| נשלח ב-14/7/2011 17:51 |
|
| |
וואס מיינט שנאת-אהבת חינם?
נאכן זיין אויף כמעט צוויי גאנצע נעכט, זיין אויסגעמיטשעט פון זוכען דעס קינד אין שווערע היצען, איז מען געשטאנען נעכטען און אויסגעהרט די הספדים, יעדער האט פארשטאנען אז דא האט פאסירט אזאך שלא כדרך הטבע, דארף מען אריין טראכטען בשל מי הרעה הזה, וכלם בפה אחד זענען געקומען צום מסקנה אז מ'דארף מתקן זיין דאס ענין פון שנאת חינם(אויך ניק ראדני-קינג האט דאס נאך געשריבן נעכטן אינדערפרי) האב איך אזוי מפשפש במעשי געווען, וועם האב איך פיינט, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז.. יא ליידער די גאנצע עדה וואס איז מיין פארקערטע פארטיי אבער וואס בין איך שולדיג, מיין רבי שליט''א זאגט דאך אז זיי זענען גזלנים חמסנים, מיין דיינים זאגען אז זיי זענען הולכי בערכעות, מיין פארטיי'ס אפציעלע צייטונג שרייבט אז זיי זענען קשר בוגדים וכהנה וכהנה. ''פארוואס זאל איך זיי טאקע נישט פיינט האבן''. עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך אז די מספידים זאלן צאמנעמען די רבי'ס שליט''א און ראשי העדה, זיי מסבר זיין וועגן שנאת אחים, "ואלה הצאן מה עשו", וואס האבן די שעפעלעך וואס האבן גענישטערט איבער גאנץ ברוקלין געזינדיגט אינם ענין פון שנאת חינם, בשעת די ראשים די אמת'ע בעלי מחלוקה זענען געזעצען אין זייער באקוועמע זימער הייזער.... דרך אגב לעצטענס האבן די בעלי דרשנים און בעלי מספדים אויף געפיקט די ווארט ''אהבת חינם'', ווייסט איינער צו ס'שטייט אין ספרים אזא זאך? ממה נפשך אן ערליכע איד איז א חיוב ליב צו האבן, ווידער א רשע טאר מען נישט ליב האבן, לויט ויקיפדיה קומט דאס פון הרב קוק'ס ספר ר''ל. און אלע בעלי הפקרות נוצן עס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 19:40 |
|
| |
ווי עס שיינט איז דער אשכול א המשך צו מיינער, ע"כ וועל איך עס אהער ברענגן און ממשיך זיין מיט נאך רעיונות, וואס שווימען מיר ארויף:
א צייט פאר חשבון הנפש
די רבי ז"ל שרייבט אין ספה"ק ויואל משה אז ווען עס קומט א צרה פאר כלל ישראל איז א חיוב צו נאכפארשן בשל מי הרעה הזאת,
איך שפיר אז פון הימל שיקט מען אונז א מעסעדש:
אידישע קינדער! עטס קענטס נישט זיין באחדות ווען ס'איז שלוה ונחת, וועט איר רח"ל זיין באחדות ע"י יסורים וצרות,
קודם איז געקומען די צרה פון רובאשקין, ליידער האט עס נישט געהאלפן, קפץ עליו רגזו של הילד לייבי קלעצקין, ביי ביידע אינצידענטן איז האט גאר שטארק בולט געווען "די אחדות פון כלל ישראל"
השכינה מיללת!! איז טאקע נאר דורך יסורים וצרות די איינציגע וועג וויזוי אידישע קינדער קענען זיין באחדות?
