בית פורומים אידישע געדאנק

מיטארבעטער פון "דער איד" פירן צום פארכאפונג פון דעם מאנסטער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2011 18:13 לינק ישיר 
מיטארבעטער פון "דער איד" פירן צום פארכאפונג פון דעם מאנסטער!

‎​Two Flathbush brothers with help from Der Yid reporters helps find car of Leiby's Murder: Kelly credit them at Press Conference ‎ ‎​
 

 
http://www.vosizneias.com/87566/2011/07/15/brooklyn-ny-report-flatbush-brothers-find-arone28099s-car-after-watching-surveillance-video-on-vin/

תוקן על ידי געלעכטער ב- 15/07/2011 18:16:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 18:17 לינק ישיר 

א לענגערע און פול דעטאלירטער באריכט טרעפט אין היינטיגן "דער איד".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 18:41 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=97532



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 18:53 לינק ישיר 

דער בחור גיבט א א אונטערוויא אויף קול מבשר. ‎​
 
212-444-1100 1-1-4



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2011 19:46 לינק ישיר 

אויסצוג פון דער איד איבער די געשיכטע מיט די בחורים

מיטוואָך אַרום 12:45 פאַרטאָגס: צוויי פלעטבושער בחורים באַמערקן קאַר

צוויי פלעטבושער בחורים וועלכע זענען אַרומגעגאַנגען זוכן אין די געגנט, האָבן מיטוואָך אַרום 12:45 פאַרטאָגס באַמערקט אַן אויטאָ וואָס האָט געשטימט מיט די אינפאָרמאַציע וואָס איז אַרויסגעלייגט געוואָרן אויף די איסט צווייטע גאַס צווישן קאַרטעליו און עוועניו סי. עס איז געווען אַ 1990 האָנדאַ אַקאָרד, ברוין קאָלירט. זיי האָבן גענומען עטליכע בילדער פון די קאַר, און האָבן פּרובירט נאָכצופאָלגן וואו די קאַר פאָרט, אָבער זיי אַליין האָבן שפּעטער אַוועקגעמאַכט וואָס זיי האָבן געזען. אַביסל שפּעטער האָבן זיי ווידעראַמאָל געזען די קאַר, און דער פּאַרשוין האָט געהאַט אַזאַ היטל ווי אין די ווידיאָס און ער האָט זיי אויסגעזען פאַרדעכטיגט.

מיטוואָך 1:42 פאַרטאָגס: 'דער איד' מיטאַרבעטער פאַרבינדן זיי מיט שומרים

דינסטאָג שפּעט ביינאַכט זענען צוויי 'דער איד' מיטאַרבייטער געפאָרן אויף יענע גאַס, פּרובירנדיג צו העלפן מיט די זוכענישן. זייענדיג אויף איסט 2 סטריט ביי עוועניו עף., פאָרנט פון אַלעסקער בית המדרש, זענען צוגעקומען צו זיי די צוויי בחורים און זיי געזאָגט אַז זיי האָבן געזען אַזאַ סאָרט קאַר, און האָבן געוויזן בילדער דערפון. די 'דער איד' מיטאַרבייטער האָבן אָנגערופן מו"ה ר' שמחה בערנאַטה הי"ו, וועלכער האָט זיי געבעטן אויסצולייענען די לייסענס פּלעיטס אויפ'ן בילד, און מ'האָט תיכף דורכגענישטערט דעם סיסטעם צו זען ווערן עס דרייווט אַזאַ קאַר.

2:00 אַזייגער פאַרטאָגס: קרעדיט קאַרד טראַנזאַקציע און לייסענס אידענטיפיצירן פּאַרשוין

בעת מ'האָט באַשטעטיגט ווער עס איז דער אייגנטימער פון די קאַר, האָט די פּאָליציי אין די זעלבע צייט געטראָפן אַ קרעדיט קאַרד טראַנזאַקציע, וואָס איז געמאַכט געוואָרן אין דעם דענטיסט'ס אָפיס יענע צייט, וואָס האָט באַשטעטיגט אַז דער פּאַרשוין מיט די פּלעיט נומער איז דאָרט געווען. עס איז שוין געווען קלאָר אַז מ'האָט דאָ אַן ערנסטן פאַרדעכטיגטן. אין זיין פּרעסע קאָנפערענץ דעם קומענדיגן טאָג, האָט פּאָליציי קאָמישאָנער קעלי אַרויסגעברענגט אַז "שומרים האָט צוגעשטעלט די לייסענס נומער פון די קאַר" וואָס האָט געהאָלפן אידענטיפיצירן דעם פאַרדעכטיגטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מיטארבעטער פון "דער איד" פירן צום פארכאפונג פון דעם מאנסטער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext