| נשלח ב-26/7/2011 19:25 |
|
| |
א"ק פירות: חילול קברים אין "שוהם" - עצמות באווארפן מיט שטיינער
דעם פארגאנגענען זונטאג, איז ליידער אויסגעגראבן געווארן 40 קברים דורך די ארכילאגן שר"י.
דאס איז געווען אין א שטח אין "שוהם" וואו אתרא קדישא איז געווען אינעם בילד פון אנהייב פון די בוי אקטיוויטעטן דארט, און די ארבעט האט זיך אפגעשטעלט א יאר צוריק ווען מען האט געטראפן מערות קבורה.
די אנפירער פונעם פראיעקט זענען פרייע, און האבן ליידער געוואלט אויסגראבן די עצמות, אבער אתרא קדישא איז מיט זיי איינגעגאנגען אז זיי גייען פרעגן א שאלה פון עובדי' יוסף. (עס איז געווען א ספק צו ס'איז אידן).
וויאזוי די הייליגע אתרא קדישא קען איבערגעבן אזא ערנסטער ענין צו דעם מסלף התורה רב עובדי', איז אומפארשטענדליך, אבער דאס איז געווען די מעשה.
במשך די לעצטע יאר האט עובדי' יוסף נישט ארויסגעגעבן זיין פסק, אזוי האט עס עכ"פ געהייסן, און די ארבעט איז געשטאנען.
די אייגנטומער האבן שוין געהאט גערופן די רשות העתיקות אין בג"ץ אז מען האלט זיי אויף צו לאנג, אבער דערווייל האט עס געהייסן אז מען גייט אויסווארטן א ראביניקל פסק.
דעם זונטאג, (איך ווייס נישט צו מיט א מכלומרשטע היתר פון עבודי' יוסף אדער אן) זענען די ארכילאגן אריינגעקומען צום פלאץ, און ליידער אויסגעגראבן רח"ל א גאנצן מערה מיט 40 קברים.
דער ועד למניעת חילול קברי ישראל האט באקומען די רעפארט אז די ארכילאגן האבן אנגעהויבן ארבעטן דארט, זענען זיי געקומען זונטאג נאכמיטאג אויפן פלאץ (טראץ וואס די פארהאנדלונגען דארט זענען געווען דורך אתרא קדישא און נישט דורך זיי), און דער משגיח איז שאקריט געווארן צו טרעפן אז אין עטליכע שעה האבן זיי אפגע'פטר'ט א גאנצע מערה, און אויסגעגראבן אלע עצמות ה"י.
בהוראות רבני הועד, האט זיך די ועד אריינגעלייגט איבערצונעמען די פארהאנדלונגען דארט, און מען ארבעט שווער אז די איבריגע מערות (עס זענען פארהאן עטליכע) זאל מען קענען ראטעווען.
צוערשט האט די ועד פארלאנגט די עצמות, עס צו קענען ברענגען לקבורה כהלכה וואס פריער, און נעכטן אינדערפרי האבן זיי דאס טאקע שוין באקומען. (אתרא קדישא האט אויך פרובירט דאס צו באקומען, אבער צוליב וואס די ועד האט שוין עמטליך איבערגענומען די לעגיטימיטעט פון א"ק, האבן זיי דאס באקומען).
נעכטן נאכט זענען עטליכע עסקני הועד אנגעקומען קיין יסודות, די פלאץ וואו א"ק באגראבט אויך זייערע עצמות, און אנגעהויבן באגראבן די עצמות כדת וכדין.
ביז עטליכע מינוט זענען אנגעקומען עטליכע טעראריסטן פון אתרא קדישא, וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן אז דער ועד האט שוין אויך צוטירט צום ביה"ח (שוין א לאנגע צייט גראדע), און אז זיי האבן נישט געקענט באקומען די עצמות, און האבן אנגעהויבן ווארפן שטיינער אויף די עסקנים מיט די עצמות!
די עסקנים האבן במסירת נפש צוגעענדיגט זייער ארבעט אונזטער די וואונדן און שרעק, און באדעקט די קברים, און ארויסגעקומען פון פלאץ.
