בית פורומים כל העולם כולו

have_hope מיט די קרוקדייל טרערן...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/7/2011 22:02 לינק ישיר 
have_hope מיט די קרוקדייל טרערן...

have_hope האט זיך נעבעך צולאזט אין שכינות'דיגער פורום, ער וויינט בדמעות שליש, ער שרייבט:

דאס עקל און גרויל פון "כל העולם כולו" שרייבערס ובראשם "בשמחה תמיד"


כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך וועל שרייבען דא, אבער איך קען מער נישט שווייגען ווען מיין געפילען ברויזן אויף אזא שטארקע פארנעם,

דאס בלוט פון לייבי הי"ד איז נאך נישט טריקען, כלל ישראל פארגיסט טרערן על שבר בת עמי, א אידיש קינד איז צושניטען געווארען אויף שטיקליך ה"י רח"ל דער צער פון די עלטערן איז אומבאשרייבליך, מען קען זיך נישט מצער זיין צער השכינה

און די שרייבערס און כל העולם זענענן ביזי מיט פאליטיק לשה"ר ורכילות ארינטערצורייסען א צווייטען איד

פוי!!!!! עטץ זענט אא שעם פאר כלל ישראל, א שעם פאר אנ"ש, א שעם פאר יעדן חסיד!!!

איך האב נעכטן אוועק געשוויצט אויף די גאסן און ב"פ העלפענדיג זיכען דאס קינד, איך בין געקימען  און בחדרי זען צו עס איז דא נייעס, האב איך געטראפן לשה"ר מיט פאליטיק!!!!!  איז דאס נערמאל?? האבן שוין די פאר שרייבערס פארלוירען יעדעס טראפ מענטשליכקייט??

רק אין יראת אלקים במקום הזה. נאר א פארקרימטער מח קען אזאנס צולאזן!!!!
און וואלן סח, סקאטמאלאן, פיוובארא, קיינער איז נישט מוחה, שעם אן יו!


ער האלט דאס נעבעך נישט אויס, היתכן מען האט די חוצפה צו פארלאנגען אז די מרימי יד בתורת משה זאלן ח''ו גיין צו דין תורה, און דאס הייסט ביי עם פאליטיק און לשון הרע, זיס קינד, ביי די זעקס טאגיגע מלחמה ווען דאס בלוט פון קרוב צו 1000 אידישע קינדער האט נאך געזידט, האט דער הייליגער דברי יואל זי''ע אנגעהויבן מיט זיין לשה''ר און פאליטיק און נישט געהאט קיין אנדערע דאגות נאר צו זאגן די באקאנטע נשא תורה, ניין, אויסשרייען אז מען דארף האלטן די תורה הקדושה איז קיין לשה''ר און קיין פאליטיק, אזוי ווי דער הייליגער חזון איש האט געזאגט, וואס מען מעג זאגן מעג מען זאגן אייביג אפילו יום כיפור, און וואס מען טאר נישט, טאר מען קיינמאל נישט זאגן, מיר דארפן זיך נישט שעמען מיט אונזער פורום, דא דיקטירט ערליכקייט און מענטשהייט, נישט ווי ביי ענקער פורום ווי עס איז דא א רעיס ווער עס קען זיין א גרעסערער מנוול, א גרעסערער מוציא שם רע, א גרעסערער שקרן וכזבן,, א גרעסערער מלבין פני חברו ברבים, קיין איין נארמאלער שרייבער איז ביי אייך נישט געבליבן, ווייל טאמער האט מען אביסל ערליכקייט, און א נארמאלן איי קיו, שליסט מען עם תיכף אויס, ס'איז דארט א פאלנער בית משוגעים, א חרפה צו שטיין דארט איין מינוט. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2011 23:00 לינק ישיר 

.

תוקן על ידי allgood1s ב- 18/07/2011 23:03:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2011 23:03 לינק ישיר 

By have_hope its only ok if the TRAGEDY ITSELF is used for for their cheap politic http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2904754&whichpage=1&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > have_hope מיט די קרוקדייל טרערן...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext