דעם ווענד זיך זייער גאנצער קיום

דאס העצן דעם אייגענעם עולם ארבעט אויף עטליכע אופנים
אנגעהויבן יונגערהייט, דער מנהל ביי זיי אין ישיבה איז שוין באקאנט מיט זיין שמיציג מויל ווי ער העצט די בחורים נאך יונגערהייט מ'זאל האבען די נקודה פין די פארטיי ביי אפציעלע דרשות,
פאר די המון עם ווערט געמאכט גענעראל פארזאמלונגען אד''ג, אדער ציענדע שמיציגע ארטיקלען אין דער איד א שטייגער ווי די וועכענטליכע ''חזור בך'' קללות פארזעצונגען אין דער איד (ווער געדענקט?) אדער מנשה פילאפ צו משה לייב דייטש אדער מילך שטערן'ס ארטיקלען  אד''ג

איינס פין די הויפט וועגן וואס זיי ניצן איז זייער פארום אויף היידפארק,

עס איז נישט קיין סוד, זייער פארום ווערט געפירט דורך די סאמע נאנסטע מענטשן אין פירער פין ר' זלמן לייב אין זיינע 2 זון פין ירושלים אין ב''פ, וועלכע ארבעטן שווער יעדע שטוק צייט צו ברענגן דעם עולם קיין היידפארק אין הייבן די מאראל צווישן זייער ציבור
גאנץ לעצטענס האבען זיי געהאט א פרישע פראזשעקט ווען זיי האבען געהאט געדינגען א שרייבער וואס זיין אידינטעיט איז שוין היינט באקאנט ער זאל פשוטו כמשמעו פעלטשן די גאנצע היסטאריע פין סאטמאר

די היסטאריע איז פין די זאכען וואס זיי פלעגן נישט וועלן רעדן אין פלעגט זיי שטארק קרענקן
סיי די היסטאריע פין רז''ל זעלבסט, אין סיי די היסטאריע פין די וואס האבען זיך מוסר נפש געווען פאר סאטמאר די לעצטע צענדליגע יארען ועל כולם די פרעכע גניבה אין רשעות
ווי אויך די היסטאריע פין זייער פירער משה פרידמאן אא''וו

אנפאנג זענען די זאליס טאקע געווען מורא'דיע העפי צו די נייע ווארימע סחורה
יעדע זאליס האט זיך געדרייט אין טאש מיט א פעקל פעיפרס
יעדע בחור'ל האט געוויסט אויף וויפיל צעטליך מען קען עס שוין אויסציען אין פרינטען
די עלטערע האבען זיך ג'חידוש'ט וויפיל קליקס די אשכול האט שוין...
זייער מיליאן טוויטער גרופס האבען געלאזט וויסן דעם הינגעריגן ציבור ווען ס'איז דא אפדעיטס
בקיצור עס האט זיי געגבן חיות, קינד אין קייט האט ג'חזרט פארמעגליך פין היידפארק
די שקרים זענען געגאנגען ממש ווי די ראזענבערגס, אדער לויפער
געשענישען מיט פאקטען זענען קאסטומייזד געטוישט געווארען, ממש אז די מעשה זאל שטומען אויף 100%

נאכען אינוועסטירן געלט אין צייט, מ' ר' האט אפי' געטיילט די קאפיס דערפון אין זייערע שולן
האט דאס אבער זייער שנעל אויסגעוועפט
מען האט אפי' אינמיטן געטוישט די נאמען פין פארמעגליך צו באדאפעסט
ווילאנג קען דען א שקר אנהאלטן,
די קעפ האבען אפגעמאכיט אז ס'נישט ווערט די געלט
דער אייגענער עולם גלייבט שוין ממילא נישט, סנישט ווערט דאס געלט
דער בעקער האט אבער נישט געקענט סטאפען אינדערמיט נאכען אריינלייגן אזויפיל ארבעט,
האבען ער נעבעך געפנט א פעיפעל אקאונט אין זיך טאקע איבערצייגט אז זיין ארבעט גייט לטמיון, אין דארט האט זיך עס גענדיגט
(אויב וועט ער צירוק אנהייבן והי' זה שכרי...)

נאך לאנגע בארטאנגען איז מען אויפגעשטאנען מיט א פרישע עצה צו הייבן די געמיטער
די נייע שרייבער ''חי' שעה''

א מעשה מיט א בוידעם מיט א מענזשער וואס האט צוגעכאפט א ניק
אין מ'מאכט ליצנות 24 שעה פין יעדע זאך וואס קרענקט
אין וואס קרענקט? יעדע פאזעטיווע שריט פין די ארונים

דער שרייבער איז נעבעך געזיצן 24 שעה אין געזיכט פרישע דערגרייכונגען פין די ארונים,
נאך פאר זייערע קעלבער זענען געוואר געווארען פין די פרישע אופטוהן האט ער שוין געהאט א אשכול מיט קינדערישע ליצנות, כדי זיי זאלען עס אויפנמען אויף א גרינגע וועג (אנשטאט געבן דראגס)
שפעטער האט עס באקומען א נאמען ארוינענאל (איך שרייב עס גיט נאך?)
אזוי איז אנגעגאנגען א שטוק צייט
ביז זיי האבען געזעהן אז דאס העלפט אויך נישט.