אינדרויסן האבן עטליכע טעראריסטן אפגעווארט איינעם פון די עסקנים, וועלכער האט דאס באמערקט און געמאכט פליטה פון א זייטיגע וועג. האבן צוויי פון די טערארסיטן זיך ארויפגעכאפט אויף א משגיח פונעם ועד, איינער וואס האט יארן לאנג, ביז פאר 2 יאר צוריק, געארבעט פאר אתרא קדישא, און ער ארבעט יעצט פארן ועד, און אים צו'זיק'ט די ביינער מיט מכות אכזריות עד כדי להמית ממש, געצויגן די בארד און געזעצט אין די ביינער, ביז ווען די בעלי בתים פונעם ביה"ח זענען געקומען צו לויפן און געווארנט די טערארסיטן אז פאליציי זענען אויפן וועג, דאן האבן זיי געמאכט פליטה, און מען האט גערופן אן אמבולאנס צו באהאנדלען דעם משגיח וואס האט כמעט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, און צובראכן עטליכע ביינער [במציאות, נישט סתם געזאגט], און יענער ווערט אצינד באהאנדלט אין שפיטאל.
די נעמען פון די צוויי רוצחים זענען: יושע אלטמאן, און חיים אליעזר היימליך.
(די פאליציי האבן די מעשה רעקארדירט, מן הסתם וועט נאך זיין לעבעדיג איבער דעם).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2011 21:14 |
|
| |
אויפן אינפא-ליין דערציילט דער משוגענער א פארקערטע מעשה, אז דער וועד איז גאר שולדיג...
און פארשטייט זיך אז ער שטיצט די וואס האבן געווארפן שטיינער, און באלויבט זיי אז אזוי איז דער דרך!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2011 21:21 |
|
| |
גראדע גלייך איך אים צו הערן.. נעכטן נאכט האט ער נאכנישט געהאט קיין אפדעיט.
(איך גלייב נישט אז דו ביסט מקבל א ווארט פון אים אלס אמת).
----
אגב, פאר ווער עס וויל זיך אונטערהאלטן, ער האט שוין אין די לעצטע פאר וואכן א נייע גירסא ווער עס שטייט אונטערן ועד:
זינט עס האט זיך אפגעטוהן אין בית שמש א מערכה קעגן א פסולע קאנפערענס פאר חרדישע פרויען וואס איז געווען אנגעפירט דורך די 'דשוינט', האט ער דאס אראפגעגעבן מיט פעפער וואספארא סכנה זיי זענען פאר די חרדישע אידן [דאס איז אמת], און צוגעענדיגט אז אט דער דשוינט זענען די לצים וואס ווילן אפקילן די מערכה פון די קברים און זיי ארבעטן מיט די פרומע רשעים וגו' וגו'...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2011 22:44 |
|
| |
דו מיינסט דאס אז ער דערמאנט דעם נאמען פון שח"פ?
כ'מיין אז בדרך רמז האט ער איהם שוין דערמאנט אפאר מאל, אלס איינער וואס איז א 'היימישער' און דרייט זיך צווישן אונז, און ער מיטן זיידן (רש"פ הידוע) זענען שוין פארדארבן וכו'...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2011 23:07 |
|
| |
די מערכות קעגן רש"ח פאפנהיים, וועלכע זעעהן אויס צו זיין ריינע רשעות, בשם ה', איז א באזונדערע נושא, וואס איך האב נישט מברר געווען.
די אסיפה פאר פרויען וואס איז געווען אין בית שמש האט נישט געהאט מיט אים, דאס איז באמת געווען פון די דשוינט, נאר דער לץ צאהלער האט פשוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און געמאכט א טשולנט קוגל פון די דשוינט מיט קברים מיטן נייעם ועד... (פארוואס נישט..)
-----
איך קען שוין נישט עפענען אזויפיל אשכולות מיט מינוט'ליכע נייעס'ן... וועל איך דא צולייגן אפדעיט'ס:
1) די שוידערליכע חפירות אין נשר זענען ווארשיינליך ב"ה אויף "האלד" זינט היינט צופרי, נאכדעם וואס מענדל עקשטיין, דער שליח פון א"ק אנצופירן מיטן פראיעקט אין נשר, איז היינט צופרי געקומען קיין יפו אויף רחוב שמעון בן שטח, דארט וואו א"ק האט געגעראבן אפאר חדשים צוריק, און ער האט אפגעטראגן פון דארט מיט אפאר גלוסקמאות און נאך חפצים, און די פאליציי זוכן אים פאר ארעסט (ס'איז א הארבע פארברעכן צו גנבנען עתיקות), און ער איז דערווייל אויסבאהאלטן.
