דער רבי שליט"א האט קודם מאריך געווען מיט דברי מוסר בעניני שמירת עינים, נאכזאגנדיג ווערטער פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין פ' שמות אז אויב מען פירט זיך נישט בקדושה ברענגט דאס א פגם אין די אמונה, און מיט דעם האט דער רבי שליט"א אויסגעטייטשט די גמרא אין מס' ברכות אז רבי האט געלייגט די הענט אויף די אויגן ביי קר"ש, ווייל קר"ש איז קבלת עול מלכות שמים און כדי מען זאל קענען מקבל זיין עול מלכות שמים בשלימות פעלט אויס צו לייגן די הענט אויף די אויגן, צו האבן שמירת עינים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די שווערע וואך וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט, און די גרויסע אומגליק וואס האט פאסירט, נאכזאגנדיג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע די וואך אין די סדרה אז א יעדע אידיש קינד איז ווי א ביהמ"ק, און דאס איז ממש ווי א חורבן ביהמ"ק.
בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט פון איין זייט ווי שיין ס'איז געווען דער קידוש ה' ווען כלל ישראל האט מיטגעפילט מיט יענעם'ס צער און אלפי ישראל האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מציל צו זיין א נפש אחת מישראל, און לעומת זה דער צער און בושה דעם אנדערן טאג ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער מזרע ישראל האט געטוהן אזא אכזריות עם החיים ועם המתים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי האט דאס געקענט פאסירן אז איינער מזרע ישראל, וואס אידן זענען רחמנים ביישנים און גומלי חסדים, ווי קען א איד טון אזא זאך, נאר בלי ספק אז דאס האט גורם געווען דער ותראו את שיקוציהם, אז מען קוקט אויף די טמא'נע כלי און מען זעהט זיך אן מיט די שפיכות דמים וואס טוט זיך אין די מדינה ממש יעדן טאג, דאס קילט אפ יעדן אידישע הרגש, ס'איז נישט אין איין טאג, אבער מיט די צייט פאסירט דאס, און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, אז נאך אזא מאורע איז והחי יתן אל לבו וואס ס'מיינט די טמא'נע כלים, אלע טמא'נע כלים!, ס'איז מטמא די אויגן און די הארץ און ס'רייסט ארויס דאס פינטעלע איד, דאס מדת רחמנות פון א איד, און ס'ברענגט אריין דאס גאנצע גוי'אישקייט, דאס אכזריות פונעם גוי.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר רחמים געווען אז דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע הענט אויף אלע אידישע קינדער וואס גייען יעדן טאג אין חדר מען זאל אהיימקומען געזונטערהייט, און מסיים געווען בתפלה מי שאמר לעולמו די יאמר לצרות ישראל די ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. אמן.
בייגעלייגט איז דא א לינק ווי מען קען הערן די גאנצע דברות קודש
אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול סאטמאר:
212-444-9899 אדער : 718-305-6942 און פון ארה"ק אויף 02-372-1111
די דברות קודש פון די וואך איז אויף אפטיילונג 42 דערנאך דרוקט 144#