בית פורומים כל העולם כולו

מיין אנאליז...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2011 04:13 לינק ישיר 
מיין אנאליז...

נאך דעם גרויזאמער אומגליק ווען א אידיש שעפעלע איז נעבעך אזוי מערדערליך אומגעקומען, דורך ליידער א אידיש קינד, דער רוצח איז איינער פון אחינו בני ישראל, א איד א שומר תורה ומצות, יעדער רעכט דענקענדיקער מענטש, האלט קלאר אז דער רוצח איז נעבעך נישט שפוי בדעתו, עפעס פעלט עם, איינער זאל קענען נעמען אן אומשולדיג אומבאהאלפן שעפעלע און עם אזוי אכזריותדיג אומברענגען, דארף זיין אז ער איז נישט מיט אלעמען, דאס פנים פלאמט פאר בושה, הנשמע כזאת?, האט מען דען שוין אמאל אזוינס געהערט?, אז א איד וואס האלט שבת, גייט דאווענען זאל אומשטאנד זיין צוטון אזוינס? ניין! אזוינס האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט, און עס וואלט נאר געווען מיט רעכט אז אלע אידישע שרייבער, אידישע פאליטישאנס, זאלן ארויס קומען קלאר און דייטליך, אז דער דאזיגער מערדער איז אן אויסנאם, ער איז נעבעך א אינו שפוי בדעתו, ער האט נעבעך געסנעפט, עפעס איז מיט עם געשען וואס האט עם צוגעברענגט צו דעם גרויזאמען אקט,

אבער למעשה זע איך פונקט פארקערט, יעדער וויל זיך ארויס צייגן אז מען איז שארף אקעגן קריים, און כאטשיג ער איז א איד, שרייט יעדער אז מען זאל עם אויף הענגען אויך די 13טע עוועניו, יעדער וויל ווייזן אז טראץ דעם וואס ער איז אונזער א ברודער, א אייגענער, אחד משלנו,  איז מען נישט שוואך אקעגן טויט שטראף, נאר יעדער וויל עם זען געהאנגען, איי דער חילול השם איז געוואלדיג, האלט דען איינער אז דער מערדער האט איין שעה בעפאר זיך געגרייט צו גיין הרגענען דאס קינד? זיכער אז נישט, איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיט עם געארבייט, ער קען נישט באגרייפן וואס דא איז געשען, לויט עם וואלט ער אין זיין וויסטען חלום נישט געטראכט אז ער עלול אויף דעם, זיינע געוועזענע ווייבער שרייען אז זיי פארשטייען דאס נישט, וואלט דען נישט בעסער געווען אז כלל ישראל זאל זיך ארויף כאפן אויף דעם אינסענעטי קלעים?, דאס איז דאך דער ריכטיגער און ריינער אמת, און יחיד האלט דאך אז עפעס פעלט דעם פערשוין, און וואס וועט מען האבן אז מען וועט עם אנקלאגן און באשולדיגן אין זיין א פאלנער אויסגערעכנטער רוצח, וועט דאס צוריק ברענגען דעם נרצח? וועט דאס דען צוריק האלטן א צווייטן מטורף נישט צוטון אזא שענדליכן אקט? איך רעד מיט תמימי לב, און זיי ווילן וויסן וואס דער רוצח האט געטראכט, איי, מאן יימר לן אז ער האט בכלל געטראכט, האט ער זיך דען אראפ געזעצט און געמאכט א חשבון וויפיל יאר תפיסה ער גייט באקומען? זיכער אז נישט, ער האט געסנעפט, און געטון אן אומאויסגערעכנטער אקט,

מילא די פאליטישאנס, זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען שטרענג אויף קריים, יעדער זאגט א שארפן סטעיטמענט, און דער צווייטער שטייגט עם איבער, אבער אונז אידן דארפן פארשטיין אז דאס איז קיין כבוד פאר אונז, ער איז אונזערס, ער איז איינער פון אונז, און יעדעס ווארט פארשעמט כלל ישראל, יעדער שרייט אז ככל הגויים בית ישראל, איר האט אויך מערדערס צעווישן ענק, און דער חילול השם איז איום ונורא, אנשטאט עם צורופן דער "בוטשער" דארף מען עם רופן דער "סייקא" דאס וואלט זיכער פארמינערט דעם חילול השם.

קיינער זאל מיך נישט באשולדיגן אין רחמנות האבן אויף א רוצח, אבסעלוטלי ניין!, אבער דער פאקט איז, אז ביז מען טרעפט נישט קיין קראנטע עווידענס אז ער איז א אויסגערעכנטער רוצח, (און לעת עתה האט מען דאס נישט געטראפן) איז דער פליכט פון יעדן ארויס צוברענגען דעם פאקט אז מען האט דא צוטון מיט א צודרייטן פערשוין,  דאס איז מיין מיינונג...  


תוקן על ידי משהלע ב- 19/07/2011 04:16:37




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 04:52 לינק ישיר 

די גמרא זאגט אז סנהדרין ההורגת אחת לשבעים שנה נקראת חובלנית , ס'דארף זיין עדים און התראה, ( א מלך קען יא הארגענען אז ער זעט אז ס'פעלט אויס) ס'איז א בושה ווי אלע (אזויגעריפענע) ידישע בלאגס שרייבען און א נאציענאלע טאלק שוי האט דאס איבער געזאגט, אז מ'וואלט דעם רוצח געדארפט איבערלאזען אין מיטן בארא פארק און די חסידישע 'מאב' וואלטען אים ארלעדיגט, ס'וואלט געווען א גרויסע ענין ווער ס'קען שרייבען אז מיר זענען נישט קיין 'מאבס', און אויב מ'וואלט דעם רוצח  איבערגעלאזט אין מיטן בארא פארק, וואלט מען אים אראפ געהאלטען און איבער געגעבען פאר די פאליציי אזוי ווי שומרים טוט מיט יעדן פארברעכער.

בארא פארק איז נישט אגיפטן, סיריע אדער איראן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 05:19 לינק ישיר 

הוא אשר דברתי, אויף אלע בלאגס, טאמער דערוואגט זיך איינער צושרייבן אז ער איז א סייקא, ווערט ער תיכף מיאוס אראפ געריסן, און פארשריגן, מען זידעלט עם אן מיט מיאוסטע ווערטער און מען רופט דעם שרייבער מיט אלע לשונות של גנאי, אין מען רופט אן דעם מערדער מיט אלע שארפע עקעלדיקע לשונות, איי שעמסט דיך נישט פאר דיר אליין? וועמען רופסטו בוטשער, מאנסטער, טשיילד קילער? דיין אייגענעם ברודער, דער גוי לאכט פון דיר אין פנים, ער פילט אז ער איז גלייך מיט דיר, ביי דיר דרייען זייך אויך רוצחים און מאנסטערס, כאפט מען זיך טאקע נישט אז דא האט פאסירט צוויי שרעקליכע טראגעדיעס, און אומגליקן?, איינס אז א אומשולדיג שעפעלע איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען, והשנית, אז דער רוצח, איז נישט קיין פרעמדער, נישט קיין גוי שפל ונבזה, נאר אחד מאתנו, איינער פון אונז, כסדום היינו ולעמורה דמינו, מען גלייכט אונז צו, צו אלע גויים, און מען טייטלט מיט די פינגער, קוקטס, היימישע אידן זענען אויך עלול צוטון דאס ארגסטע, און יעדער פון אונז ווייסט אז דאס איז א אויסנאם קעיס, ער איז א צוחישטער פערשוין וואס האט אומבארעכנט געטון דאס ארגסטע,    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 17:46 לינק ישיר 

אפשר ביסטו מיר מסביר מיט וואס איז דאס צופיל אנדערש פון פילגש בגבעה.
דארט איז נישט געווען קיין התראה. און מיתה און זיך זיי געקומען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2011 18:54 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
אפשר ביסטו מיר מסביר מיט וואס איז דאס צופיל אנדערש פון פילגש בגבעה.
דארט איז נישט געווען קיין התראה. און מיתה און זיך זיי געקומען.