איך וויל פרעגן מיינע חברים חסידי סאטמאר, אפשר איז שוין צייט צו אפלאזן די מחלוקת, איך ווייס איך בין יעצט א ביסל איבערגענומען, און מיט די צייט וועט דער יצר ווייטער ארבעטן אויף מיר, אבער איך זאג ענק דעם ריינעם אמת, טיף אין הארצן לעכץ איך מתי יבוא, וואס מיר וועלן לעבן ווי ברודער ארונים אין זאלונים,
דער אייבישטער האט זייער נישט ליב קיין מחלוקת, ס'ברענגט א חרון אף
קוקט א מורא'דיגע לשון פון רש"י פ' קרח בשם תנחומא, וואס ממש רעדט צו אונז:
בא וראה כמה קשה המחלוקת, שהרי בית דין של מטה אינם מענישים את הקטנים, ובית דין של מעלה אין מענישים עד עשרים שנה, וכאן במחלוקת קורח, מתו אף יונקי שדיים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 19:50 |
|
| |
outspoken, דו ברענגסט ארויף גאר שטארקע פוינטס, אי"ה ווען מיין צייט וועט ערלויבן וועל איך אלעס אדרעסירן און צילייגן אויף קליין געלט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 22:22 |
|
| |
איך מיין אז דאס איז היסטאריע!
שוין כמעט 48 שעה וואס אין ביידע פורום'ס האט קיינער דערווייל נישט די העזה צו שרייבן פאליטיק,
עס מוז זיין אז דער טראגעדיע האט עפעס בארירט סאך טיפער ווי סיי וועלכער לעצטיגער אומגליק,
ווער ווייסט אפשר וועט זיך יעצט מאכן א רעוולוציע אין דעם ענין, רוב עולם איז קלאר שוין פעד-אפ פון די חאזעריי,
יא מ'איז געווען אנגעווייטוגט, ביידע צדדים האלטן איז מ'איז מיט אומרעכט ב'עוולה'ט געווארן, אבער ס'נעמט שוין צו לאנג, צייט היילט, און ס'שוין העכסט צייט זיך צו איבערבעטן און לעבן ווי ברודער, כשנים כתיקונם
זאל דאס זיין לעילו נשמת הילד יודא לייב ב"ר נחמן ע"ה
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 14/07/2011 22:24:45
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 23:21 |
|
| |
מענטעשען האבן א שטיקל טעות, דער רבי זי''ע און דברי יואל פרשת מצורע, פרעגט פארוואס אויף אלע מצוות האבן די הייליגע חז''ל געמאכט גדרים וסייגים, און ביי די עבירה פון לשון הרע וואס איז אזוי הארב וואו ע''ז גו''ע שפ''ד, האבן די חז''ל נישט געמאכט קיין גדרים וסייגים,? ?? זאגט אונז די הייליגע רבי זי''ע א געוואלדיגע יסוד, היות די מצווה פון רעדן אויף רשעים איז אזוי גרויס, אזוי די רבינו יונה, וואו אויך דער הייליגער חפץ חיים זי''ע שרייבן עס באריכות, איז אויב וועט מען מאכן גדרים וסייגים אויף לשון הרע, וועט מען נישט גענוג רעדן אויף די רשעים, און מען וועט זיך ח''ו אפלערנען פון זייער געמיינע מעשים, דעריבער האבן די חז''ל נישט קיין געמאכט קיין גדרים וסייגים אויף די שרעקליכע עבירה פון לשון הרע, אזוי לערנט אונז דער הייליגער רבי זי''ע מען פארציילט אויפן הייליגן חזו''א, אז ער האט אמאל ערב יוה''כ גערעד אויף איינעם פון די ציוניסטישע כופרים זייער שארף, האט אים רבי יעקב האלפירין ז''ל געפרעגט רבי ערב יום הקדוש? האב אים דער צדיק וחכם גענפערט, ''אויף איינעם וועם מען מעג רעדן, מעגן רעדן יוה''כ ביינאכט אויך, און אויף איינעם וועם מען טאר נישט טאר מען קיינמאל נישט, ודפחי''ח לענינינו, די זאליבאנער מיט זיייערע ברידער די בני המן, זענען עוקרי הדת, און גרויסע עבריינים, און מרימי יד בתורת משה, וואס מען דארף אויף זיי כסדר רעדן און האקען, און מגלה זיין זייערע געמיינע פרציפים, והוקע אותם נגד השמש, אז מיר זאל זיך חלילה נישט אפלערענען פון זייערע געמיינע מעשים, נאר די לעצע טעג, ווען כלל ישראל איז אזוי ביטער צובראכען, דער מוח איז פשוט געבליבן שטיין, די אויגן הערן נישט אויף צו גיסן טייכן טרערן, מי יתן ראשי מים, ועיני מקור דמעה, דער לשון איז אפגעטאן געווארן, דעריבער האט מען נישט געשריבען,
