דא שטעלט זיך ארויס שוין צום טויזענסטען מאל די חילוק ציווישען כ''ק רבינו שליט''א און להבדיל אלף אלפי הבדלות זיין קליינע בעבי ברידער דער וועקי מן הארץ ר' זאלישעל מביסטריץ,
דער רבי שליט''א איז א א רבי מיט א דעת תורה, מיט א מהלך, מיט אן איייגענע מיינונג, נעמט א שטעלונג און אלע הלכהדיגע ענינים וואס זעענען עומדים על הפרק, צו עס איז די שייטלען און אינדיע, צו די גיורת פרשה, די שמיטה לולבים, אריזונה ווייץ, צומות גידין, הינער מיט מער וואו צוויי פוס, יעצט די זמנים פון מצש''ק און אפסטעט ניו יארק, אזוי ווייטער און ווייטער,
די זעלבע אויך און מלחמת ה' בעמלק, זאגט ער ארויס דעם דעת תורה אן קיין פחד און אן קיין מורא, און אן קיין חשבן פון ווייטערדיגע קאנציקווענצען, ער רעכענט זיך נישט וואס דער וועט זאגן יענער וועט זאגן, צו עס שטימט יא מיט די פאליטיק צו עס שטימט נישט, ער טיט ואס ער האט צו טאן, וואו א ריכטיגער מנהיג ישראל, אזוי וואו עס האבן זיך געפירט אונזער היילגע רבי'ס דער הייליגער דברי יואל זי''ע, און דער הייליגער ברך משה זי''ע,
ער איז געגאנגען צו די לוויה, אפי' ער האט געהאלטען און מיטן א חתונה, וואס ער איז געווען דער ראש המסיבים, ער האט געהאלטען אז עס איז א צרת הכלל, און אויב ער איז און די שטאט מיז ער גיין, און אזוי האט ער געטאן,
להבדיל דער ר' זאלי, האט נאך נישט גענימען קיין שום שטעלונג און קיין שום זאך וואס האט צו טאן מיט הלכה, אדער השקפה, מען הערט נישט פון דעם שיינעם קינד, קיין בום, ער שווייגט מיט א מעכטיגע שטיל שווייגעניש, וואס איז נישט צו באגרייפען, אים אונטערעסירט נישט קיין גיורת פרשה, צומות גידין, געזאלצענע ווייץ, שטיין זאלטץ, ווערים און וואסער, ווערים און די סטראבאריס, קינדער ווערן ברוטאליש געהארגעט, גארנישט, ער זיצט מיט די פוס און די הייעך און לאכט פון די וועלט,
חוץ די פאר זאכן איז אים גראדע יא אנגעגאנגען, וואו למשל: אז דער עולם עסט ריפעלד פאטעטא שיפס, און אז מען גיט קאווע פסח, און די געלע ראדני שול,
יא שיעור נישט פארגעסן נאך א זאך, אז בשנת תש''ן ווען די קינדער פונעם היליגען ברך משה זי''ע האבן געהאט א מיטינג מיט הנהלת קהלתינו הק' וועגען די צרות וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך דאם צוזאם געליטען פון די בני המן די ווערים און קרעטץ, די היינטיגע גדולי חסידי פון רבי זאלישעל, אויף וועם ער האט מעיד געווען מיט א שבועה בנקיטת חפץ אז זיי האבן ליב געהאט דעם ברך משה מיט אן אהבה מסתרת,
האט זיך אונזער איידעלער נואף המידת'ל אנגעריפן: אז די עיקר וואס מען איז זיך צוזאם געקימען איז ווייל, עס הערשט אזא אנגעצויגענקייט ביים ברך משה און שטוב, דער לץ האט ווייטער געפרעדיגיט אז יעדער זיידע וויל זען נחת פון די קינדער און אייניקליך, די אייניקליך ווילן זען א שמייכל פונעם זיידען, ווילן א גלעט פונעם זיידען, און ביים ברך משה האט געהערשט אזא אנגעצויגענקייט, דאס האט פאר דעם וועקי זשיגאן תלמיד געבאדערט, ( פארוואס לאכט איר????)