-----
2) נעכטן ביים מקבר זיין די עצמות פון שוהם אין יסודות, האט מען דארט געטראפן שאכטלען עצמות וועלכע קומען פון נשר, און ווערן דארט געברענגט דורך אתרא קדישא. דאס איז געווען אינעם זעלבן טאג וואס מענדל עקשטיין האט געזאגט פארן בי"ד פון הרב וואזנער (וועלכע האבן אים געלאזט רופן), אז די קברים אין נשר זענען זיכער גויים, און מען באגראבט ניטאמאל די עצמות..
אגב, ער האט אויך געזאגט קלאר פאר די בי"ד פון הרב וואזנער, אז ער איז א שליח פון א"ק, און אלעס ווערט געטוהן עפ"י הוראת הרב שמידל.
-----
3) די בעלי בתים פון די ביה"ח אין יסודות, וועלכע האבן נעכטן צוגעזעהן די מעשה רציחה ווי מען האט שיעור דער'הרג'עט א 60 יעריגער איד, (וועלכע ליגט יעצט אין בעט מיט יסורים צובאלט און צוזעצט מיט צובראכענע ביינער), האבן געמאלדן אז זייערע טויערן ווערן פארמאכט פאר אתרא קדישא, און מהיום והלאה קען נאר די נייע ועד אריינקומען דארט. (מארגן וועט איר הערן קללות אז די בעה"ב פון יסודות זענען פארשאלטענע ציונים).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2011 21:41 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2011 21:52 |
|
| |
 ערבים או יהודים? הרכב לאחר הפוגרום
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2011 21:08 |
|
| |
יישר כח פייוו אין נאמען פון נאך אידן וואס איך הער זיי פארציילן דיינע שוידערליכע אפדעיטס אבער וואס מיר וואונדערט איז פארוואס עס מאכט זיך נישט עפעס מער ערליכע עסקנים אזוי ווי ביי וועד להצלת אין אייראפע מיט אדמת קודש, פארוואס זאל אלעס זיין אזוי הפקרדיג אין ארץ ישראל וואו זענען די עסקנים רבנים, אוי לנו שכח עלתה בימינו אז אין דערצייט וואס טויזנטער אין שפיץ פון רבנים שליטא האבן מלוה געווען ספיקותדיגע עצמות וואס איז וואו די שרייבסט אין פריערדיגע ארטיקלען ניטאמאל איבערגעקוקט געווארן צו סאיז אידן ווייל די בעלי בתים פון פלאץ האבן נישט באצאלט פאר די אומערליכע עסקנים וד"ל, און דא ווען מהאט געגראבן אין שוהם -וואס יוסף90 דער ווארטזאגער פון אתרא קדישא איז מודה אז סאיז אידישע קברים און ווארפט ארויף דעם שולד אויפן נייעם וועד- באגלייט מען עצמות מיט צוויי מענטשן באהאלטענערהייט און מען כאפט זיי גאר כגנב המצא בחתרת און מען באווארפט החיים והמתים בבזיון נורא ואין פה פוצה ומצפצף? ווער ווייסט צו נישט דאס איז דער גורם פאר די אויסטערלישע שמועות מחרידות איבער צומזקין אידישע גופות אין דער צייט וואס די פריערדיגע תנאים ואמוראים און אידן מבית שני ווערן זייערע גופות צעברעקלט ליידער ואין פוצה פה? השם ירחם, לאמיר האפן אז סאיז נאר א חלום און אויב איז עס חלילה וי די זאגסט זאל מען שוין בייצייטנס אין די הענט נעמען די זאך דורך ערליכע עסקנים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2011 21:59 |
|
| |
שלוםדיג, ווען דו זאלסט וויסן וואספארא טעראר קאמפאני אתרא קדישא איז, וואלטסטו נישט געפרעגט פארוואס קיינער קומט נישט ארויס קעגן זיי.
איך האב שוין אמאל נאכגעשריבן וואס הרב וואזנער שליט"א האט געזאגט פאר א עסקן וואס האט אים געפרעגט די קושיא אויף אים, פארוואס ער קומט נישט ארויס מיטן אמת (מיט וואס ער איז גוט באקאנט היינט), און די סך הכל פון די תשובה איז געווען אז די מצוה פון "לא תגורו מפני איש" איז נישט ב"יהרג ואל יעבור", וד"ל.
עכ"ז, ב"ה אז עס זענען יא אנטשטאנען עסקנים און רבנים וועלכע האבן יא באשלאסן אז קברי אבותינו זענען ווערד זייער מסירת נפש, און זייער פארשריט איז מער ווי סיי ווער האט זיך נאר געקענט פארשטעלן.