תוקן על ידי מישמאש ב- 14/07/2011 23:21:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2011 23:48 |
|
| |
אלל רייט, איך וועל אנהייבן, נאו פראבלעם, חשבון הנפש מיינט נישט יענעמס נפש, מען מיינט דעם אייגענעם חשבון הנפש, יעדער איינער ווייסט די אייגענע חטאים און אויף דעם זאל מען תשובה טון, און דאס וואס מאנכע רופן פאליטיק, איז ליידער דער גרעסטער בזיון התורה, מען דארף נאר אריין טראכטן, מיין איך דאס באמת לשם שמים, אדער בלאף איך נאר, ווען איך שריי אויפן צד השני הולכי לערכאות, מיין איך דאס באמת ובתמים, אדער ביני לבין עצמי ווייס איך אז ס'איז שקר גמור, און דאס וואס איך שריי אויף יענעם איז נאר כדי ער זאל נישט קענען שרייען אויף מיר, ווען איך שריי אז אריזאנא ווייץ איז חמץ גמור, מיין איך דאס באמת? אדער איז דאס נאר א איסור גברא,
מחלוקת קרח וכל עדתו, זענען נאר עדת קרח איינגעזינקען אין נישט ביידע צדדים, אויב מיינט מען אמת'דיג איז דאס נישט א מחלוקת קרח ומשה, נאר א מחלוקת קרח וכל עדתו, און איך וועל דאס זאגן ברבים, די מחלוקת הזאליס וכל עדתם, איז נישט קיין מחלוקת פון זאליס ואהרונים, ס'איז א מחלוקת הזאליס וכל עדתם, ווען איין צד שרייט לאמיר גיין צו דין תורה און דער צד השני לאכט פון די תורה, איז דאס א חילול השם איום ונורא, און זיי גייען אריין אין כלל פון "הלא משנאך השם אשנא" מען איז זיי מחוייב פיינט האבן, און ס'איז נישט קיין שנאת חינם,
לולא דמסתפינא, וואלט איך גאר אנדערשט געלערנט פשט אין די לעצטע שרעקליכע טראגעדיעס, אלעס איז נאר פארן "מדשתקי רבנן" ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט נישט געטארט פאסירן אז איין צד זאל זאגן מפורש (און דאס כסדר געשריבן אין זייערע קארט פאפירן) אז אנו דווקא חפצים בערכאות הגויים, מיר זענען נישט אינטרעסירט אין קיין דיני ישראל, און כלל ישראל ובראשם די אזויגערופענע גדולי הדור שטייען לייכטזיניג און שרייען שלום עלי נפשי, והשכינה אומרת אוי להם מעלבונה של תורה, דער חילול שם שמים איז געוואלדיג גרויס, והשכינה נוהמת, אוי להם, על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם, און דאס איז נעבעך דער חרון אף, און אויף דעם דארף מען תשובה טון,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2011 02:01 |
|
| |
דאס איז וואס איך האב געענטפערט אין אנדערן אשכול:
ווייסטו טאקע באמת נישט וואס די זאכן מיינען?
לאמיר זיין אפן. מיר זענען נידריגע מענטשן. אונז באדערט נישט גארנישט וואס אנבאלאנגט דעם כבוד שמים. מיר האבן אפילו נישט קיין אייגענע מיינונג. וואס עפעס זאל מיר אנגיין וואס יענער טוט?
אמת, מיר זענען אביסל געפראגרעמט, דער רבי האט געהייסן האקן אנטקעגן ציונות, האקט מען. אן אנדערער רבי הייסט האקן אנטקעגן דעם עירוב, האקט מען ווייטער. אן אנדערער האט "פאן" מוחה צו זיין אנטקעגן פרעסטוראנטן, און איינער אויף געוויסע טעיפ געשעפטן, א.א.וו.
אבער טיף אין הארצן טוט אונז נישט באמת וויי אויף שם שמים המחולל בכל העולם כולו. מען האט אינזין אונזער אייגענע באדערפענישן, מען ליגט אין תאוות, גשמיות, געלט און פרעס, פאליטיק (היימישע און פאליטישע), אין שטותים והבלים, און מיר ווייסן גוט אונזער מצב. עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און עס האט נישט קיין זין עס צו פארלייקענען.
אין רמב"ם איז גע'פסק'ענט להלכה אז מען איז מחוייב ליב צו האבן יעדן איד, אפילו איינער וואס איז ח"ו עובר עבירות, כל זמן ער האט די פינטעלע אמונה, ער גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס, און מ'איז מחוייב מחלל שבת צו זיין אויף אים אין פאל פון פיקוח נפש. און דאס ביסלע אמונה, מוזן מיר מודה זיין, האבן אלע פון אונז, און נאר דאס גיט אונז א רעכט פיינט צו האבן די מינים ואפיקורסים. וואס אויף זיי בעהט מען ולמלשינים וכו' וכל המינים כרגע יאבדו וכל אויביך מהרה יכרתו.
אצינד, יעדן אנדערן איד (דהיינו חוץ פון די אפיקורסים) וואס מען האט פיינט, איז אן עבירה, און עס הייסט "שנאת חנם", דהיינו דו האסט נישט קיין בארעכטיגטע טענה ע"פ תורה יענעם פיינט צו האבן. אמת, מעגליך יענער איז א גנב, א בעל תאוה, טוט ביטול תורה, און פאלגט דעם hצה"ר, אבער מען האט נאך דעם חיוב פון 'ואהבת לרעך כמוך'. און 'לא תשנא את אחיך בלבבך'. און נאך פילע אנדערע, בפרט אויב מ'טשעפעט, מ'פארשעמט, איז מען עובר אויף 'לא תונו', א.א.וו.
אבער כדי מיר זאלן נישט שפירן ווי בעלי עבירה, און זיך נישט שפירן שולדיג ווען מען רעדט פון אחדות ביי כלל ישראל, הלמאי איך בין אזוי פארזינקען אין פאליטיק און האב ליידער פיינט טויזענטער ערליכע אידן בלויז פאר נארישע פאליטיק, איז מען אויפגעקומען אויף א המצאה. מען האט זיי נישט פיינט ווייל זיי האבן צוגעכאפט מיינע בנינים, אדער ווייל ער האלט אנדערש פון מיין רבי'ן, אדער ווייל מיין רבי האט געוואלט הערשן אויף כל העולם כולו און עס איז נישט געלונגען, אדער פשוט קנאה אויף דאס און יענץ, נע, בכלל נישט. איך האב יענעם מ'כלומר'שט פיינט ווייל ער איז נישט ערליך! ער לערנט נישט! ער איז אן עם הארץ! עס איז עובר אויף גניבה! ער איז מכשיל כלל ישראל מיט חמצ'דיגע מצות! ער רעדט פון פרויען דאסטער'ס! ער פארקויפט טריפה פלייש און שפילט מהודר! ער האט נישט קיין שמירת עינים! ער הערט טעיפס וואס מען דארף נישט הערן! ער האקט יא אדער נישט אויפן עירוב! שטעלט זיך נישט צו דין תורה! און נאך און נאך..... מען מיינט פשוט דעם אויבערשטן! און מען קלאפט זיך אויפן בויך, שישו מעי שישו! איך נעם זיך אן פארן כבוד פונעם אויבערשטן! איך וועל זיצן אויבן-אן אין גן עדן פאר מיינע הייליגע מחאות!
אט דאס הייסט שנאת חנם!
דו נארישער מענטש! השי"ת ווייסט זייער גוט וואס דיינע מחשבות זענען, און ווי שטארק דו מיינסט כבוד שמים ביי דיינע אייגענע תאוות, אדער אפילו תאוות פון דיינע נאנטע חברים וועמען דו פארעטפערסט אלע זייערע שלעכטע וועגן, נאר ביי יענעם, וועמען דו האסט פיינט, זוכסטו אויף זייערע עבירות (כאילו מיט דיר האסטו שוין געענדיגט), און דו הייבסט אן האקן. דו מיינסט נישט ח"ו יענעם פערזענליך, דו מיינסט נאר דעם באשעפער!