עס גייט נישט אריבער קיין ניין יאר, עס ווערט ח''י סיון תשנ''ט, און דער ברך משה זי''ע האט ענדליך דערהערט די שרעקליכע געשריי פון די בני יאקאבאוויטש ''למה נגרע,'' מיר ווילן א לאקאלען, און רבי זאלישעל האט זיך פראקאלאמירט אלס רב און וויליאמסבורג,
און שפעטער אביסעל זאב''ד ברוקלין והגלילית, ( או די מילצן פלאטצען פון געלעכטער)
איז פון די ערשטע זאכן וואס דער חתונה ראבינער (אזוי האט מען אים דאן געריפען צילוב דעם וואס ר ער מיט הרה''ח רבי אלקנה ראטטענבערג ז''ל זענען דאן ערשינען ביי יעדע חתונה און וויליאמסבורג אוםגעלאדענט) האט דירוך געפירט איז געווען צו צבערעכען דעם שטוב פונעם ברך משה, און נישט צו געלאזט אז ''דער זיידע זאל קענען שעפען נחת פון די אייניקליך'' אזוי ער האט נעבאך געברעשעט ביי די אסיפה תש''נ, ולא נח דעתו של אותו ווועקי, ביז ער האט אנגעכאפט זיין הייליגען טאטען און מיטן די סאמע חופה פון זיין עלצטען איר אייניקעל, און אים מיט כוח ארויף געזעצט אויף א פליגער, און אים אפגעליפערט קיין פלארידע, ( יא שיעור נישט פארגעסען, די לישכע פארבאנד האט דאן נשט מוחה געווען, עס איז אפי' דא א גירסא אז די לישכע לייצים האבן גאר הנאה געהאט פון דעם היטלער מעשה)
איך דערמאן דאס נאר אז מען זאל האבן א ביסל אן השגה, וואס דער איש משחית ר' זאלישעל שטעלט מיט זיך פאר,
עס איז דינסטאג פנחס, די הימלען וויינען , כלל ישראל איז געטראפן געווארן וואו א דינער און מיטן העלן טאג, די טרערן פון די אויגן הערן נישט אויף צו פליסען, דאס הארץ הערט נישט אייף צו בלוטיגען, דער טראגעדיגע שבעטראגעדיעס האט ליידער פאסירט, א קינד איז ברוטאליש געהארגעט געווארן דירוך א יודישער רוצח, און זיין קליין קערפער'ל איז גרויליג גשענדעט געווארן, שבר על שבר על שבר, נאר דער היליגער באשעפער קען אונז טרייסטען,
און דער רבי זאלישעל געפינט זיך און בארא פארק, ביי א לעפקא חתונה, און עס פאלט אים נישט איין צו קימען צו די לוויה, ווייל ער ווייסט נישט צו עס פאסט אים יא צו עס פאסט אים נישט,
פוי, פוי, פוי,
די גאס איז געוואר געווארן דערפון, אז דער גארנישט הדור איז געווען און די שטאט, און ער האט זיך נישט משתתף געווען בצערן של ישראל, ער איז אנגעקיקט געווארן וואו א ריכטיגער בארבאר, מיט אלע מפרשים,
האט דער ר' זאלישעל אקטעוועזירט דעמעדש קאנטראל, אין איז געקימען צו לויפן מנחם אבל זיין די משפחה, און דעם שרעקליכען איסור אויף בילדער איז צייטוויליג געלייגט געווארן אויף האלד, צילוב די קריטישקיט פון די דעמעדש קאנטראל מיסיע,
ואס פאר א בישה,
דער וועקי מן הארץ פירט זיך אויף אקאראט וואו א תלמיד מבהק פון די שני מאורות הגדולים רבי שימילע דשיגאן, און וויגדער יאקאוויטש,
ברוך הוא אלקינו, שבראנו לכבודו, והיבדיל לנו מן התועים................