א היימישע בשורה
איך האב באקומען פארלאנגען, אז איך זאל פארעפענטליכן א אינטערעסאנטע חלום.
נישט לאנג צוריק, האט זיך גע'חלומ'ט פאר איינע [אדער מער] אין לאנדאן, ווי מיין יודענע עליה השלום איז געקומען צו א קלאס פארברענג, וואס זי ע''ה פלעגט דאס אנפירן ווען זי האט געלעבט, און זיי האבן געוואוסט אז זי איז א גאסט פון יענע וועלט, און זענען נישט געקומען נאנט צו איר, נאר געפרעגט, 'וואס וועט זיין תכלית, ווען קומט די ישועה פארן דור'.
האט זי געענטפערט [איך זאג איבער וואס יענע פרוי האט פארציילט א שליח זאל מיר עס איבערדערציילן] די זומער וועט זיין היבש שווער, אבער נאכן זומער קומט גוטע צייטן פאר יודען.. די ישועה איז נאנט
איך האב נישט געוואלט מאכן דערפון א מצב, אבער היות מ'האט מיר שטארק געבעטן עס צו מפרסם זיין, האב איך זיך איבערגעקלערט, און מסכים געווען.
בכל אופן א היימישע גריס, ס'קומט ליכטיגקייט, ווארטס אויס מיט געדולד!
|
|