האב איך פאר דיר נייעס. השי"ת איז א יודע מחשבות. ער ווייסט גענוי וואס דו טראכסט. נר ה' נשמת אדם חופש כל חדרי בטן. ער קוקט אריין טיף, און ער ווייסט אז דו האסט יענעם פיינט פשוט ווייל דו האסט פארדארבענע מדות! דו טוסט נישט דיין ארבעט אויף דער וועלט אויסצוארבעטן דיינע מדות! עס איז גרינגער צו בלייבן מיט די געמיינע נאטורן און אלעס אנשמירן אויפן באשעפערס נאמען!
און דאס איז ליידער גורם די אלע טראגעדיעס, און האלט אפ משיח'ן פון קומען! די גמרא זאגט שוין ביים חורבן בית המקדש איז אויך אזוי געווען, לויט א טייל מפרשים וואס טייטשן אזוי אפ די גמרא "שהעמידו דבריהם על דין תורה"! מען האט מ'כלומר'שט פשוט געמיינט די תורה!
לאמיר זיך שעמען! וועמען ווילן מיר אפנארן? אונז אליין? אונזערע חברים וואס ווייסן דאס פונקט ווי אונז? דעם באשעפער? מיר זענען נידריגע גראבע יונגען! ווי אזוי קוקט אויס אונזער דאווענען? אונזערע מדות? אונזער ערליכקייט, איידלקייט? ווי אזוי באהערשן מיר זיך אונזערע תאוות? ווי גרויס מאכן מיר אויף אונזער מויל ווען דער סענדוויטש איז "אווער-סטאָפט"? ווי שטארק ארבעטן מיר אויף אונזער שמירת עינים, אויפן גאס און אויפן קאמפיוטער/טעלעפאן? מכף רגל ועד ראש אין בנו מתום! אבער מען האט פיינט יענעם, ווייל יענער איז נישט ערליך!
ווי אזוי האט אמאל איינער געטייטשט: איזהו גבור הכובש את "יצרו", זיין אייגענעם יצר הרע, נישט יענעמ'ס! דעם רבינ'ס ז"ל תורה און עבודה קענען מיר נישט נאכמאכן, ניטעמאל קומען מיר צו, מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, און אודאי נישט זיין אהבת ישראל וואס ער האט זיך מקריב געווען פאר כלל ישראל, דאס אלעס איז צו שווער. אבער האקן אויף יענעם, אה דאס איז גרינגער. מיט דעם וועל איך זיין א חסיד. שוטים וואס מיר זענען! ווילאנג נאך וועלן מיר דאס אנהאלטן! הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהען מיר נישט ווי עס פאלט שטיקער פון אונז, ברוחניות ובגשמיות, פיזיש און גייסטיש? אויף וואס ווארטן מיר?
לאמיר ארבעטן אויף אהבת ישראל. געענדיגט מיט די שנאת חנם. לאמיר נישט ווארטן אויף נאך א רוף פון הימל! עס איז שוין שרעקליכער פון שרעקליך!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2011 03:59 |
|
| |
הטוב-שמך
שמך טוב ו'ארטיקל' שלך טוב, די אמת אזוי אין פנים אריין.
אבער מישמאש און משהלע האבן עס בעסער פארשטאנען,
אויב איז מען אן ארוני מעג מען און מ'מוז פיינט האבן די (לשון מישמאש) 'זאליבאנער מיט זיייערע ברידער די בני המן' ס'שטייט דאך בפירוש אין דברי יואל פרשת מצורע, אויב איז מען א זאלי איז א מצוה פיינט האבן די חרונים ווייל זיי זענעןן עובר אויף יהרג ואל יעבר (פאבליק סקול) ועוד ועוד.
"הלוא משנאיך ה' אשנא'' ומתוך שלא לשמה בא לשמה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2011 04:10 |
|
| |
המשך.. די איינציגסטע עצה איז אז מ'זאל צוזאם נעמען די צוויי רבי'ס אין איין שטוב (אן קיין בית הכבוד) און זיי נישט ארויסלאזען ביז זיי זענען זיך מפשר אויף אלע נכסים און אויפהערן אריינצושלעפען אלע זייערע קעלבער אין די טינופת.
