(קרעדיט: אידישע וועלט) איך האב כמ"פ שוין געהערט נישט פון היינט נאר נאך פון יארן צוריק, אז נישט נאר די רבי ז"ל דער בעל דברי יואל איז נישט געגאנגען צו די מאמעס יארצייט, נאר דער עצי חיים אליין וואס האט דאך געוואוינט אין סיגעט איז אויך נישט ארויף צום ציון ביי די מאמעס יארצייט, די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער דאס איז דער מציאות. דאס וואס מען רעדט פון די ערשטע יארצייט איז לכאורה אביסל פארדרייט, ס'האט גארנישט מיט די ערשטע יארצייט, מען האט עס לכאורה פארמישט מיט א זייטיג ענין וואס היי יאר, היות ס'איז געווען א עיבור יאר, איז געווען מער ענין ארויפצוגיין נאך י"ב חודש וואס ביי די יארצייט, ווייל די אלע זאכן וואס מען טוט פאר די נשמה האט נישט מיטן יאר, ס'האט מיט י"ב חודש וואס איז משפט רשעים בגיהנום, ממילא טוט מען די אלע זאכן לעילוי הנשמה אין די ערשטע י"ב חודש, זאל ועוד נאך די י"ב חודש גייט שוין נישט אן די אלע דיני אבילות אפילו אין א עיבור יאר ווען מען האלט נאך פאר די יארצייט די סיבה איז לכאורה נישט וועגן חודש ניסן, ווייל צו גיין אין א טאג פון א יארצייט איז ניסן כלל נישט מעכב, ופוק חזי וויפיל טויזנטער אידן זענען געפארן כ"ה ניסן צום הייליגן דברי חיים, רבינו הברך משה איז געפארן נאך אינדערהיים און אויך פון דא אין אמעריקא איז די רבי כמ"פ געפארן צו די יארצייט ספעציעל, ווער געדענקט נישט אין די נ' יארן ווי די רבי איז צוויי מאל געפארן ספעציעל צו די יארצייט. זאת ועוד, אויב האט מען אין סיגעט מקפיד געווען אויף ניסן אפילו אין א יארצייט, פארוואס גייט מען כ"ו ניסן צום ציון? נאר וואס דען, דאס האט לכאורה אלץ די מאמע, איך האב אבער נישט קיין מושג די סיבה דערפון.
 |
|
|