אינצווישן זענען אינטעגעקומען פארשידענע טאקטיקן אבער די דעפרעסיע אין דערביטערניש האלט אן מיט א פעסטקייט
איינער וויינט שחיטה, איינער וויינט מצות, איינער וויינט תורה, איינער כשרות, אא''וו, יעדער טרעפט עפעס אנדערש וואס די אהרונים קרענקן אים, ער קען דאך נישט זאגען די ארונים עקזיסטענץ קרענקט אים לייגט מען עס אן אויף מצות שחיטה אא''וו
אין דאס לעצטע קלימאקס איז געווען די אינסייד אויסבראך וואס איין זאלי סעקטע האט פשוט אין פראסט ציווארפען א גאנצע ת''ת בנין פין 2 שטאק פין די צווייטע סעקטע אלס תהליכות הקהילה...דאס איז שוין געווען ציפיהל מען מוז געבן שטרוי

נו, די גרויסע קעפ זעצן זיך צאם אין מעגן גיבט זיך א עצה
מען וועט זיך נעמען דמיונ'ן ווי גרויס אין שטארק מען איז ''אין ווי שטארק דאס קרענקט פאר די ארונים'' אין האפענטליך וועט דאס יא מאריך ימים זיין

אומר ועושה, מען עפעס א פרישע ניק וואס גייט געבן פילן פאר'ן עולם

נומבערס האבען זיי דאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם, ווי זאגט משה צו מאכען נומבערס קאסט דאך נישט קיין געלט, מען וועט פארציילן פאר'ן עולם אז די 1 שטאקיגע קווינס בילדינג אין א ביליגע קאמערשל געגנט וואס מ'האט איבערגעבויט פין א ווערהאוז האט געקאסט 20 מיליאן דאללער..... (פארוואס נישט 30) פארשטייט זיך אז זיי וועלן אייך נישט פארציילן פין די מארגעזש וואס מ'האט ארויסגענומען טראץ וואס אשר מילך האט זיך געשוואירען אז מען גייט נישט נעמען קיין מארגעזש (א באזינדערע קאפיטעל פאדערט פאר די מערכות אין קווינס מיט מרדכי יוסף פערל, חיים יצחק מאנדעל, אברהם בער יאקאבוויטש, יעקב בער ט''ב, וואס האט געפירט אז קווינס ליגט היינט ביי אברהם בער יאקאבאוויטש אין מער נישט ביי חיים יצחק)

די נייע מיידל סקול וואס זיי האבען באצאלט פעניס פאר די שטח וואס ס'איז זייער א וואסעריגע 'קאמערשאל' שטח (עס לוינט זיי אפי' נישט צו גראבען דארט קיין בעיסמענט) גייט זיי קאסטען 18 מיליאן דאללער.....

כהנה וכהנה, (מען קען דאך נישט אויסניצן אלע ווארע אויף איין מאל, מ'גייט ציביסלעך ביי יעדע אטאקע וועט זיין נאך שטרוי)

בקיצור מען גייט ווייזן ווי מעכטיג מען איז, אין זיך איינרעדן אז די ארונים זענען האלב אזוי ביזי מיט די זאליס ווי די זאליס זענען ביזי מיט די ארונים, אין מען וועט פינקטליך מסביר זיין ווי שטארק די ארונים קענען נישט שלאפען אז זיי בויען א מיידעל סקול ביי קינגס טערעס, והא ראי' אז אין ראדני איז אפי' געווען 1 מאל פאשקעווילן קעגן קווינס......

(פארשטייט זיך אז מען וועט נאר רעדן פין וויליאמסבורג אין כמובן נישט רעדן פין די 5 ישיבה קטנות, 3 גרויסע בתי מדרשים, נאך 2 וואס זענען אויפן וועג בעז''ה, נאך 5 קלענער בתי מדרשים, א מעכטיגע ת''ת קאמפלעקס מיט ארום 100 קלאסען וואס האט נישט זיינס גלייכן מיט 3 בנינים פאר די מיידעל שולע וואס מען קען שוין נישט אריינשטופן קיין נאדעל, אין מען בויט יעצט פרישע קלאסען ביי די אפגעקויפטע שטחים אויף וואלווארט סט', די גרויסע מקוה וואס ווערט געבויט מיט אלע הידורים, מצה בעקעריי, 2 בוטשערס, אא''וו וואס מען האט אלס געבויט אין די לעצטע 12 יאר ''אנהויבענדיג פין א''', פאר שווערע מיליאנען
ווי אויך וועט מען נישט רעדן פין ק''י ווען דארט האט מען די לעצטע 12 יאר אליין צוגעבויט 3 ריזיגע ת''ת אין בית רחל בנינים אין מען בויט ווייטער, אין נאך 2 בנינים זענען אויפן טיש חוץ די ריזיגע אדאטורים, 3 גרויסע שולן מיט נאך עטליכע קליינע שולן, מקוואות, אשת חיל, בית השחיטה, מצה בעקעריי וכו' די זעלבע אין ב''פ פרישע שולן אין פלענער פאר א נייע ריזיגע ת''ת געביידע)

אין עמיר זעהן צו די קעלבעך וועלן דאס מאל זיין ציפרידן

דערווייל האבען 2 פין די הויפט ניקס זיך שוין באדאנקט אין פין טופן הארצן בארגיסט דעם נייעם שרייבער
האפענטליך וועט דאס זיי ציפרידענשטעלן ביז די נעקסטע אטאקע
אין די זאליס וועלן זיין ציפרידן פאר שטוק צייט



תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2011 02:03:40




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2011 03:13 לינק ישיר 

הייסט דאס אז מ'בויעט יא בנינים ביי די זאליס? און סתם ווייל ס'איז ביליג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רז''ל: נאך פארמעגליך/בודאפאסט/חי' שעה: א פרישע נחמה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext