ווייסטו טאקע באמת נישט וואס די זאכן מיינען?
לאמיר זיין אפן. מיר זענען נידריגע מענטשן. אונז באדערט נישט גארנישט וואס אנבאלאנגט דעם כבוד שמים. מיר האבן אפילו נישט קיין אייגענע מיינונג. וואס עפעס זאל מיר אנגיין וואס יענער טוט?
אמת, מיר זענען אביסל געפראגרעמט, דער רבי האט געהייסן האקן אנטקעגן ציונות, האקט מען. אן אנדערער רבי הייסט האקן אנטקעגן דעם עירוב, האקט מען ווייטער. אן אנדערער האט "פאן" מוחה צו זיין אנטקעגן פרעסטוראנטן, און איינער אויף געוויסע טעיפ געשעפטן, א.א.וו.
אבער טיף אין הארצן טוט אונז נישט באמת וויי אויף שם שמים המחולל בכל העולם כולו. מען האט אינזין אונזער אייגענע באדערפענישן, מען ליגט אין תאוות, גשמיות, געלט און פרעס, פאליטיק (היימישע און פאליטישע), אין שטותים והבלים, און מיר ווייסן גוט אונזער מצב. עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און עס האט נישט קיין זין עס צו פארלייקענען.
אין רמב"ם איז גע'פסק'ענט להלכה אז מען איז מחוייב ליב צו האבן יעדן איד, אפילו איינער וואס איז ח"ו עובר עבירות, כל זמן ער האט די פינטעלע אמונה, ער גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס, און מ'איז מחוייב מחלל שבת צו זיין אויף אים אין פאל פון פיקוח נפש. און דאס ביסלע אמונה, מוזן מיר מודה זיין, האבן אלע פון אונז, און נאר דאס גיט אונז א רעכט פיינט צו האבן די מינים ואפיקורסים. וואס אויף זיי בעהט מען ולמלשינים וכו' וכל המינים כרגע יאבדו וכל אויביך מהרה יכרתו.
אצינד, יעדן אנדערן איד (דהיינו חוץ פון די אפיקורסים) וואס מען האט פיינט, איז אן עבירה, און עס הייסט "שנאת חנם", דהיינו דו האסט נישט קיין בארעכטיגטע טענה ע"פ תורה יענעם פיינט צו האבן. אמת, מעגליך יענער איז א גנב, א בעל תאוה, טוט ביטול תורה, און פאלגט דעם hצה"ר, אבער מען האט נאך דעם חיוב פון 'ואהבת לרעך כמוך'. און 'לא תשנא את אחיך בלבבך'. און נאך פילע אנדערע, בפרט אויב מ'טשעפעט, מ'פארשעמט, איז מען עובר אויף 'לא תונו', א.א.וו.
אבער כדי מיר זאלן נישט שפירן ווי בעלי עבירה, און זיך נישט שפירן שולדיג ווען מען רעדט פון אחדות ביי כלל ישראל, הלמאי איך בין אזוי פארזינקען אין פאליטיק און האב ליידער פיינט טויזענטער ערליכע אידן בלויז פאר נארישע פאליטיק, איז מען אויפגעקומען אויף א המצאה. מען האט זיי נישט פיינט ווייל זיי האבן צוגעכאפט מיינע בנינים, אדער ווייל ער האלט אנדערש פון מיין רבי'ן, אדער ווייל מיין רבי האט געוואלט הערשן אויף כל העולם כולו און עס איז נישט געלונגען, אדער פשוט קנאה אויף דאס און יענץ, נע, בכלל נישט. איך האב יענעם מ'כלומר'שט פיינט ווייל ער איז נישט ערליך! ער לערנט נישט! ער איז אן עם הארץ! עס איז עובר אויף גניבה! ער איז מכשיל כלל ישראל מיט חמצ'דיגע מצות! ער רעדט פון פרויען דאסטער'ס! ער פארקויפט טריפה פלייש און שפילט מהודר! ער האט נישט קיין שמירת עינים! ער הערט טעיפס וואס מען דארף נישט הערן! ער האקט יא אדער נישט אויפן עירוב! און נאך און נאך..... מען מיינט פשוט דעם אויבערשטן! און מען קלאפט זיך אויפן בויך, שישו מעי שישו! איך נעם זיך אן פארן כבוד פונעם אויבערשטן! איך וועל זיצן אויבן-אן אין גן עדן פאר מיינע הייליגע מחאות!