היינט זעען די וויזניטצער חסידים איין אז די אלטע מחלוקות איז נישט געווען אזא גרויסע מצוה.. (פארשטייט זיך אז די היינטיגע מחלוקות אין אן אנדרע מעשה)
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2011 04:36 |
|
| |
אוטספוקען, אויב זענען דיינע ווערטער געציהלט געווען צו די צוויי מענטשן וואס באהאלטן זיך אונטער א קאמפיוטער און שרייבן אזוינע שענדליכע ווערטער אין אזא עת צרה, משה מיט מישמאש, דעמאלטס קענסטו זאגן מישען אקאמפלישד.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2011 19:32 |
|
| |
מהר''א שליט''א זאגט ס'געקומען אלץ ער האט זיך אנגעקוקט (טעלווישען) מיט שפיכת דמים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2011 21:40 |
|
| |
כ'האב דאס נישט געהערט פון קיין רב אבער ס'קען זיין אז די שרעקליכע פאסירונג וויל אונז מעורר זיין,
מ'האלט איצט פאר די דריי וואכן, ס'שטייט (שערי תשובה-לרבינו יונה שער ג) לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו 'דבריהם' על דין תורה, קען זיין אז בעצם זענן זיי נישט געגאנגען צו קיין דין תורה נאר צו ערכאות ר''ל, שהעמידו ''דבריהם'' זיי האבן געלייגט זייער 'רייד' אז 'זיי' ווילן דין תורה, נאר די צווייטע זייט וויל נישט, און אזוי איז מען מיט אלע תירוצים אפגעזיצען אין ערכאות, ואין פוצה פה ומצפצף, אלע שיינע רבנים זענען געגאנגען 'באזוכען' ביידע צדדים, (און געכאפט שיינע פיקטשערס פאר אלע מאגיזינן), האט די מדת הדין געפרעגט '' כלום נפצע מוחו של אחד מהם על קידוש שמך (מדרש ילקוט יחזקא') האט איינער אפילו אוועק געגעבן א גלעזל קאווע פארן באשעפער? וועגן דעם האט ליידער שולט געווען די מדת הדין איצט פרשת פנחס.
קען זיין דאס זאגט תוס'(בבא מציעא ל ע''ב ד''ה לא חרבה) וי''ל דהא והא גרמא, מ'האט געבויט גרויסע פארטייען איז מען סיי געגאנגען אין ערכאות און סיי אנגעמאכט אסאך שנאת חנם ,''ואבדנו בית מקדשינו"
רבותי, די גמרא זאגט מתחילין בדיני נפשות מן הצד, ס'האט ליידער געקאסט א קינד פון א איידילע שטילע קהילה, לאמיר זיך בארעכענן בעוד מועד...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2011 17:14 |
|
| |
דער שרעקליכער אומגליק האט פאסירט פרשת פנחס, ווי עס שטייט אין די סדרה, פנחס בן אלעזר... השיב את חמתי... ולא כליתי את בני ישראל, פרעגן די מפרשים, פארוואס וואלט רח''ל געדארפט זיין א כליה? האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף? איין זמרי בן סלוא האט עובר געווען א עבירה און וועגן דעם וואלט מען געדארפט רח''ל הארגענען גאנץ כלל ישראל? נאר זיי ענטפערן אז זמרי בן סלוא איז געווען נשיא בית אב לשמעונים, לויט איין דעה איז ער גאר געווען א זון פון שמעון, ער איז געווען דער זקן הדור (מהרש''א), דער מדרש זאגט אז די נשיאים זענען אלע געווען בעלי רוח הקודש, איי ווי קומט דאס אז דער צדיק זמרי בן סלוא האט אזוי שרעקליך חוטא געווען? נאר טעה!, ער האט זיך טועה געווען אין הלכה, און פונקט ווי די מרגלים וואס זענען געווען מבחורי העם, וואס משה רבינו האט זיי דערוועלט צו פארטרעטן כלל ישראל, און פונקט ווי קרח וואס חז''ל זאגן אז ער איז געווען א בעל רוח הקודש, ווי רש''י זאגט, וקרח שפקח היה מה ראה לשטות זה עינו הטעתו ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו שמואל ששקול כנגד משה ואהרן אמר בשבילו אני נמלט, נאר וואס דען, אפילו א בעל רוח הקודש קען האבן א טעות, אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה, אזוי דא אויך, דער גרויסער נשיא בית אב אב לשמעונים האט געטון א עבירה בפרהסיה האט כלל ישראל געזאגט, מסתמה ווייסט ער וואס ער טוט, ער האט דאך רוח הקודש, און קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר כבוד שמים, ועל זה יצא הקצף, דער רבונו של עולם איז רח''ל גרייט געווען פאר א כליה, ווען נישט וואס פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן האט מקנא געוועין קנאת השם צבקות, און גורם געווען אז השיב את חמתי ולא כליתי (עיין בדברי יואל פרשת פנחס)...
מורי ורבותי, פרשת פנחס תשע''א, האט דער באשעפער גענומען א קרבן עולה, צו שיקן א מעסעדש פאר כלל ישראל, דא איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער קומערט זיך נישט, קיינער צוקראצט זיך נישט, יעדער וויל זיין א דזשענטלמאן, אויב גיי איך צו איינעם אריין כאפן א "משלחן מלכים" וועל איך גיין אויך צום צווייטן, פארברענגן אפאר מינוט, מען קען דאך נישט מאכן קיין אויסנאם, און דער באשעפער שרייט על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם,? אנשטאט איר זאלט ארויס קומען מיט א וויי געשריי און א מחאה אויף דעם הרמת יד בתורת משה, לעקט מען און מען חנפה'ט די רשעים, און דער באשעפער האט געשיקט א שטיקל מעסעדזש מען זאל זיך כאפן באצייטענס, דריבער איז דאס געשען פרשת פנחס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2011 21:05 |
|
| |
משהלע
דערמאנסט מיר א מעשה, ווען די ערשטע חלק ויואל משה איז ארויסגעקומען, האט די ליבאוויטשע רבי געזאגט אז מ'דארף ווען גוזר תענית זיין פארן שרייבן אז די דרך הבעל שם טוב איז נשתכח געווארען, האט רביה''ק זצ''ל געזאגט, יעדער רבי זאגט דאך אז 'זיי'ן דרך, איז די ריכטיגע דרך הבעל שם, איך ביו דאך אויך א רבי, זאג איך אז 'איך' האב פארגעסען די דרך הבעל שם, ממילא איז עס נשתכח געווארען...
האסט שטארק מעורר געווען פארוואס דער באשעפער גענומען א קרבן עולה ווייל, "ס'איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף" האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר, אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה" איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל? למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד), ''ואין פוצה פה ומצפצף"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2011 21:44 |
|
| |
outspoken
עס איז זייער נאריש פאר אונז קליינע מענטשליך צו דעבאטירן פארוואס דער אימגליק איז געקימען, אונז זעמער נישט קיין בעלי רוח הקודש צו קענען וויסן פאר דער ביטערער אומגליק האט פארסירט, רבינו הקוה''ט שרייבט טאקע און די הקדמה פון ויואל משה בשם זיין הייליגער זיידע דער חוות דעת זי''ע אז נאך יעדן אומגליק דארף מען מאכן א חשבן הנפש פאר וואס דאס האט פאסירט, על מה אבדה הארץ, אזוי דער הייליגער רבי יוסף יעב''ץ שרייבט סיבות פארן גירוש שפאניע, און דער רבי זי''ע פירט דארט אויס אז דער ביטערער חורבן איז געקימען צילוב דעם וואס יודישע קינדער האבן עובר געווען אויף די שלוש שביעות, אזוי עס שטייט און פסוק (שיר השירים ב' ז') השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה וגו'. זאגט אויף דעם רבי אליעזר אמר להם הקב"ה לישראל, אם אתם מקיימין את השבועה מוטב, ואם לאו אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה. עכ''פ די צדיקים ווייסען ווען אן עונש קימט פארוואס עס קימט, אבער מיר קליינע מענטשן, ווייסן נישט, מיר ווייסען נאר אז מען דארף טאן תשיבה, נחפשה ונחקורה ונשיבה אל ה' אלוקינו, דעריבער איז נאריש און טיפשותדיג צו דעבאטירן פאר וועלעכע עבירה דער עונש איז זיך אונז געקימען, און דאס וואס די שרייבסט: האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר, אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה" איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל? למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד), ''ואין פוצה פה ומצפצף" איז סתם אזוי שטיתים מיט הייסע בארשט, עס ווייזט סתם אז די האסט נישט קיין אנונג וואס עס טיט זיך און סאטמאר, ביזט א נייע געבוירענער וואס זיכט אויסצדריקען זיינע דריקענישען, אן וויסן די קראנטע פאקטען גיי מאך דיין היים ארבייט דער נאך וועלן מיר רעדן ואתכם הסליחה החותם בכבוד מר האנדא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2011 23:10 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | משהלע
דערמאנסט מיר א מעשה, ווען די ערשטע חלק ויואל משה איז ארויסגעקומען, האט די ליבאוויטשע רבי געזאגט אז מ'דארף ווען גוזר תענית זיין פארן שרייבן אז די דרך הבעל שם טוב איז נשתכח געווארען, האט רביה''ק זצ''ל געזאגט, יעדער רבי זאגט דאך אז 'זיי'ן דרך, איז די ריכטיגע דרך הבעל שם, איך ביו דאך אויך א רבי, זאג איך אז 'איך' האב פארגעסען די דרך הבעל שם, ממילא איז עס נשתכח געווארען...
האסט שטארק מעורר געווען פארוואס דער באשעפער גענומען א קרבן עולה ווייל, "ס'איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף"
האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר, אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה"
איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל?
למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד), ''ואין פוצה פה ומצפצף" |
|
איך האב הנאה אז דו האסט געפרעגט די פראגע, ווי מען זאגט ביי יעדן דיבעיט, I AM GLAD YOU ASKED THAT QUESTION, עס סאונד זייער דזשענטלמאניש, צו זאגן אז ביידע צדדים זענען שולדיג, אבער עס איז ווייט פונעם מציאות, ווען איין צד שרייט פון ערשטן טאג לאמיר גיין צו דין תורה, און אפילו אין די קארט פאפירן וואס זיי האבן אריינגעגעבן, האבן זיי קלאר כסדר פארלאנגט אז אלץ אידן ווילן זיי גיין צו דין תורה, און דער קארט זאל צווינגען דעם צד השני אויך צו גיין צו דין תורה, און דער צד השני האט גענטפערט אז זיי ווילן בשום אופן נישט גיין צו דין תורה און דווקא דער גואישער ריכטער זאל פסקענען, הייסט דאס ביי דיר אז ביידע צדדים זענען אייניג שולדיג?, ווען איין צד גייט בדרך התורה איז נישט שייך צו זאגן אז דער דאזיגער צד האט זיך טועה געווען, "טעה" קען מען נאר זאגן אויף דעם צד וואס גייט אקעגן די תורה, מיט נארישע און אויסגעטראכטע אמתלאות, זייערע דיינים וואס האבן כלומפערשט געגעבן א היתר האבן געטון נגד ההלכה, קענסט דאס אנרופן איידל, אז זיי האבן זיך "טועה" געווען, אדער קענסטו זאגן גראב, אז זיי זענען קלים וריקים, אבער די טענה איז געוויס נאר אויף יענעם צד, אונזער צד איז פון אייביג גרייט געווען זיך צו פירן כהלכות גוברין יהודאין, און זיך שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין המרוצה לשני הצדדין אדער ביי זבל''א, מיר זענען זיכער חף מפשע, מיר זענען אויסדריקליך נישט שולדיג אין דעם חילול השם פון הרמת יד בתורת משה, דער צווייטער צד קען דאס זיכער נישט זאגן, והדברים פשוטים מאוד.
 |
|
|
|
|
|