מחנה רב טוב ד'סאטמאר - מאנטיסעלאו
חלק א'
דער אריינגאנג צום "מחנה נתן צבי"
נתנדב דורך הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו
ובנו החשוב הרה"ח ר' אהרן ני"ו דער איבערגעגעבענער מנהל המחנה

ההרים וגבעות יפצחו לפניכם רנה...
חלק פון די הערליכע פאנארמע'ס אינע'ם קעמפ

א טייל פין די הונדערטער קינדער פין עטליכע יארגענג בלעיה"ר ביי תפילת מנחה אין חדר אוכל בעפאר מיטאג

די רייך געדעקטע טישן בעפאר איינע פון די טעגליכע מאלצייטן
אין חדר אוכל פון כיתות ו' ז' און ח'

די רייך געדעקטע טישן בעפאר איינע פון די טעגליכע מאלצייטן
אין חדר אוכל פון כיתות ט' - מכינה לישיב"ק

כשרות אויפ'ן העכסטן און שטרענגסטן ניווא...
ווערן געזעהן הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אינאיינעם מיט'ן אפיציעל משגיח הר"ר יואל בר"ה טעללער הי"ו בעאובאכטן אין די קאך און אין די בעקעריי


הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' ב"פ באזוכט אין די קאך

דער מסי"נ מנהל המחנה מוה"ר אהרן ווייס הי"ו נעמט חלה

דער ראש משגיחים הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א ביים אנפירן די מאלצייטן מיט די קינדער

"מעמד עולם חסד יבנה"
ביי איינע פון די העכסט באלערענדע פראגראמען אין קעמפ, זענען די קינדער שיחיו פארארדענט געווארן ארפצושרייבן ע מעשה חסד פון זיך, די עלטערן און די אור-עלטערן, און נאכ'ן אריינגעבן אלע פארפירן זענען 5 קינדער געווען די געוואונער פונעם פראגראם





ווערן געזעהן: דער געטרייער און איבערגעגעבענער מנהל המחנה מוה"ר אהרן ווייס הי"ו, דער ראש משגיחים הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א, און דער סגן ראש משגיחים הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א, ווי זיי מאכן באזארגען די הצטרכות'ן פון יעדן קינד באזונדער מיט א געוואלדיגע געטריישאפט





והי' ביום הששי והכינו...
וועכענטליך ווערט דער שב"ק געפראוועט אין קעמפ אויף א געהויבענעם פארנעם מיט די ספעציעלע "שבת געסט". ווערט געזעהן אין בילד: דער שבת גאסט פון איינע פון די וואכן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א מנהל בת"ת קרית יואל זיצן אינאיינעם מיט די משגיחים און גרייטן צו דעם תוכן און די ניגונים פונעם שב"ק


ביי איינע פון די מלוה מלכה'ס פאר די משגיחים אין קעמפ

♦♦♦