אט דאס הייסט שנאת חנם!
דו נארישער מענטש! השי"ת ווייסט זייער גוט וואס דיינע מחשבות זענען, און ווי שטארק דו מיינסט כבוד שמים ביי דיינע אייגענע תאוות, אדער אפילו תאוות פון דיינע נאנטע חברים וועמען דו פארעטפערסט אלע זייערע שלעכטע וועגן, נאר ביי יענעם, וועמען דו האסט פיינט, זוכסטו אויף זייערע עבירות (כאילו מיט דיר האסטו שוין געענדיגט), און דו הייבסט אן האקן. דו מיינסט נישט ח"ו יענעם פערזענליך, דו מיינסט נאר דעם באשעפער!
האב איך פאר דיר נייעס. השי"ת איז א יודע מחשבות. ער ווייסט גענוי וואס דו טראכסט. נר ה' נשמת אדם חופש כל חדרי בטן. ער קוקט אריין טיף, און ער ווייסט אז דו האסט יענעם פיינט פשוט ווייל דו האסט פארדארבענע מדות! דו טוסט נישט דיין ארבעט אויף דער וועלט אויסצוארבעטן דיינע מדות! עס איז גרינגער צו בלייבן מיט די געמיינע נאטורן און אלעס אנשמירן אויפן באשעפערס נאמען!
און דאס איז ליידער גורם די אלע טראגעדיעס, און האלט אפ משיח'ן פון קומען! די גמרא זאגט שוין ביים חורבן בית המקדש איז אויך אזוי געווען, לויט א טייל מפרשים וואס טייטשן אזוי אפ די גמרא "שהעמידו דבריהם על דין תורה"! מען האט מ'כלומר'שט פשוט געמיינט די תורה!
לאמיר זיך שעמען! וועמען ווילן מיר אפנארן? אונז אליין? אונזערע חברים וואס ווייסן דאס פונקט ווי אונז? דעם באשעפער? מיר זענען נידריגע גראבע יונגען! ווי אזוי קוקט אויס אונזער דאווענען? אונזערע מדות? אונזער ערליכקייט, איידלקייט? ווי אזוי באהערשן מיר זיך אונזערע תאוות? ווי גרויס מאכן מיר אויף אונזער מויל ווען דער סענדוויטש איז "אווער-סטאָפט"? ווי שטארק ארבעטן מיר אויף אונזער שמירת עינים, אויפן גאס און אויפן קאמפיוטער/טעלעפאן? מכף רגל ועד ראש אין בנו מתום! אבער מען האט פיינט יענעם, ווייל יענער איז נישט ערליך!
ווי אזוי האט אמאל איינער געטייטשט: איזהו גבור הכובש את "יצרו", זיין אייגענעם יצר הרע, נישט יענעמ'ס! דעם רבינ'ס ז"ל תורה און עבודה קענען מיר נישט נאכמאכן, ניטעמאל קומען מיר צו, מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, און אודאי נישט זיין אהבת ישראל וואס ער האט זיך מקריב געווען פאר כלל ישראל, דאס אלעס איז צו שווער. אבער האקן אויף יענעם, אה דאס איז גרינגער. מיט דעם וועל איך זיין א חסיד. שוטים וואס מיר זענען! ווילאנג נאך וועלן מיר דאס אנהאלטן! הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהען מיר נישט ווי עס פאלט שטיקער פון אונז, ברוחניות ובגשמיות, פיזיש און גייסטיש? אויף וואס ווארטן מיר?
לאמיר ארבעטן אויף אהבת ישראל. געענדיגט מיט די שנאת חנם. לאמיר נישט ווארטן אויף נאך א רוף פון הימל! עס איז שוין שרעקליכער פון שרעקליך!!