כן יעזור ה' להלאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 01:12 |
|
| |
כאפט א פחד צו ליינען אז עס זאל גיין אויף אזוי ווייט ביזן שלאגען אין שאדען מאכען ה''י זייער ווארט זאגער פאסט זיי גיט אריין
דרך אגב, פארוועם באלאנגט די בית החיים אין יסודות? אין וואס שרייבט כיכר השבת איבער א פראוו שלום צו מאכען צווישן די וועד להגנת מיט שמידל, ווייסט איינער דעטאלען?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 01:24 |
|
| |
1) די ביה"ח אין יסודות באלאנגט פאר די ארטיגע שטאט-ראט.
(פאר א שמייכל: עמיצער האט איבערגעגעבן פאר די ועד בשם הרב שמידל, אז די רציחה איז איז געווען בארעכטיגט, צוליב די "גניבה" וואס די ועד האט דורכגעפירט, מיטן נוצן די ביה"ח פון א"ק, דהיינו, היות דאס געהער באמת פאר די שטאטראט, איז דאך דאס פון די ציונים, וועלכע עקזיסטירן שלא עפ"י תורה, וא"כ איז דאך דאס אטאמאטיש הפקר, און אתרא קדישא האט דאס זוכה געווען מן ההפקר. האט יענער אים צוריקגעפרעגט סארקאסטיש, אויב אזוי פארוואס האט מען אזוי מורא פון דעם וואס די מדינה וויל אוועקנעמען מירון פון די הקדשות? עס וועט דאך תיכף אריבערגיין אטאמאטיש פאר אתרא קדישא?.. ודפח"ח).
2) וואו האט ככר השבת געשריבן וועגן א שלום? (עפעס שטילע פריוון איז געווען, אבער איך האב דאס נישט געזעהן באריכטעט אין ערגעץ).
תוקן על ידי FiveBoro ב- 01/08/2011 01:28:25
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 02:07 |
|
| |
פייוו בארא ככר השבת שרייבט אין די פריעדיגע לינק, לייען עס קלאר וועסטו זעען, לדעתי אויב א"ק רעדט שוין פון שלום שטייען מיר ערליכע אידען גוט.
פייוו בארא מיר וואלטן הנאה געהאט אויב קענסט ברענגן מער דיטעלס וועגן די שלום פריוון מיר זאלן זיך קענען איבערצייגען און מעסטן ווי שטארק א"ק איז צידרוקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 02:11 |
|
| |
איך האב עס נישט באמערקט. (איך וועל מוזן אנפרעגן וויפיל איך מעג איבערזאגן).
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2011 03:27 |
|
| |
פייוו בארא איך פעסט עס אריין כדי זאלסט עס זעען
בהוראת הרב שמידל
החמור מכל, אומרים אנשי האגודה למניעת חילול קברים, כי באותו הזמן ממש, התלונן יו"ר אתרא קדישא הרב שמידל בפני הגאון ר' אברהם יהושע סולוביצ'יק שניסה לפשר באחרונה בין הצדדים, וקבל בפניו מדוע אנשי האגודה למניעת חילול קברים מבצעים את הקבורה, כשהוא טוען בנוסף, כי אנשי אתרא קדישא הותקפו במקום.
איך קען דיר איין זאך זאגען פייוו בארא אז פון ווען די האסט אנגעהויבען נתגלה זיין קלונם דא אויפן פארום הערט מען זיי כסדר וויינען און שרייען אז מען ברענגט זיי אונטער, עס א סימן אז די זשאב איז well done כה לחי חזקו ואמצו ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי זיי צו ציברעכן, זיי ארבעטן אויך אינטערערדיש (אזוי ווי טעראריסטן) אם עקש תתפתל. ישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2011 01:20 |
|
| |
חזקי שטרן - חרדים המלחמה בין ארגון 'אתרא קדישא' לבין 'האגודה למניעת חילולי קברים' מגיעה לשפל חדש: פצצת סירחון הושלכה הבוקר על ביתו...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2011 01:22 |
|
| |
מלחמת הקברים: פצצת סירחון על בית בנו של ראב"ד 'העדה'
המלחמה בין 'אתרא קדישא' ו'האגודה למניעת חילולי קברים' מגיעה לשפל חדש: פצצת סירחון הושלכה הבוקר על ביתו של הרב חיים-עוזר שטרנבוך, בנו של ראב"ד 'העדה החרדית' הגר"מ שטרנבוך. לטענת אנשי 'האגודה למניעת חילולי קברים', הסיבה היא הגיבוי שהרב נותן ל'אגודה' (חדשות)
|
ז' באב תשעא 16:11 07.08.11
הדפסה
******* type="text/">
flowplayer('*').each(function() {
var pause_others = function() {
var current_player = this;
flowplayer('*').each(function() {
if (this!=current_player) this.pause();
});
};
this.onResume(pause_others).onStart(pause_others);
});
>
הראב"ד (צילום: מאיר אלפסי, כיכר השבת) *-- RELEVANTI_ARTICLE_START *
הקווים נחצים: פצצת סירחון נזרקה הבוקר (ראשון) לעבר ביתו של הרב חיים-עוזר שטרנבוך, ברחוב קצנלבוגן, בשכונת הר נוף בירושלים, בנו של ראב"ד 'העדה החרדית' הגר"מ שטרנבוך.