דארט איז געווען א גאנצע שטאט און די מלחמה איז געווען אלץ ''בית דין מכין ועונשין שלא מן התורה. ולא לעבור על דברי תורה, אלא לעשות סיג לתורה'' למעשה האלט די רמב''ן (בראשית יט ח) אז ס'נישט געווען אויסגעהאלטן על פי תורה עיי''ש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 19:03 לינק ישיר 

האסט גאנץ א שטארקע פוינט, אויב איז אמת אז ער איז טאקע א אידיש קינד נאכדערצו א שומר תורה, וועט מען מוזן אזוי זאגען אז דער מענטש איז קראנק אין משוגע וואס האט אים געפירט צו טוהן אזא מין רציחה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווי משוגע ער זאל נישט זיין איז ער א רוצח אין ער מעג נישט זיין פריי לויט זיין מצב, נאר די אויסדריקן פין די מויל מאכערס דארף יא פארדאמט ווערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 19:16 לינק ישיר 

אוודאי איז ער א רוצח און טאר נישט זיין אויף דער פריי, אבער מיט שפילן מיט די גאס אז צעווישן אונז דרייען זיך אויך רוצחים און אין בין עם הנבחר לאומות העולם כלום, איז א חילול השם איום ונורא, איך קיק זיך צו ווי איינער פראבירט איבער שטייגן דעם צווייטן מיט שארפע רעטאריק, און כאפט זיך גארנישט אז עס שמייסט אריין אין אייגענעם פרצוף, למה הדבר דומה, אז איינעמס גרויסער ברודער וועט ל''ע הרג'ענען זיין אייגענעם קליינעם ברודער, וואס וועט דיער דריטער ברודער זאגן, הא? וועט ער דען שרייען אויף די גאסן אז ער האט א ברודער א רוצח? אדער וועט ער זאגן אז עם פעלט ל''ע עפעס, און איז נעבעך א סייקא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 21:24 לינק ישיר 

איך האלט אז ער האט א דין רודף. דאס וואס ער האט גאנץ זיכער געטשעפעט דאס קינד.
אויסערדעם ביי פילגש בגבעה האט מען נישט ממש גע'הרג'ט בזדון די פרוי. זי איז נעבעך אומגעקומען.

דא איז ער דאך א בלוטיגער מערדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2011 23:22 לינק ישיר 

מען מישט צוזאם הלכה'דיג מיט פאליטיש, הלכה'דיג לאז איך איבער צו די רבנים, מיין אנאליז איז געצילט נאר פאליטיש גערעדט, פאר אונז איז זיכער בעסער אז עס זאל זיך איבערצייגן אז מען האט צוטון מיט א מטורף, א סייקא, און נישט מיט א פאלנער רוצח,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2011 21:46 לינק ישיר 

נישט עפענען קיין פרישע אשכולות מער וועגן די טעמע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2011 21:59 לינק ישיר 

דו ביזט גערעכט אז עפ"י הלכה איז נישטא קיין דין רוצח ביז ווי לאנג עס זענען נישטא קיין צוויי עדים. בכלל האט מיר טאקע אויך געגרוילט צו ליינען וויאזוי יענער קאמענטאטאר האט זיך אויפגעטון אז די חסיד'ישע 'מאב' וואלט אים ערלעדיגט אויפ'ן פלאץ. אין אמעריקע איז 'וויזשילענטי' יוסטיץ זייער אפגעפרעגט, און ס'איז בכלל נישט געווען קיין כבוד פאר דעם חרדי'שן ציבור דאס צו זאגן, און הערן.

