צו די אלע שרייבער, מישמאש און אנדערע,
גיט א קוק וואס איך האב אקאורשט געשריבן אין אן אנדער אשכול, וועגן שנאת / אהבת חנם.
גייט ענק באמת אן וואס רז"ל האט געטון יענע נאכט? פארוואס אינטערעסירט עס ענק? און אויב זענט עטץ אזוי נידריג אז מען איז פארנומען מיט "יענעם", פארוואס פויקט איר עס אויס ברבים? נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען שרייבן, דרוקן, און מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט!! פאר קיין שום איד נישט! עס איז דאך א עקל דער סארט התנהגות!!
הערט אויף טראכטן פון יענעם, זוכן עבירות וואס איז נישט אונזערע דאגות, נישט אויף דעם זאגט אונז דער פסוק "הוכח תוכיח", נאר אייערע חברים וואס האבן בלעקבעריס און איי-פאדס, און פרעסן אן פארלעסליכע הכשרים, און רעדן לשה"ר ורכילות 24/7, פאר זיי זאלט איר מוסר זאגן. איר דארפט נישט זיין די וועלטס פארזארגער. קיינער האט אייך נישט געבעטן און קיינער וועט זיך פאר אייך נישט באדאנקען. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, השי"ת קען זיך אליינס אן עצה געבן אין זיין וועלטל, ער דארף נישט אייער 'געטרייע' אומגעבעטענע הילף. ער עקלט זיך דערפון.
זייט גרייט ווען משיח ווען קומען, וועט איר פערזענליך מוזן איבערבעטן די אלע אידן וועמען איר פארשעמט דא.
און ער קומט שוין אט אט! הנה זה אחר כתלינו!
טוט תשובה!!!!!!!
 |
|
|