שני ארגונים מתעמתים ביניהם על שמירת הקברים ומניעת חילולם, 'אתרא קדישא' הוותיק מחד, ו'האגודה למניעת חילולי קברים' מאידך. בראשות 'אתרא קדישא עומד מזה שנים הרב דוד שמידל, ובראש 'האגודה למניעת חילולי קברים', עומד העסקן הרב ארהל'ה יקטר.
שני הארגונים נאבקים ביניהם רבות, כשלא אחת אנשי ה'אגודה' הצליחו להביך את אנשי 'אתרא קדישא', כשהוכיחו שוב ושוב כי הם נאבקים נגד עבודות במקום בהם כלל אין קברים, ובמקרים הגרועים יותר נחשף כי אנשי 'אתרא קדישא' משתפים פעולה בחילולי קברים.
******* type="text/">*********_client = "ca-pub-0367967716716704";*********_slot = "8469767677";*********_width = 300;*********_height = 250;>******* type="text/" src="http://pagead2.*****************.com/pagead/show_ads.js">>*************** style="position: absolute; top: 0px; left: 0px" id="aswift_1" height="250" marginheight="0" frameborder="0" width="300" allowTransparency name="aswift_1" marginwidth="0" scrolling="no"><*
הבוקר, שוב נחצו הקווים במאבק הזה, כאשר הוטלה פצצת סירחון בשכונת הר-נוף, בסמוך לבית הרב חיים-עוזר שטרנבוך. הסיבה לכך, לטענת אנשי 'האגודה' נעוצה במה שאירע ימים ספורים קודם לכן, כאשר אנשי 'האגודה למניעת חילולי קברים' חשפו תמונות ממחצבת נשר, שם לטענתם, מתבצעים פשעים מדי יום על-ידי פעילי 'אתרא קדישא' בפתיחת קברים והעברת עצמות היהודים הקבורים בהם עוד מימי בית ראשון ושני.
אנשי 'אתרא קדישא' טענו כי אינם אחראים על הפיקוח במקום וכי החפירות שם נעשות בהיתר מיוחד ממרן פוסק הדור הגאון רבי שמואל הלוי וואזנר, אלא שלטענת אנשי 'האגודה', הדיין הרב משה שאול קליין בדק זאת והתברר שהם כלל לא קיבלו היתר מהגר"ש ווזאנר.
ב'אתרא קדישא' זעמו על-כך מאוד, ולטענת אנשי 'האגודה' הם פנו לנקום במי שנותן גיבוי וחסות לאנשי 'האגודה למניעת חילולי קברים', הרב חיים-עוזר שטרנבוך, בנו של הראב"ד, באמצעות השלכת פצצת הסירחון בסמוך לביתו.
ביום חמישי, הם מציינים, קיבל הרב שטרנבוך טלפון ובו איומים כי יפסיק לגבות את אנשי "האגודה למניעת חילולי קברים", ושימשוך את ידיו מכל עיסוק בנושא המחצבה בנשר, לאחר שאיומיהם לא פעלו את פעולתם, הם עבור לשלב המעשים והשליכו את פצצת הסירחון.
ב'האגודה למניעת חילולי קברים' אומרים ל"כיכר השבת": "ברוך השם שאנחנו בצד שמקבל ולא נותן. אנחנו בצד הטוב של כל גדולי ישראל, שחטפו מאותם אנשים. כבוד לנו לעמוד בצד הנכון".
 |
|
|
|
|
|