פון די אנדערע זייט דארף מען אבער געדענקען אז דאס איז נאר לגבי אים מחייב זיין מיתה. לגבי אלע אנדערע פרטים קען מען רואיג אננעמען אז דער מענטש איז א געהעריגער רוצח, ווי צב"ש כלפי די מצוה פון רעדן לשון הרע אויף אים. ס'איז מעשיו מוכיחים עליו, און בזמן שיד ישראל תקיפה וואלט אים בי"ד גאנץ זיכער מחייב געווען מיתה (דער עונש פון תפיסה עקזיסטירט נישט אין די אידישע הלכה, פונקט ווי ביי אידן איז נישטא דער תירוץ פון 'סייקא').

א צווייטע נקודה. לויט די פרישע אינפארמאציע האט דער רוצח פארדראגט דאס קינד בעפאר ער האט אים ערמארדעט רח"ל, מיט אזוינע דראגס וועלכע געפינען זיך נישט סתם אזוי ביי קיינעם אינדערהיים. ס'איז קלאר אז ער איז נישט ארויסגעגאנגען צופרי מיט'ן חשבון אז ער גייט טרעפן לייבי'ן ע"ה, אבער ס'איז זייער שווער צו זאגן אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט עס געטון.

ס'הייבט אן אלס מער און מער אויסצוקוקן אז מ'האט דא טאקע געהאנדלט מיט א מערדערישן סוחר איברים רח"ל, ווי טייל קלאנגען האבן לכתחילה געלויטעט. דערצו אז ער האט באהאלטן ביי זיך אין פריזער בלויז די פיס. אפשר טאקע נישט קיין פראפעסיאנאל, אבער ערגעץ אין די געגנט.

ימח שמו וזכרו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2011 22:19 לינק ישיר 

"יש לב"ד להלקות למי שאינו חייב מלקות ולהרוג למי שאינו חייב מיתה ולא לעבור על דברי תורה [אלא] לעשות סייג לתורה. וכיון שרואין בית דין שפרצו העם בדבר יש להם כח לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם הכל הוראת שעה ולא שיקבעו הלכה לדורות. וכן יש להם [בכל מקום ובכל זמן] להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננין אחריו שהוא עובר על העריות… וכן יש להם להפקיר ממון שיש לו בעלים ולאבדו כפי מה שרואים לגדור פרצת הדור ולקנוס אלם ולנדותו ולהחרימו ולקללו ולהכותו ולתלוש שערו ולאוסרו בבית האסורים ולהשביעו בשם על כרחו שלא יעשה ושלא עשה כל אלו הדברים לפי מה שיראה לדיין שזה צריך לכך והשעה צריכה לכך. ובכל יהיו מעשיו לשם שמים ואל יהא כבוד הבריות קל בעיניו שהרי דוחה לא תעשה של דבריהם וכל שכן כבוד בני אברהם יצחק ויעקב המחזיקים בתורת אמת שיהא זהיר שלא יהרוס כבודם אלא להוסיף כבוד המקום בלבד (הטור, חושן משפט, סימן ב )".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2011 06:43 לינק ישיר 

איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז בי"ד קען נישט מחייב זיין איינעם תפיסה. בי"ד מכין ועונשין האט נישט קיין גרעניצן. איך האב געמיינט בכלליות אז אין די געווענליכע עונשין פון די תורה איז נישטא אזא באגריף ווי תפיסה. א זינדיגער האט געזינדיגט מיט א הארבע עבירה דארף מען אים הרג'נען, א שוואכערע עבירה קומט אים כרת, דערנאך מלקות, וכן הלאה.

ווען עס ווערט דערמאנט אין די תורה איז עס נאר אויף צייטווייליג, ביז מען ענדיגט זיין משפט.

דער געדאנק פון עמטליך באשטראפן פארברעכער מיט תפיסה איז פשוט נישט אויסגעהאלטן אין לאגיק, נישט פאר קיין קליינע פארברעכער און נישט פאר קיין גרויסע, צוליב מערערע סיבות - און א היפשער טייל פראפעסארן טענה'ן שוין היינט אויך אזוי (איך רעד נישט פון קיין אויסנאם פעלער, ווי געזאגט, בי"ד מכין ועונשין).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיין אנאליז...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext